ליינער, מיר האבן ב"ה קיינמאל נישט געהאט קיין צרות פון די זאליס, און זייער רבי האט קיינמאל נישט מזלזל געווען אין אונזער הייליגע רבי. משא"כ פון ענק האבן מיר געהאט צרות יגון ואנחה ווען הונדערט משפחות האבן געוויינט און געבעטן אז מיר ווילן האבן א היימישע ווינקל אפגעזינדערט פון די קרית יואלער שמוץ, אנשטאטס איר זאלט פארשטיין די געבעטן און איינזען אז עס בויען זיך אויף אין ענקער שטעטל צענדליגע בתי מדרשים פון ענקערע שונאים וואס זענען דא אייך אלע אינטערצוברענגען זאלט איר זיך נישט קעגן שטעלן א שול וואס ווער נישט געבויעט מיט חשבונות פון שנאה, א שול ווי ענקער רבי קען יא האבן דריסת הרגל נישט אזוי ווי רוב שולן אין קרית יואל. אנשטאט איר זאלט זיך פרייען און אפילו צולייגן א האנט האט איר געלייגט פיסלעך און אפגעהאלטן יארן פון בויען. און דאס איז שוין נאכדעם וואס ענקער מנהיג האט מזלזל געווען אין אונזער הייליגע רבי און מיר האבן געשוויגן. אין מיינע אויגן זענען די ביטערע מענטשן דווקא יא ביי ענק און נישט ביי די זאליס. יעצט ווינדערט מיר ווי אזוי ס'איז מעגליך אז די זאליס זאלן מכבד זיין דעם "מדרש רבה גאון" נאכדעם וואס דער תולדות אהרן רבי ז"ל האט אים פאריאגט, נאכדעם וואס די גאנצע וועלט האט געזען זיין גסוס הרוח און חוצפה ווען ער האט זיך אויפגעשטעלט אין אונזער הייליגע שטעטל רעדן קעגן אונזער הייליגע רבי. ס'שרייבט מיר א זאלי אין אישי אז זיינע קינדער לערנען טאקע ביי די אהרוינים, נאר כבוד און א אויבן אהן זיץ קומט ער זיכן ביי די זאליס.
 |
|
|