ווי איך פארשטיי, האבן צד מהרי"י דא געהאט א צווייטע אינטרעסע, וועלכע איז דורכגעפאלן.
די מאטיוון פון צד מהרי"י זענען, אז היי יאר מוזן זיי האבן די פערמיט'ס. דעריבער זענען זיי צוריקגעגאנגען צום זעלבן ריכטער וואס האט שוין איינמאל ארויסגעווארפן זייער טרענספער, אז זיי האבן פרישע באווייזן אז זיי האבן לעגאל געמעגט איבערשרייבן די קעמפ'ס פון קיט"ל צו קאנג. מחנה רב טוב. מיטן ציהל אז אין די צייט וואס דער ריכטער וועט אריינבליקן אינעם קעיס זאלן זיי קענען פארלאנגען אז ווילאנג ער געבט ארויס זיין פרישע פסק זאלן זיי דערווייל קענען ווייטער נוצן די קעמפ'ס.