קעמפ קארט אפדעיט
היינט איז געווען א קארט הירינג אין קינגסטאן ביי א אלסטער קאונטי ריכטער איבער די קעמפס,
די זאליס האבן געטענה'ט אז דאס וואס דער דשאדש האט דעם פארגאנגענען ווינטער ארויסגעווארפן זייער דיד טרענספער, זאל מען ווידער עפענען, ווייל זיי האבן פרישע טענות, פרישע הוכחת, פרישע אנטוויקלונגען,
די אהרונים טענה'ן אז דער פסק איז כתוב וחתום, גארנישט האט זיך געטוישט וואס זאל מאכן א נפק"מ להלכה למעשה, און מ'קען מער נישט עס עפענען, אויב די זאליס ווילן קענען זיי געזונטערהייט גיין אפילן צום אפעלאט דריטע דיוויזשן אין אלבעני,
דער דשאדש האט געגעבן פאר די אהרונים ביז יולי דעם 12טן, צו אריינגעבן די פאפירן פארוואס מ'זאל דיסמיסן די קעיס,
ווי עס שיינט האט דער דשאדש האט קיין שום פלאן צו נאכגעבן די זאליס,
בקיצור, וויזוי מ'זאל נישט דרייען, די זאליס זענען אויף געברוטענע צרות,
|
|