|
|
| נשלח ב-9/5/2012 20:01 |
|
| |
אזיצונג פון חברי הנהלה העדה החרדית, מיט די חברי הנהלה פון תולדות אהרן, מיט דעם קאנטראקטאר - ביים באצאלן די הוצאות פון תולדות אהרן רבי'נס הדלקה

|
|
|
|
| נשלח ב-9/5/2012 20:06 |
|
| |
קאפיס פון די טשעקס, פון די העדה החרדית, מיט מוסדות תולדות אהרן
באגאצניק, ביי דיר איז יעצט (13:05) נאכט, איבער דעם, ברענג איך נישט פאר דיר די דאקאמענטן - דו קענסט ווייטער שעלטן - בילן - און מאכן געוואלדעס - אלעס איז ביי דיר "בלה בלה"
|
|
|
|
| נשלח ב-11/5/2012 01:54 |
|
| |
איך שטיי און שטוין. באמת א עקל און א גרויל. שטייען אפאר פארשטינקענע חברה, און האבן נישט קיין אנדערע דאגות, די גאנצע הדלקה פון מאנרא האבן זיי שוין געקאווערט, און עס טוט זיי פשוט וויי, נישט מער און נישט ווייניגער, אז עפעס א איד אין ארץ ישראל "שפילט" רבי און מאכט זיך ערליך. ביז אהין האבן זיי שוין אלעס ערלעדיגט, זיי זענען שוין גרייט זיך צו שטעלן פארן בי"ד של מעלה, מזומן לחיי העוה"ב, שוין מחנך געווען אלע קינדער, אויסגעצאלט די חובות, תשובה געטון אויף די אייגענע עבירות, אויסגערוימט קאמפיוטערס מיט טעלעפאנען, און די איינציגסטע דאגה אויף דער וועלט יעצט איז, אז ר"ד קאהן מאכט זיך ערליך. לאמיר אננעמען אז זיי זענען אפילו גערעכט. איז דאס אויך א עקל, א גרויסע עוולה. וועגן כמה סיבות המובנות מאליו. אבער מיר ווייסן דאך אז פאליטיק איז בלויז פאליטיק, און ביי יעדע פאליטשע געפעכט, אדער חסיד'ישע מחלוקה, זענען פאראן 2 זייטן, ראובן האלט אז בלויז זיין זייט איז די ריכטיגע, ותו לא מידי, און ווידעראום שמעון שווערט זיך ביי כל-הקודש אז די צווייטע זייט איז ריכטיג. וואס איז דער אמת? אדער עפעס אינדערצווישן, אדער כ'ווייס נישט. אבער די וועלכע האבן א נגיעה קען מען דאך אמאל זיכער נישט גלייבן, אפילו זיי זאלן מיטהאלטן די גאנצע פרשה פערזענליך מיט די אייגענע פליישיגע אייגעלעך, ועל אחת כמה וכמה אז מען האט נאר געהערט איש מפי פיש מפי קיש. קען נאך איינער גלייבן די אלע חזיר'יי?? איר קענט זאגן וואס איר ווילט. איך קען דעם תו"א רבי'ן פון דער נאנט. ער איז א איש קדוש, אן עובד ה' וואס איז שווער צו טרעפן כדוגמתו, תורה ועבודה וגמ"ח אן א שיעור וערך, בנוסף צו סיגופים און אנדערע שוועריגקייטן וואס ער גייט אדורך. און מען נעמט נישט קיין געלט אין זיינע מוסדות און מען מוטשעט זיך שטארק. אמת, כ'וועל מודה זיין אז ער איז נישט דער גרויסער סאטמארער קנאי, ער איז דאך סוכ"ס נישט אויפגעוואקסן ביינונז אין חדר, ער האט נישט די שיטת "ההתבדלות" ווי אונז (וויאזוי האט שאפראנ'ער רב ז"ל געזאגט אויפן פריערדיגן סקווירא'ער רבי'ן זצ"ל??? נוץ די מעשה דא, קאפי און פעיסט), און ער טרעפט זיך מיט גדולים וואס דו האסט נישט ליב, איז אשר על כן? וואס איז? ער מוז טון אלעס גענוי ווי אזוי עס שמעקט פאר יעדן שמויגער אין ר' אהרן'ס ביהמ"ד אדער די עקסטרעמע בני יואל?? פילע סאטמארע אידן האבן א געוויסע שוואכקייט, צו האבן אויף יעדן רבי'ן אן אייגענעם "אפשאצונג", דהיינו איך, חכם מחוכם נורא מאוד, קען באשליסן וואס יענער איז. קודם קוקט מען וועלכע הוט ער גייט, וועלע קאליר זאקן, און דערנאך זיין שמייכל אדער אנדערע גרימאסן, און וואו גייט ער און וואס טוט ער, און היידא, איך האב באשלאסן אז ער איז א דאסל מיט א יענצל, ואין אחר מעשה בי"ד כלום, ווי זאגט יענער, ברענג מיר נישט קיין פאקטן, ווייל איך האב שוין באשלאסן אין מיין מיינד וואס איך האלט... פוי ווי עקלדיג דאס איז בכלל נישט קיין אידישע מדה. (אל תדין את חברך מיינט אויך רבי'ס) אבער בנוסף לזה, האבן די מאדנע סאטמארע אידן אזא סארט קרענק, זיי נעמען אפיר אזא "מעסטער" וואס מען פארקויפט אין די בני יואל'ע מקוואות, וואס רופט זיך א "קנאי מעסטער", און מען שאצט יענעם אפ ווי ענליך ער איז צו אונזער רבינו יואל. האלט ער אויך אזויפיל דרשות אנטקעגן ציונות, בכל עת ועונה? ווייסט ער צו זאגן אז דאס איז דער נסיון הדור?? איז ער אויך מוחה מיטן גאנצן שארפקייט ווי דער רעבעזעכרוינעבראכע? אה, נישט?? נעה, ער איז א לינקער, ער שפילט נאר צדיק, ער איז א אויסווארף, זיין תורה איז גארנישט ווערד, עס איז נאר תורה וuאס דער שטן מאכט אים לערנען כדי צו קענען נהנה זיין פון זיין טמא'נע תורה. און דער סאטמאר אידל קלאפט זיך אויפן בייכל, אה, שישו מעי שישו, איך בין ריין פון דעם אלעמען, איך דארף נישט זיין קיין עובד ה', איך דארף נישט ארבעטן אויף זיך, איך בין מזומן לחיי העוה"ב בלי שום ספק, ווייל איך בין נאך קיינמאל נישט געגאנגען צו די בחירות אין מדינת ישראל, ניטעמאל צום כותל, איך האב מיך געהאלטן שטארק מיט מיין נסיון.... איך קען שוין יעצט רואיג זיצן אויף מיין רעקליינער מיט די פוס ארויף און פרעסן מיין גראבן סענדוויטש וואס איז איינגעקויפט pון די הייליגע פוד-סטעמפס, נישט פון די טמא'נע מדינה געלטער, די שקלי הטמאים.... חוכא וטלולא. אקסן אדער פערדן זענען שוין קלוגער. אחרי ככלות הכל, בלייבט זיי איבער נאר איין זאך. פלאצט!!! די גאנצע מאנרא הדלקה קומט נישט צו לקרסולי רגליו פון די תולדות אהרן הדלקה, וואס איז א חידוש אין די גאנצע וועלט, מענטשן צאלן טויזענטערס יאר-יערליך פאר די איינע שעה מיטצוהאלטן די הדלקה פון תולדות אהרן/הארון, וואס ברענגט אריין אן אומנאטורליכע געפיל און התרגשות וואס איז אומבאגרייפליך און נישט מעגליך אפצושרייבן אויפן פאפיר, דאס איז א הימלישע געפיל, מ'טאנצט מיט די גאנצע נשמה און מיט אלע כוחות, מ'פילט א דוגמא פון א יו"ט ווען אידן פון אלע שיכטן און קרייזן זענען געקומען קיין ירושלים עולה רגל זיין, מיט א זעלטענע אחדות שאין כדוגמתה, אפילו די פרייע ציונים און משטרה קוקן צו און שטוינען, ווי מען קען זעהן אין די בילדער און ווידעאוס ווי זיי פאטשן מיט זייערע הענט ווען מען זינגט "לכבוד התנא האלקי", ס'קומט אריין א הרהור תשובה אין אלע באטייליגטע.... מ'שפירט אז מען קען זיך נישט אפרייסן...... מען וויל נאר משיח זאל יעצט קומען.!
פוק חזי עמא דבר, גייט ארום אין ארץ ישראל אליין, און זעהט ווי אויסער די עטליכע פארשטינקענע אומפארגינערישע סיקריקים וואס מאכן חרוב יעדע גוטע זאך, ווי דער תו"א רבי איז געשעצט און באליבט, נישט בלויז ביי די אלע ערליכע אידן, עדה החרדית, און גדולי מאורי הדור, נאר אויך ביי די פשוטי עם, די טויזענטער אלמנות און יתומים וועמען ער שטיצט ברוח נדיבה און האט זיי אינזין על לוח לבבו הטהור בכל עת ובזמן צו זיין פאר זיי לאחיעז"ר ולאחיסמ"ך, א מענטש וואס לעבט כמעט נישט אויף דער וועלט, נאר איז כל כולו רוחני, נאך נישט געזאגט קיין שלעכט ווארט אויף קיין איד, ואטו כי רוכלא ניחשיב וניזל, הנייר יוכלו והם לא יוכלו. אינטערעסאנט, אז בעפאר ער איז געווארן רבי, איז נישט געווען קיין מענטש אין דער וועלט וואס האט געהאט עפעס א שלעכט ווארט אויף אים. אדרבה, מען האט געהאט צו אים אן אהבה, אינגע בחורים האבן זיך געקלאמערט ארום אים צו הערן א גוט ווארט, געקומען צו פארן אויף שבתים וימים טובים, זיינע של"ש תורות ליגט נאך אין די ביינער פאר אסאך באטייליגטע, זיין שמייכל וסבר פנים יפות פאר יעדן באזונדער אן קיין אויסנאם, געלערנט ביז שפעט אין די נאכט אריין, גאנצעטע נעכט אפגעפראוועט מיט א דונערדיגן קול תורה ווי זיינע שכנים זענען מעיד, און עטליכע פון זיי זאגן אז זיי זענען געווארן חסידים "נאר בלויז צוליב דעם"! און פארטאגס שוין ווידער שופך שיח געווען און אויסגעזאגט תהלים מיט א השתפכות הנפש וואס נמס כל לב שומעיהם, אונטער די טיר האבן זיך מענטשן באהאלטן אונטערצוהערן זיינע ווארימע תפלות, אן זיין וויסן, וכו' וכו'.... אבער פלוצלינג ווען ער איז געווארן רבי אנטקעגן זיין ברודער און עס שמעקט נישט פאר איינעם מאיזה סיבה שהוא, פרובירט מען צו קריכן אויף די גראדע ווענט, אדער גראבן 30 מייל אונטער די ערד ארויסצוגראבן עפעס אן עבירה'לע אויף אים, כולי האי ואולי, אפשר האקט ער נישט גענוג אויף ציונות אזוי ווי איך וואלט געוואלט.... און ער איז א פארטיגער פאפער, נארט אפ זיך און די גאנצע וועלט... און ער מיינט נעבעך אז אונז חכמים נבונים כאפן נישט זיין שטיק.... ס'איז גאר נפרעין ממנו בגלוי....... כ'מיין כ'האב גענוג ארויסגעברענגט מיין דעה, איך גלייב ממילא נישט אז כ'וועל איינעם טוישן זיין חוות-דעת, אפשר טאקע איז א שאד די גאנצע לאנגע דרשה, אבער כ'וועל דאך דרוקן "שלח הודעה", מ'זאל נישט זאגן מדשתקי "הטוב שמך" שמע מינה ניחא ליה, חס מלהזכיר. איך האלט נאר ס'איז א שאד אז די אידן קענען אים נישט פערזענליך, קיינער וואלט נישט געהאט אויסצוזעצן אנטקעגן אים, אדרבה, גייט אריין צו אים, פארט אמאל אהין א ל"ג בעומר און קוקט צו זיין עבודה (יא איך ווייס, ער שפילט זיך מיט פייער ווי א בעבי... לאמיר זעהן, פרובירט דאס אויף אייער אייגענע האנט, צולייגער!), אדער סתם סיי וועלכע יו"ט אדער א שבת, איר וועט צוריקקומען אינגאנצן געטוישט.!! אייער מיינונג וועט זיין אנדערש בלי ספק!
תוקן על ידי הטוב_שמך ב- 11/05/2012 02:00:50
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/5/2012 03:07 |
|
| |
זאגסטו הייסט אז ביי ר' דוד קאהנ'ס הדלקה זאגט מען אז מען וויל משיח זאל נאר יעצט קומען הער איך
איך האלט ( ווער בין איך ) אז כביכול ר' דוד קאהן וויל אז משיח זאל קומען הערשט נאך די הדלקה א מענטש וואס איז איין שטיק בלאף אין שקר ווי ער שטייט אין שאקלט זיך מיט א ליידיג באטל שמן זית פאר 10 מינוט אין מיינט אז דער ציבור איז נישט קיין מבין אויף זיינע בילייגע שטיק
ביאנער רבי האט פונקט אזא עולם אין אפשר נאך נאר מער אין מען טאנצט נאך מיט א התלהבות ווי ביי ר' דוד קאהן די חילוק איז נאר אז די ביליגע שטיק איז נישט דא אין ביאן
|
|
|
|
| נשלח ב-11/5/2012 11:43 |
|
| |
מכתב תודה וברכה פאר נדיבי לב, אנ"ש פון תולדות אהרן, וואס האבן באצאלט א חלק נכבד פון דעם מעמד קדוש, עס זאל נישט זיין מעורב ח"ו מיט טריפה'נע געלט פון די ציונים.

|
|
|
|
| נשלח ב-11/5/2012 17:09 |
|
| |
ר' חיים הערש פון ירושלים האט היי יאר נישט געפראוועט ווי יעדעס יאר און מירון צוליב דעם אז די שטח פון תולדות אהרן איז פון די מדינה
וואס איז פשט ביי די מודעה "חברי קהל יטב לב ירושלים"?
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 11/05/2012 21:45:14
|
|
|
|
|
| נשלח ב-11/5/2012 20:55 |
|
| |
מר. פאמאגרענט,
איך קען דיר נישט ענטפערן ווייל דו רעדסט דברים בלי טעם.
אסאך מאל נעמט מען א מענטש, און מען טרעפט אויף אים עבירות, צ.ב.ש. א רבי קלאצט א גאנצן טאג, ער קען נישט לערנען, אדער איז א גנב, א שלעגער, א.א.וו.
אסאך מאל מאכט זיך ווען ליידער קען דער שונא גארנישט טרעפן, ווייל דער איד זיצט און לערנט און דינט דעם באשעפער מבוקר ועד ערב, און אויך מערב ועד בוקר, בלייבט נישט איבער קיין אנדערע עצה, נאר צו זאגן אז.... ער איז שקר און בלאף.
כאילו דו קוקסט אריין מיט דיין שטארקע שפאקטיוו אין יענעמ'ס הארץ אריין, על אף וואס ס'שטייט וה' יראה ללבב, בלויז דער באשעפער איז "חופש כל חדרי בטן", אבער דו ווייסט יא, ער טוט טאקע אלעס ריכטיג, אבער ער איז א שטיק שקר.
קודם כל, אפילו נניח אז דו ביסט גערעכט, פארשטיי איך נאך אלץ נישט, לאמיר זאגן ער האלט באמת טיף אין הארצן ביי גארנישט, איז ער דען נישט מחוייב צו טון וואס ער טוט? אפשר זאל ער בכלל נישט לערנען און נישט דאווענען, ווייל ס'איז שקר?? שטייט דען נישט מתוך שלא לשמה בא לשמה? דו, אדער דיין רבי, איז יא אלעס כל-כולו לשמה?
אבער באמת, וויאזוי קען מען דאס בכלל זאגן אויף א צווייטן? וואס זענען דיינע הוכחות אז ער איז א שטיק שקר? וויאזוי באקומט מען אזא חכמה צו קענען האבן אזא אפשאצונג?
איך מיין ס'איז א שאד מיינע טענות, כמו שכתבתי לעיל, ס'וועט קיינעם נישט טוישן. ס'איז נאר צייט צו אנערקענען אז 98% פון ערליכע אידן שעצן דעם תו"א רבי'ן און טוען אים רעספעקטירן אלס איינע פון די חשוב'סטע מנהיגים בדורינו, א גאון נפלא בנגלה ובנסתר (וואס גענוי ער טראכט בשעת ער שאקלט זיך מיטן באטל אויל ווייסטו אויכעט?), און פארפאלן, גאנץ כלל ישראל איז נישט אזוי משוגע ווי די עטליכע 2 פראצענט אומפארגינערישע "חכמים", וואס ווייסן אלץ בעסער פון יעדן, און האבן א פונקטליכע אפשאצונג אויף יעדן גדול ומנהיג. מען קען נישט פארנארן כלל ישראל, זיי זענען א מבין אויף אן אמת'ן גדול, וואס בלאזט נישט פון זיך קיין כי הוא זה.
מען זעהט אזא חסידות ווי תולדות אהרן, זעהט מען ווי העכער דאס איז פון די אלע מכלומר'שטע אמעריקאנער חסידות'ער, ווי מ'האלט ביי גארנישט, (כ'מיין צו זאגן אלס די רבי'ס אויס), אלעס איז פאליטיק, נצחון, וכדומה. אבער אלס אידישקייט??
אודאי וועסטו אריינגיין צו דיין רבי'ן ווען דו האסט א פראבלעם, א שאלה איבער א דאקטאר, פארוואס נישט, ס'איז זייער געשמאק צו ווארפן דעם פראבלעם און דאגה אויפן רבי'ן, זאל ער דעסיידן וואס צו טון, און נאך אנדערע זאכן, אלעס גשמיות. אבער ווען איך גיי קיין תו"א, זעה איך בחורים, אינגעלייט און עלטערע אידן גייען אריין צום רבי'ן בעטן א הדרכה אין עבודת ה', עצות וויאזוי זיך צו האלטן שטארק קעגן א נסיון, אדער א תשובה אויב מען איז יא נכשל געווארן, מען נוצט דעם רבי'ן בלויז אנצוקומען נענטער צו דביקות ה', בתורתו ובמצוותיו, געדענקען דעם תכלית החיים, איי איז עס א געשמאק, א דאווענען אין תולדות אהרן איז דאך אזא קידוש ה', א אמן יהא שמי' רבא, א ספירת העומר פון 15 מינוט, בוקע רקיעים! קענסטו פארגלייכן דיינע חסידות'ער צו דעם?? ווער איז דער שקר, ווער איז דער בלאף? אינטערעסאנט אז פאטשן מיט די הענט ביים זינגען ניגונים איז נישט קיין בלאף? דאס איז כולו למען קדושת כבוד שמו יתברך? גיוו מי עי ברעיק.!
האט מיר אלע א גוט שבת, און געדענקט, עס וועט קומען אמאל א צייט, ונזכה ונחי' ונראה, ווי נאריש מיר פירן זיך אויף, מיטן בכלל רעדן און טראכטן פונעם צווייטן, און בפרט אויף גאוני וגדולי ישראל וועלכע פירן ריזיגע עדות קדושות פון אפגעהיטענע ערליכע אידן, מסלתה ומשמנה פון יהדות החרדית, ס'איז ממש א בושה און א חרפה. ליידער דאס האלט אפ משיח'ו פון קומען, די נארישע שנאת חנם פון איין איד צום צווייטן.
זאל זיך שוין דער בורא עולם מרחם זיין אויף אונז בקרוב ממש בב"א.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/5/2012 20:58 |
|
| |
עפעס איז מאדנע, פארוואס דארף תולדות אהרן ניצן א שרייבער אויפן פארום צו פארענטפרן אין גרויס מאכען זייער רבי? קוקט אויס ווי דער תולדות אברהם יצחק ניק רעדט יא עפעס ערנסט
|
|
|
|
| נשלח ב-13/5/2012 20:23 |
|
| |
לתפארת מדינת ישראל

|
|
|
|
| נשלח ב-13/5/2012 21:08 |
|
| |
דאס פאשקעוויל, מעשה ידי הסיקריקים = נחום אטיק & קא., ווייזט וויא ווייט עס קרענקט זיי, די געוואלדיגע התעוררות פון צענדליגער טויזנטער אידן, פון אלע קרייזן, ביי די הדלקה פון תו"א רבין אין מירון, די זעלבע זאך קען א יעדער יונגל, מאכן אויפן קאמפיוטער.- א קליין חכמה.
|
|
|
|
|