אזוי ווי מאנכע היינט מאכן היינט ליצנות פון די תקנות שגדרו הראשונים כמלאכים, אשר קטנם עבה ממתנם.
איך ווייס נישט אפשר איז "חדש אסור מן התורה" נאר אקטועל ווען עס שמעקט.
איך רעד נישט אריין איבער הייליגע פירער פון דעם כינוס כללי, וועלכע קומען פון אן אנדערן חדר און זייערע עלטערן האבן "נישט" אינטערגעשריבן די מילהאוויטצער תקנות. און איך רעד טאקע דירקעט נאר צו די אידן, וועלכע באלאנגען צו די קהלות קדושות וועלכע האבן עס מקבל געווען, און קיין שום בי"ד קען עס היינט נישט מבטל זיין, אא"כ גדול מהם בחכמה ובמנין כמבואר ברמב"ם ז"ל.
תקנות מיהלאוויטץ תרכ"ו לפ"ק
זייט 2
די אינטערשריפטן פון הייליגן יטב לב זי"ע
ובנו הרה"ק בעל קדושת יום טוב זי"ע
ובראשם מרן קוה"ק הדברי חיים זי"ע
קדושת יום טוב זי"ע
הדברי חיים זי"ע
נאך א בריוו פון הייליגן קדושת יום מיט 40 יאר שפעטער, ווי ער איז עס ווידער מחזק ביתר שאת.
אין תרס"א. 3 יאר פאר זיין פטירה.
נשלח ב-3/5/2012 00:35
לאנצוט כתב:
אויף דיר ליגט צו ברענגען א ראי' אז די תקנה פון אונזערע רבי'ס איז בטל געווארן, ווייל עס שמעקט פאר דיין פאליטיק.
די תקנה שטייט אז עס איז "עד עולם". ממילא איז ידם של המשכילים והמלגלגים על דברי חכמים בטלים ומבוטלים.
דאס האב איך געשריבן ביפאר: טוט אייך אן די ברילן, און ענטפערט צו דער זאך.
איך האלט אז אומזיסט איז נישט גענוג קלאר געוועהן ממילא האט לאנצוט אומריכטיג מגיב געוועהן.
דער ווארט איז: פונקט ווי מען האט "פארגרייזט" די גויישע שפראכן און דאדורך איז באשאפן געווארן א "אידיש" אדער א "לאדינו" וואס אויף דעם אופן איז געוועהן 100% מותר צו רעדן (א שטייגער ווי אידיש דויטש וואס האט זייער גע'ענדלט צו הויך דויטש אין הברה, און נאר די לשון קודש ווערטער און די פארגרייזטע ווערטער האבן פונאנדערגעשיידט) די זעלבע איז די "ליטווישע ענגליש" גענוג אנגעלאדענט מיט לשון הקודש און אידישע ווערטער (ווי "געוואלדיג" "שטייגונג" "חלות" "נפקא מינא" "זאך" וכו') עס זאל שוין אפשר קענען גערעכנט ווערן ווי א היבש "פארגרייזטער" ענגליש (אז א גוי ווען מן הסתם כמעט נישט פארשטיין א גאנצער זאץ פון אן ענגליש-ליטווישער רעדע). דערונטער די פרעדיגער האבן מקפיד געוועהן צו רעדן א ריין הויך דויטש. צ.ב.ש. זיי האבן גענוצט "ביבלישע" אויסדרוקן ענדערש ווי "תורה'דיגע" אויסדרוקן אדער א "כהן" האט געהייסן א "פריסט" די לוחות-טאבלעטן משה-מאזעס וכו' וכו' דוק ותשכח (וכמדומה שכן מובא בשו"ת חת"ם סופר) וממילא מיינט מען נישט ח"ו צונישט צומאכן די תקנה. נאר פונקט פארקערט די תקנה איז עומד וקיים לעד ולנצח נצחים, נאר דער וואס איז אביסל באהאווענט אין די אנטוויקלונג פון אידישע שפראך פארשטייט אז אויף דעם אופן קען זיין איז נישט קיין פראבלעם (איך זאג "קען זיין" ווייל מי אנכי להכניס ראשי בין ההרים האלו די היינטיגע גדולי ישראל וואס האבן אין דעם מיינונגס פארשידנהייטן)
תוקן על ידי האורח ב- 03/05/2012 00:36:23
תוקן על ידי האורח ב- 03/05/2012 00:39:06
נשלח ב-3/5/2012 00:15
קרעדיט: קראך_היט
אויב דו זאגסט מיר איין לאגישע סברה וואס א מישמאש פון אלע קרייזן און איין סטעדיום, וועט אויפטוהן אונעם הינזיכט פון די מלחמת היצר קעגן טעכנאליגיע, בין איך תיכף מודה צו דיר,
עס טוט אויף, זערא זילטש נאדא,
וואס איך הער נאר: "אחדות אחדות"
געוואלד און געשריגן! איך בין דאך קיינמאל נישט געווען ציקריגט מיט דיר!!
סאטמאר רבי האט עפעס קעגן די אמעריקאנע ליטווישע אידן???
געזונטערהייט מאך אסיפות פון א מיליאן מענטשן, איך שיק דיר אפי' אפאר טאלער פאר די קאסטן, איך געב דיר מיין ברכה והצלחה, אדרבא ואדרבא,
אומסיזט די מיזט נישט אונטער רייסן דעם חתם סופר ווייל עטץ ווילטס ענק לעקן צי סוקלען
איך ווייס אז ביי די זאלי'ס גילט נישט קיין תורה ווען ס'קומט צי זייערע אונטערסן מען האט שוין אויס גריסן בענדער שלחן ערוך פאר דעם עם הארץ ר' זלמן לייב
דאס רייסן מעג אבער האבן א שיעור געניג געריסן
נשלח ב-2/5/2012 21:47
לאנצוט, לדעתי איז נישטא קיין גרעסערער מלגלג על דברי חכמים ווי דו.
צו גיין זאגן אז דער חת"ס האט געהאלטן אז אלע דורות ביז 500 יאר צוריק ווען אידן האבן אנגעהויבן צו רעדן דייטש, האבן זיי עובר געווען אויף א איסור.איך ווייס אז ביי די אהרונים איז הוצאת לעז אויף די פריערדיגע א מהדרין מן המהדרין; דער חת"ס איז אבער נישט געווען קיין ארויני.
סאו פון מיין זייט איז דער וויכוח מער ווייניגער געשלאסן. ווילאנג דו ברענגסט נישט אויף קיין פרישע מראי מקומות, ספרים וכדומה ווי עס איז משמע אנדערש, סתם איבערזאגן די זעלבע זאך נאכאמאל איז נישט אינטערעסאנט.
נשלח ב-2/5/2012 20:03
ווען דער חתם סופר רעדט קעגן לשונות העמים, מיינט ער אז מ'מוז רעדן דייקא אידיש. לאפוקי קיין שום אנדערע שפראך קיין אונטערשייד וואו דאס איז, אויבערלאנד, אונטערלאנד, טשעכיש אדער פויליש אדער ענגליש.
ווער עס זאגט אנדערש איז א מלגלג על דברי חכמים.
נשלח ב-2/5/2012 20:02
איך האב הנאה אז לאנצוט האט געטוישט ליניעס צו אנדער אפשר אויפריכטיגע טענות. אבער מיר האבן נאר געגעבן צו פארשטיין פארוואס די ליטוויש-ענגלישע דרשות איז אפשר נישט קיין "אויפגעזוכטע היתר" נאר א לכתחלה'דיגע אידיש פונקט ווי די הייליגער חתם סופר'ס אידיש דייטש. די וואס רעכנען אידיש אלץ א "ריינעם" שפראך ווי אלע שפראכן וואס געהערט צו אונזער פאלק - זענען בלויז די אמאליגע אידישיסטן וואס האבן נישט קיין תורה און "מיינען" אז דאס מאכט דאס פאלק א פאלק. אין אמת האבן מיר א תורה און א הייליג שפראך וואס ווערט גענוצט אויף תורה און א דירעקט פארגרייזטע שפראך וואס זאל דינען פאר עניני חול. ותו לא מידי