בית פורומים כל העולם כולו

גדולי ישראל נעכטן ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א [מהר"א]

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/5/2012 15:49 לינק ישיר 
גדולי ישראל נעכטן ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א [מהר"א]

מפי השמועה איז נעכטן געווען א שטורמישע אסיפה אין שטוב פון כ"ק מרן רבינו שליט"א, וואו הגה"ק סקולענער רבי שליט"א, כ"ק גאב"ד וויען שליט"א, און כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א, זענען געקומען פארלאנגען אז רבינו שליט"א זאל זיך יא משתתף זיין ביים גרויסן כינוס כלל ישראל.

נאך א שמועס פון אנדערטהאלבן שעה האט דער רבי געזאגט אז ער וועט זיך איבערקלערן.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/5/2012 20:26 לינק ישיר 
Rabbi Kotler Issues Clarification

http://collive.com/show_news.rtx?id=19857&alias=rabbi-kotler-issues-clarification 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/5/2012 17:50 לינק ישיר 

http://www.crownheights.info/index.php?itemid=43612 

http://collive.com/show_news.rtx?id=19838&alias=rabbi-kotler-dismisses-lubavitch 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/5/2012 22:02 לינק ישיר 

די גאביטש קען זיך פארמעסטן מיט יוליס שטרייכער,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/5/2012 21:59 לינק ישיר 

איר ווילט זעהן דמיון וספין , מיאוסע אויסשפראך, און זעהן וואס די קלוגע וויטשלעך קויפן?

דאן ליינט

קרעדיט "ביידען" פון קינדערגארטן:

דער מעכטיגער אפקלאנג פון די בריוו מכתב חיזוק למען הצלת הדורות וואס כ''ק מרן רבינו שליט''א אינאיינעם מיט די שרי תורה רבני ודייני הקהלה שליט''א האבן ארויסגעגבן,
 האט ארויסגענומען די דעקעלעך פון די כלים אזש עס עפענט זיך יעדע 5 מינוט נאך א אשכול מיט קללות אין ריכטונג פונעם מנהיג ישראל כ''ק רבינו שליט''א,

שוין פון אנהייב ווען עס האט זיך גערעדט איבער א מעגליכע כינוס האט דער כלב באלד געלאזט וויסן אז ער גרייט צו שטיצן די כינוס פאר עטליכע סיבות
איינס ווייל אינטערנעט איז דאך זיין ליין ווארום ער איז דאך דער ערשטער וואס האט דערמאנט טוויטער אין פעיסבוק ביי איינע פון זיינע דרשות אין ער האט גענאסן פון אסאך אטענשן
צווייטענס ווייל אזוי וועט ער קענען ווייזן אז ער איז עכט דער מנהיג ישראל ועל פיו ישק כל דבריו
ער האט אראנדזשירט מיטינגען מיט זיינע יועצים אין גערופן אפאר רעבעלעך אז מען זאל עס מאכן
בקיצור ער האט געזעהן דא א גאלד גרוב פון אטענשן
למעשה האבן די ערענסטע עסקנים פון סקולענער הויף אין פון לעיקוואד אים געלאזט וויסן אז קיינער שפילט נישט קיין ספעציעלער ראלע נאר די סקולענער רבי שליט''א אין הגאון דער משגיח פון לעיקוואד שליט''א
למעשה האט אויך געהערט אז עס איז דא קעגנערשאפט פון זיין יונגערן ברודער צו דעם כינוס
האט ער באשלאס זיך אויך ארויצוכאפן אויפן וואגן פונעם ברודער אין האט באשלאס אז ער שטיציט עס נישט מיטן צירות אז עס איז  צוליב אלטע תקנות פונעם קדושת יו''ט, (וואס ער האט שוין אליינס עובר געווען צענדליגער מאל)
אין האט אנגעהויבן בריקענען כדרכו ווי א קליין קינד,
די עסקנים האבן געזעהן אז ער בונטעוועט האט מען שנעל געברענגט דעם סקולענע רבין ימיט די  ליעקוואד ראשי ישיבה
אין מען האט געמאכט א שיינע פיקטשער
וחמת הכלב שככה אין עס האט שוין כמעט געהייסן אז ער גייט זיך יא צושטעלן
אבער די וויזיט האט זיך שנעל אפגעקילט נאכדעם וואס איין טאג דעראויף זענען די רבנים שליט''א געקומען צו זיין יונגערן ברודער שליט''א אין האבן אנערקענט אז איז דא נאך א סאטמאר רבי צו וועם מען דארף גיין הט מען שנעל צוריקגעטוישט
אז מען גייט זיך נישט צושטעלן
למעשה איז ארויסגעקומען א בריוו פון כ''ק מרן רבינו שליט''א ובית דינו הצדק וואס האט אפגעהילכט איבער די וועלט
אין פון דעם צומישטן כלב הערט מען נישט קיין פיפס
נו פארשטייט איר שוין פאר וואס זיי זענען ווילד

-------------------------------------------------------------------------------

אז ימלא שחוק פינו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/5/2012 10:45 לינק ישיר 

אויף וועלכן טאג איז געפלאנט דעם גרויסען כינוס



תוקן על ידי moashopee ב- 03/05/2012 10:45:43




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/5/2012 04:35 לינק ישיר 

צו פארשטיין אביסל די פראבלעם (בעסער געזאגט: איינע פון די פראבלעמען) וואס סאטמאר האט מיט א "כינוס כלל ישראל", ברויך מען קענען לערנען "כלל ישראל".

אפשר וואלט כדאי געווען צו כאפן א בליק אויף די וועבסייט פון די "סיום הש"ס" פון דף היומי, וואו מען קען אביסל כאפן וויאזוי די "אידישע" גאס זעהט אויס - א טריט ארויס פונעם היימישן ציבור.

http://www.mysiyum.com/ 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/5/2012 20:39 לינק ישיר 

שפעהט אויפדערנאכט נאכ'ן געזעגענען דעם ציבור אנשי שלומינו זענען געקומען אויף א באזוך צו מרן רבינו שליט"א גדולי הרבנים ומנהיגי העדות שליט"א, כ"ק אדמו"ר מ'סקולען שליט"א, האדמו"ר מ'וויען שליט"א,  הגאון ר' מלכיאל קאטלער שליט"א ראש ישיבת ביהמ"ד גבוה ד'לעיקוואד און הגאון ר' מתתי' סאלאמאן שליט"א משגיח ביהמ"ד גבוה ד'לעיקוואד, וועלכע זענען געקומען איבערשמועסן פרטים בנוגע דעם גרויסן כינוס כלל ישראל וואס איז געפלאנט אויף דעם קומענדיגן כ"ח אייר הבעל"ט אינעם גיגאנטישן סיטי פיעלד סטעידיום אין קווינס.

 

דער רבי שליט"א האט גאר ווארים אויפגענומען די חשובע דעלעגאציע, און דערביי האט מען דן געווען בכובד ראש בנוגע די מלחמה קעגן די סכנה פון טעכנעלאגיע, א סכנה וועלכע נעמט אריין אלע שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל, און עס איז ארויסגעהויבן געווארן די התעוררות וואס הערשט ב"ה ביי אלע קהילות בישראל, און אזוי אויך איבער די פעולות בקרב קהילתינו הקדושה בעבר בהוה ובעתיד, און עס איז אויסגעשמועסט געווארן די וויכטיגקייט אנצוגיין מיט א פאראייניגטע כח פון רבני ומנהיגי ישראל למען קדושתן של ישראל.

 

בנוגע דעם ענין השתתפות פון אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאטמאר ביים געפאלנטן כינוס כלל ישראל, האט דער רבי שליט"א פארגעשטעלט פאר די חשובע רבנים שליט"א דעם שטעלונג דערוועגן מפי ספרים וסופרים ועל דרך אבותינו ורבותינו הקדושים, און צווישן אנדערע איז אויפגעברענגט געווארן א פלאן פון צוטיילן די אסיפה אויף עטליכע באזונדע אסיפות, וואס דער רבי שליט"א האט גאר שטארק משבח געווען דעם פלאן וואס וועט ערמעגליכן דאס השתתפות פון תלמידי וחסידי סאטמאר, און אזוי איז פארפירט געווארן א לענגערע שמועס איבער די פרטי הדברים פונעם געפלאנטן כינוס און פון אונזערע יסודות און פרינציפן וואס יסודתם בהררי קודש, און נאך א לענגערע שיחת תלמידי חכמים איז אויפגענומען געווארן דער עומק הענין מיט א פארשטענדעניש און א קלארקייט דורך די גדולי הרבנים שליט"א.

 

 דערנאך האט דער רבי שליט"א געהייסן אריינברענגען כיבוד לכבוד די רבנים שליט"א, און דער סקולענער רבי שליט"א האט א לענגערע צייט מאריך געווען בברכותיו פאר מרן רבינו שליט"א ממשיך צו זיין מיט די שטארקע פעולות לטובה און דערויף האט דער רבי שליט"א מאציל געווען ברכת קדשו פאר די רבנים הנאספים שליט"א אז זיי זאלן זעהן פול הצלחה אין די אנגייענדע פעולות להגדיל תורה ולהאדירה, און צו קענען באהיטן דאס כלל ישראל פון די ביטערע נסיונות.

 

און דערנאך האט דער רבי שליט"א ארויסבאגלייט די רבנים שליט"א ביז צו די אויטא.

  •




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/5/2012 20:38 לינק ישיר 

מרן רבינו שליט"א באגלייט ארויס

האדמו"ר מ'סקולען שליט"א מביתו נאוה קודש

נאך די אסיפת רבנים מיט

 

 

 

 

 

 

 

 

♦♦

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/5/2012 06:14 לינק ישיר 

ס'דא א ריקארדינג פונעם שמועס נעכטן?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/5/2012 05:38 לינק ישיר 

וואלןסח כתב:
יעצט לענ"ד איך האלט ווען מהר"א זאל האלטן איין מינוט אז דאס וועט העלפן פאר זיין ציבור, וואלט ער אפשר מיטגעשטאנען, למעשה האלט ער אז די אסיפה גייט נישט צוגעבן פאר זיין ציבור גארנישט! און נישט נאר ער האלט אזוי, נאר יעדער נארמאלער מענטש האלט אזוי, יעדער מענטש פארשטייט אז א מענטש וואס באלאנגט צו א חסידות פאלגט ער זיין אייגענעם רבין, און אויב פאלגט ער נישט זיין אייגענעם רבין גייט ער נישט פאלגן מער סקולענער רבי, נו אויב געט עס נישט צו, און לעומת זה ברעכט ער פרינציפן, פארוואס זאל ער מיט שטיין דערמיט?
וויפיל פארצענט האבען פילטערס אויף די בלעקבעריס ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 04:45 לינק ישיר 

ס'איז געווען א היסטארישע זאך צו זעהן ווי די גרעסטע גדולים האבן נישט געקוקט אויף גארנישט און אריבער פערזענליך צו די 2 -סך יונגערע- סאטמארע רבי'ס צו זיי איינשפאנען אין די "איחוד קהילות" ווי אויך צו סקווערע רבי א צייט צוריק.

סך הכל: גארנישט איז צו שווער, אדער אומכבוד'יג פאר די מנהיגי ישראל אויסצופירן די חובת השעה! 



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/5/2012 23:32 לינק ישיר 

@KolSatmarText: Ex.110 updated - Includes: Knisa tonight in WB/ GedoleiYisroel at Rabbiny, 2continue the 
 united Pe'ilas of Rabunim against Skunas technology
 



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/5/2012 23:21 לינק ישיר 

איינעקר וואס האט מיטגעהאלטן דעם אסיפה זאגט מיר אז דער רבי האט געזאגט אז ער וועט זיכער פרובירן מיט עפעס מחזק זיין
כווייס נישט צו סמיינט אדרשה אדער א בריוו אבער עפעס וועט ער טאן לכאורה לחזק העסקנים לש"ש



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/5/2012 21:43 לינק ישיר 

איך האף אז אפגעזען צו ער גייט אדער נישט, וועט ער האלטן א דרשה מחזק צו זיין די חשובע עסקנים וואס ארבעטן אפצוראטעװען דעם דור



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/5/2012 21:18 לינק ישיר 

סקאטמאלען כתב:
איך מינמיזיר נישט קיין שום אלטע קפידות, מה טוב ומה נעים,
אבער איז נישט די תקנה פון לשון לע"ז נישט געווען צוליב "חיזוק המסורה והדת"
נו וואס איז דען בימינו די גרעסעטע חיזוק הדת ווי די מלחמה כבידה נגד טעכנאלאגיע,
אויב דאס מיינט נישט "עת לעשות" צו איינמאל מוותר זיין אויף א אומאקטועלע תקנה צוליב א ברענעדיגע נושא, וואס מיינט יא


זאלסט מיר זייער אנטשולדיגן, אבער דער סארט געדאנקען גאנג איז אקוראט ווי א שפיגעלע פון די יעניגע משכילים און רעפארמער איבער וועמען מ'האט מתקן געווען די תקנות אין מיהאלאוויטץ.

"קפידות"?! הונדערטער טויזנטער אידן זענען געראטעוועט געווארן לחיי תורה ומצוות אדאנק די דאזיגע 'קפידות'. מיליאנען אנדערע זענען גענצליך אוועקגעפאלן פון אידישן פאלק און זיך אסימילירט צווישן די גויים רח"ל, וויבאלד זיי האבן נישט אזוי 'מקפיד געווען'.

"אומאקטועלע תקנה"?! מי שמך לאיש?! מיט וועלכע רעכט, און אלס וועלכע דעת תורה, קענסטו באשליסן אז די תקנה איז שוין מער נישט אקטועל? ווען א בית דין איז מתקן א תקנה איז אין בי"ד אחר יכול לבטל אלא מי שגדול הימנו בחכמה ובמנין. דו פילסט זיך באקוועם צו רעכענען אין די קאטעגאריע פון 'גדול בחכמה ובמנין'?!

בנוגע דיינע איבריגע טענות איז גענצליך איבריג זיך אפילו מטפל צו זיין דערמיט. אלפים ורבבות סאטמארע חסידים האבן אויפגענומען כ"ק מרן רבינו שליט"א פאר זייער מנהיג ומורה דרך, נישט דעם סקולענער רבין (טראץ זיין זקנה וקדושה), נישט די לעקוואודער ראשי ישיבות, און נישט קיינעם אנדערש.

אויב רבינו שליט"א וועט איינזען פאר ריכטיג אז מיר דארפן אהינגיין, דאן לאורו נסע ונלך. און אויב ער וועט זיך איבערקלערן און נאך אלס האלטן בדעת קדשו אנדערש ווי סקאטמאלען, דאן דארפן מיר גארנישט בעסער ווי דאס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > גדולי ישראל נעכטן ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א [מהר"א]
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext