בית פורומים כל העולם כולו

איז סאטמאר טאקע באנקראט???

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/5/2012 20:47 לינק ישיר 
איז סאטמאר טאקע באנקראט???

איך בין אויפגעוואקסן אין סאטמאר מיין גאנץ לעבן. איך בין אויפגעוואקסן מיט די שיטה 24 שעה א טאג. וועלכע זאפטיגע קללות מיר האבן געקענט אויסטרעפן אויף די ציונים און אגודא'סיטן זענען מיר געווען גרעסערע קנאים. פון אונזער פוינט אויף וויאו זענען די אלע וועלכע זאגן נישט תחנון ה' אייר רשעים, גוים, נאציס וכו' און זיי זענען שילדיג אין אלע צרות אין די וועלט וכו' וכו' וכו'.

שוין פון אלס בחור האב איך נישט פארשטאנען די שמחה פון גיין פראטעסטירן גוים די ציונים. מ'דארף ליידער גיין צו דעם גוי אויסזאגן ווי שלעכט דער איד איז, אקעי. אבער וואס איז די שמחה וואס? פארוואס זעהט מען יעדעם אראפקומען פון די געלע באס מיט א שמייכל פון איין אויער צום צווייטן, יא! מיר גייען זיי אלע לערנען טאנצן. פארוואס זעה איך נישט קיין אמת'ע טרער אז מ'איז אנגעקומען ליידער צו מצב פון גיין אויסזאגן דעם גוי ווי שלעכט דער אנדערע איד איז.

איך האב נישט געקענט פארשטיין די שמחה וואס מ'דערציילט ווי אזוי די קנאים האבן אנגעהאקט די "רשעות'דיגע" ציוניסטישע פאליציי נאכדעם וואס זיי האבן אפגעשטעלט די גאס און די פאליציי איז געקומען מאכן סדר (לאמיר זעהן אז מיר זאלן אפשפארן דעם 17 אדער די בי קיו אי, וואס מיינסטו גייט די פאליציי טוהן? טיילן סענדוויטשעס פאר די עולם???) איך האב קיינמאל נישט געזעהן קיין מחאה אויף דעם. 

יעדע זאך וואס שמעקט מיט אנטי ציונות איז כשר וישר. דער פרעזידענט וויל צוריקגעבן רוב פון מדינת ישראל פאר די אראבער (און נישט וועגן ער האט איינגעזעהן אינעם ספר על הגאולה ועל התמורה). שטייט שוין אינעם עדיטאריעל פון די בלאט "ייש"כ מיסטער פרעזידענט". יעדער מיצר לישראל ווערט א גאנצע מן דאמר. אין די אוצרות איז געווען אן ארטיקל אינעם ראש השנה אפטיילונג וועגן די רציחות וואס אצ"ל האט אדורכגעפירט אין אראבישע שטעט. נאכגעשריבן ווארט ביי ווארט פון די אראבישע פראפעגאנדע און לגיונות, וואס אפילו די יו ען (וואס איז נישט באקאנט אלס גרעסטע אוהב ישראל) האט אפגעוואנדן אלס שקר, אבער אינעם אוצרות שטייט אזוי.

וואס עס באדערט מיר יעצט זייער שטארק. און עס איז ביידע סאטמאר'ס גלייך. עס גייט זיין א סיום דף היומי אין אפאר וואכן ארום, ווי 90 טויזענט אידן גייען זיך באטייליגן, אבער אמת 90 טויזענט אידן, די מארגנים פון דעם מעמד זענען געווען גרייט אוועקצוגעבן 20 מינוט פון דעם מעמד פאר די אינטערנעט פראבלעם "בחינם"!!!!! אבער די תירוץ איז געווען אז מ'טאר נישט גיין מיט אגודה.

וכאן הבן שואל, מיר איז מען שוין מסביר אז די אינטערנעט איז ווי א רוצח, א פייער וכו', מ'האט א ברירה צוזאמברענגען 90 טויזענט מענטשן קעגן דעם אינטערנעט, און יא! עס וועט זיין אגודה אויך, איז עס נישט גוט. ווייל מיר גייען נישט מיט זיי.

ווען א פייער ברענט, רופט מען אפילו דעם שווארצע גוי דאס אויסצולעשן. ווען א רויבער דרייט זיך אין מאה שערים רופט מען די ציוניסטישע פאליציי אים אפצושטעלן, ווען א זעלבסמערדער קומט צו בית שמש ה"י, רופט מען די ציוניסטישע פאליציי. ווייל ווען א פייער ברענט קוקט מען נישט אויף גארנישט. אויב איז די אינטערנעט נישט אזוי וויכטיג צוזאם שטעלן כלל ישראל, ארוינים מיט זאלוינים, סאטמאר מיט אגודה, איז נישט וויכטיג דאס ארויסצווארפן פון דערהייים אדער פילטערן מיין טעלעפאן. 

דער הייליגע חפץ חיים איז אמאל געזאגט ביי א דרשה אז רעדן לשון הרע איז פונקט ווי עסן חזיר, האט זיך איינער אנגערופן: איך האב נישט געוואוסט אז חזיר איז נישט קיין פראבלעם. אויב די "שיטה הקדושה" איז מער וויכטיגער פון אינטערנעט פראבלעם, דעמאלס קום מיר נישט פארקויפן די הארבקייט פון אינטערנעט.

אויב קען מען נישט גיין אין סיטיפיעלד ווייל אגודה קומט, איז סאטמאר טיעף באנקראט, און טיעף אינדער ערד, און עס איז צייט פאר סתימת הגולל. 



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/5/2012 04:12 לינק ישיר 

קראך_היט כתב:
איר זאלט מיר אלע מוחל זיין אבער איך בין געקומען צו די מסקנא אז די גאנצע "כינוס" איז א געהעריגע מעשה שטן, און א שגעון,

איך וועל נישט אריינגיין אינעם עצם ענין פון זאגן אז דער סקולענער רבי, דער ווינע רב, וכו' זענען אלע שליחי שטן ה"י, און טאקע נאר דיר איינער קראך היט פארשטייט וואס איז שטן און וואס נישט. בושה גדולה תכסה פניכם. נאר איך וועל רעדן פון די טיפשות פון דיינע ווערטער. דו זאגסט אז דאס וואס דער שטן האט אויסגעטראפן דעם אינטערנעט איז נאר געווען אלס א מיטל צו קענען מאכן דעם כינוס.... א שאד פאר דיין מעדיקעיד, א דאקטאר וועט שוין נישט העלפן. איך בין זיכער אז אפילו אויף דיין דרייווערס לייסענס האט די מאטאר וויקעל דעפארטמענט געשריבן "Crazy"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 21:16 לינק ישיר 

אויב דו זאגסט מיר איין לאגישע סברה וואס א מישמאש פון אלע קרייזן און איין סטעדיום, וועט אויפטוהן אונעם הינזיכט פון די מלחמת היצר קעגן טעכנאליגיע,
בין איך תיכף מודה צו דיר,

עס טוט אויף, זערא זילטש נאדא,

וואס איך הער נאר: "אחדות אחדות"

געוואלד און געשריגן! איך בין דאך קיינמאל נישט געווען ציקריגט מיט דיר!!

סאטמאר רבי האט עפעס קעגן די אמעריקאנע ליטווישע אידן???

געזונטערהייט מאך אסיפות פון א מיליאן מענטשן, איך שיק דיר אפי' אפאר טאלער פאר די קאסטן, איך געב דיר מיין ברכה והצלחה, אדרבא ואדרבא,

אבער וואס פאר א שווארץ יאר איז פונקט ביי דעם ענין מוז איך מיך מישן מיט אידן וואס איז נישט מיין סטאנדארד,

דער קאמפיין קעגן קליפת הטכנלוגי' איז נישט קעגן א באוועגונג, נישט קעגן אינדווידועלע עלעמענטן נישט קעגן גויים, מ'גייט נישט פראטעסטירן קעגן קיינעם, מ'גייט נישט אויפקלערן די גויים, די גאס,
סאיז יעדער איד קעגן זיין יצר הרע הבוער בקרבו,

נו וואס פונקטליך גייט מען אויפטוהן מיט מאכן אן ערבוביא און א סטעדיום, ברעכן אלטע מסורות ויסודות,

דער יצר הרע העט זיך מער דערשרעקן,

וואס??

גאנץ כלל ישרא' דאווענען אלע צו זעלבן באשעפער, לפי"ז, אויב כלל ישראל יעדער דאווענט און זייער אייגנארטיגער שול מיינט דאס אז מ'איז נישט באחדות?

ביי רובאשקין איז ממש גאנץ כלל ישראל, פון די נטורי קרתא ביז די רעפורמער געווען באחדות,
האט אלעס פיין געווירקט ווען יעדער סביבה זיך געהאט זיין אסיפה זיינע רעדנערס זיינע שפראכן,
האט איינער דען חושש געווען אז ס'נישטא קיין אחדות?

איר זאלט מיר אלע מוחל זיין אבער איך בין געקומען צו די מסקנא אז די גאנצע "כינוס" איז א געהעריגע מעשה שטן, און א שגעון,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 16:01 לינק ישיר 

Ahroiny כתב:
ריפל. סאטמאר רבי איז קיינמאל נישט ארױסגעקומען קעגן דעם כינוס, און אלע ארױנישע צײטונגען רעדן פונעם כינוס. און ער האט קײנמאל נישט געזאגט אין פאבליק זיינע סיבות פארװאס ׳ער׳ האט נישט געהאט חשק צו גיין. לױט מײן אינפארמעישאן האט עס געהאט װײניג מיט עינגליש, סזענען דא עינגלישע דרשות בײ אלע פראטעסטן, און בײ מערערע דינערס. סאיז אסאך זאכן אױף אמאל, די גרױסע סקרינס, די מישמאש פון קרײזן, די עינגלישע דרשות און מאוסט אימפארטענט פאר סאטמאר איז עס צװײ טריט צוריקװעגס, װיבאלד דער כינוס גײט פראמאוטען כשר׳ע טעכנאלאגיע, װען אין סאטמאר װײסט מען אז גארנישט איז נישט כשר
די לעצטע ווערטער איז באמת וויכטיג. לאזט ארויס די מישמאש, סקרינס, ענגליש וכו'. דאס וואס דו שרייבסט אין דיינע לעצטע ווערטער דאס זאל זיין די סיבה. פשוט ווייל מיר סאטמאר ערלויבן נישט א קאמפיוטער אינדערהיים בכלל, און דארט גייט מען רעדן פון האבן אינדערהיים אינטערנעט מיט א פילטער. דאס איז זייער א שטארקע פוינט. עס איז גענוג שטארק פאר זיך, פארוואס דארף מען דרייען א קאפ מיט מישמאש אדער ענגליש יעצט? מ'הרג'ט דאך די גאנצע זאך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 15:01 לינק ישיר 

ריפל. סאטמאר רבי איז קיינמאל נישט ארױסגעקומען קעגן דעם כינוס, און אלע ארױנישע צײטונגען רעדן פונעם כינוס. און ער האט קײנמאל נישט געזאגט אין פאבליק זיינע סיבות פארװאס ׳ער׳ האט נישט געהאט חשק צו גיין. לױט מײן אינפארמעישאן האט עס געהאט װײניג מיט עינגליש, סזענען דא עינגלישע דרשות בײ אלע פראטעסטן, און בײ מערערע דינערס. סאיז אסאך זאכן אױף אמאל, די גרױסע סקרינס, די מישמאש פון קרײזן, די עינגלישע דרשות און מאוסט אימפארטענט פאר סאטמאר איז עס צװײ טריט צוריקװעגס, װיבאלד דער כינוס גײט פראמאוטען כשר׳ע טעכנאלאגיע, װען אין סאטמאר װײסט מען אז גארנישט איז נישט כשר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 04:02 לינק ישיר 

הייסט דו ווילסט מיר איינרעדן אז דו רעדסט זיך איין אז די איינציגע עקסטרעמע משוגעים וואס דער אייבערשטער האט אראפגעשיקט אויף די וועלט זענען אלע בטעות אנגעקומען קיין סאטמאר...

נייס טריי.

מיר ביידע ווייסן זייער גוט אז די מינוט וואס סאטמאר וואלט פאררופן די אסיפה וואלט נישט געווען דארט קיין טויזנט מענטשן פון די פרעמדע גאס.

כ'האב פשוט געוואלט זען צי דו האסט אין זיך א משהו פון די 'אויפריכטיגקייט' וואס דו ווילסט דא יעדן פארקויפן אז נאר דו האסט און גאנץ סאטמאר האט עס פארלוירן.

א דאנק פאר'ן מיך העלפן פראָוון מיין פוינט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/5/2012 03:08 לינק ישיר 

אז מ'רעדט נישט וועגן ציונות דארט, פארוואס נישט? זיי זענען נערמאלערע מענטשן ווי דו טראכסט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 02:12 לינק ישיר 

איך האב דיר געפרעגט (כאילו האסט נישט פארשטאנען) וואס וואלט געווען ווען סאטמאר פאררופט די אינטערנעט אסיפה, וואלטן די אלע 90,000 אגודיסטן (וכל שום וחניכא דאית להו) געקומען אהין?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/5/2012 01:26 לינק ישיר 

גלאבאל פונקט ווי אין ארץ ישראל 
און פונקט ווי ארץ ישראל ארעטן אלע גדולים אינאיינעם מיט די עדה החרדית ארבעט סאטמאר רבי שליט"א אינאיינעם מיט אלע גדולים אבער א שמעלץ טאפ אונטער איין דאך ווען נישט "דאס" איז דער יסוד פונעם לענזונג דאס נישט
ביי די וועי מרעדט דא נישט נאר פון ערליכע בני תורה וואס אפילו ביי זיי איז די אידישקייט גאר אנדערש ווי אונז אבער מרעדט דא אז מרופט יעדן איד פון פילעדעלפיע און מאנהעטן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 01:01 לינק ישיר 

די מלחמה קעגן אינטערנעט איז א גלאבאלע מלחמה נישט קיין חילוק צווישן וועלכע קרייז. די מלחמה קעגן ציונות איז נאר סאטמאר. פארוואס זאלן זיי קומען צו א מלחמה קעגן ציונות. אבער למשל ביי די גיוס בנות מלחמה, זענען זיי געקומען פינקט ווי אונזערע עלטערן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 00:57 לינק ישיר 

פאר דו הייבסט אן פרעגן פרישע שאלות (אן ליינען וואס איך האב קלאר ארויסגעשריבן), ביטע ענטפער מיר די פראגע וואס איך האב דיר געפרעגט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/5/2012 00:52 לינק ישיר 

ביסט באמת מדמה דעם גור'ן חסיד פון בארא פארק, אדער דער ליטווישער בן תורה צו די נעלאגן פון דערהיים???????????



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 00:49 לינק ישיר 

הרב ריפל
אז דו ווילסט דוקא קען איך שפילן דעם שפיל נאך אביסל, ביז מיין געדולד וועט אויסלויפן.

דו שרייבסט:

דאס איז פינקלעך וואס איך שריי. אויב דו ביסט נישט געניג שטארק ביי דיר אינדערהיים מיט די שיטה, אויף אזוי ווייט אז דיין בחור קען נישט גיין פאר צוויי שעה צוזאמן מיט אן אנדערע קרייז איד (שומר תורה ומצוות) ביסטו אויף געבראטענע צרות.

דער אור אלטער איינרעדעניש אז דורך זיך אויסמישן און צוזאמלעבן מיט דעם אנדערן צד וועט גארנישט פאסירן. דאס איז געווען דער יסוד פונעם קאמף צווישן די שטיצער און קעגנער פון די טיילונג אין אונגארן.

איך וויל חלילה נישט צוגלייכן די אגודיסטן צו קיין גויים אדער פרייע, אבער ביי אידן אין אלע דורות האט מען געוואוסט אז די איינציגע זאך וואס האט געארבעט איז געווען התבדלות. און ווי ר' מאיר שפירא (האסט שוין זיכער געהערט פון אים...) האט געשריבן מיט קנאפע 80 יאר צוריק, אז אין די מלחמה צווישן גדולי ישראל בנוגע דעם טיילונג, האט ליידער דער מציאות געוויזן אז דער תורת ההתבדלות האט געזיגט.

די קרייזן וועלכע זענען געגאנגען אינעם דרך פון התבדלות האבן אויפגעשטעלט הערליכע דורות, דאגעגן פון די אנדערע איז געבליבן גאר ווייניג, און אפילו פאר די צווייטע וועלט מלחמה האט מען עס שוין זייער קלאר געזען.


אין איין ווארט: צווישן די מלחמה מיט אינטערנעט, און זיצן נעבן אן אגודה'סט (ה"י, רח"ל). האט געווינען די נישט זיצן נעבן דעם אגודה'סט ביסטו אויף צרות און דו קענסט יעצט ענדיגן די מלחמה קעגן אינטערנעט ווייל דו ווייסט ווי שטארק עס באדערט דיר (און ווייטער, איך מיין ביידע זייטן סאטמאר).

דאס איז שוין סתם דברי הבל. ווי געזאגט אויבן, דער כינוס איז נישט די איינציגסטע לעזונג קעגן דעם אינטערנעט.

אפילו די רבי ז"ל האט געוואלט אז ביי זיינע פראטעסטן זאלן קומען אלע קרייזן רבנים. נישט נאר די התאחדות הרבנים. ווייל עס איז דא די מלחמה מיט ציונות, און עס איז דא גזירות וואס מ'דארף ניצן אלע געווער וואס מ'האט.

טענו בחיטין והודו לו בזכר קדשו.

און לאמיך דיר פרעגן א אנדערע שאלה, נייגעריג צי דו וועסט קענען זיין אויפריכטיג מיט דיר אליין. אויב סאטמאר פאררופט ווען דעם כינוס (סיי וועלכער פון זיי, אדער גאר ביידע צוזאמען), וואלטן די אלע 90,000 אידן געקומען אהין צו יענע אסיפה? אויב למשל מ'רעדט דארט אסאך קעגן ציונות, וואלטן זיי געקומען? ועוד כהנה וכהנה.

דריי א קאפ דיין באבען.


תוקן על ידי געגאנגען ב- 02/05/2012 00:56:20




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/5/2012 00:40 לינק ישיר 

איז נישט דאס און ענגליש די סיבה פארוואס מ'האט געמאכט די אינטערנעט אסיפה מינדער וויכטיג?

ווען דו זאגסט ווען אז עס וועט נישט אויפטוהן, מילא..
ווען דו זאגסט אז עס גיבט אן היתר צו האבן אלעס וואס מיר אסר'ן, מילא.

וכדומה, עס איז דא אזוי סאך גערעכטע סיבות צו יא צו נישט צו גיין. פינקט נישט זיצן נעבן דעם אגודה'סט אדער הערן רעדן ענגליש "דאס" זענען דיינע פראבלעמען פאר נישט גיין? דיין בחור גייט דאך אליינס פארשטיין אז דאס גיבט אים נישט א היתר צו גיין מארגן אין א סטעדיום קוקן א געים, ווייל יעצט איז א מלחמה קעגן אינטערנעט גייט מען דארט אהין מיט רבנים. די זעלבע, אויב דיין בחור וועט זעהן אן אגודה'סיטע רב וועט ער יענע מינוט ווערן אפגעפארן, ביסטו ערענסט אין טשעפטער 11



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 00:25 לינק ישיר 

ריפל כתב:
 און זיצן נעבן אן אגודה'סט (ה"י, רח"ל).


סארי ריפל, מיר אלע האבן געמיינט אז דו דעבאטירסט די פראבלעמען וואס סאטמאר האט מיט די כינוס.

אצינד זעה איך אז דו רעדסט פון מנשה פלעפף'ן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/5/2012 00:08 לינק ישיר 

געגאנגען כתב:

צי דארף טאקע מיין בחור גיין צו א כינוס וואו צענדליגער טויזנטער 'ארטאדאקסישע' אידן קומען זיך צוזאם און זען ווי שיינע רבנים האלטן דרשות אויף ענגליש, דארטן וואו איך האלט אים אין איין אריינפרעדיגן די יסודות'דיגע נקודה פון שם לשון מלבוש?

צי איז מיין בחור'ל מחוייב צו הערן אז מ'קען יא האבן א קאמפיוטער אינדערהיים מיט א גוטן פילטער אד"ג, דארט וואו זיין אייגענער רבי האט געמאכט אנדערע תקנות?!

קלאר און דייטליך, מיט פארשידענע חלקים זענען מיר בעסער און מער אפגעהיטן ווי א גרויסן חלק פון די אידן מיט וואס די כינוס ארגאניזירער ווילן אונז צוזאמשטעלן. וועמען עס געפעלט נישט קען געזונטערהייט גיין. ס'איז נישט דאס ערשטע מאל וואס מ'מאכט חוזק פונעם התבדלות צווישן ערליכע אידן און דעם שוואכערן ציבור, אונז האמיר עס פארטראגן ביז היינט און מיר וועלן עס פארטראגן אויך ווייטער.



דאס איז פינקלעך וואס איך שריי. אויב דו ביסט נישט געניג שטארק ביי דיר אינדערהיים מיט די שיטה, אויף אזוי ווייט אז דיין בחור קען נישט גיין פאר צוויי שעה צוזאמן מיט אן אנדערע קרייז איד (שומר תורה ומצוות) ביסטו אויף געבראטענע צרות. 

אין איין ווארט: צווישן די מלחמה מיט אינטערנעט, און זיצן נעבן אן אגודה'סט (ה"י, רח"ל). האט געווינען די נישט זיצן נעבן דעם אגודה'סט ביסטו אויף צרות און דו קענסט יעצט ענדיגן די מלחמה קעגן אינטערנעט ווייל דו ווייסט ווי שטארק עס באדערט דיר (און ווייטער, איך מיין ביידע זייטן סאטמאר).

אפילו די רבי ז"ל האט געוואלט אז ביי זיינע פראטעסטן זאלן קומען אלע קרייזן רבנים. נישט נאר די התאחדות הרבנים. ווייל עס איז דא די מלחמה מיט ציונות, און עס איז דא גזירות וואס מ'דארף ניצן אלע געווער וואס מ'האט.



תוקן על ידי ריפל ב- 02/05/2012 00:10:06




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > איז סאטמאר טאקע באנקראט???
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext