|
|
| נשלח ב-2/5/2012 00:49 |
|
| |
הרב ריפל
אז דו ווילסט דוקא קען איך שפילן דעם שפיל נאך אביסל, ביז מיין געדולד וועט אויסלויפן.
דו שרייבסט:
דאס איז פינקלעך וואס איך שריי. אויב דו ביסט נישט געניג שטארק ביי דיר אינדערהיים מיט די שיטה, אויף אזוי ווייט אז דיין בחור קען נישט גיין פאר צוויי שעה צוזאמן מיט אן אנדערע קרייז איד (שומר תורה ומצוות) ביסטו אויף געבראטענע צרות.
דער אור אלטער איינרעדעניש אז דורך זיך אויסמישן און צוזאמלעבן מיט דעם אנדערן צד וועט גארנישט פאסירן. דאס איז געווען דער יסוד פונעם קאמף צווישן די שטיצער און קעגנער פון די טיילונג אין אונגארן.
איך וויל חלילה נישט צוגלייכן די אגודיסטן צו קיין גויים אדער פרייע, אבער ביי אידן אין אלע דורות האט מען געוואוסט אז די איינציגע זאך וואס האט געארבעט איז געווען התבדלות. און ווי ר' מאיר שפירא (האסט שוין זיכער געהערט פון אים...) האט געשריבן מיט קנאפע 80 יאר צוריק, אז אין די מלחמה צווישן גדולי ישראל בנוגע דעם טיילונג, האט ליידער דער מציאות געוויזן אז דער תורת ההתבדלות האט געזיגט.
די קרייזן וועלכע זענען געגאנגען אינעם דרך פון התבדלות האבן אויפגעשטעלט הערליכע דורות, דאגעגן פון די אנדערע איז געבליבן גאר ווייניג, און אפילו פאר די צווייטע וועלט מלחמה האט מען עס שוין זייער קלאר געזען.
אין איין ווארט: צווישן די מלחמה מיט אינטערנעט, און זיצן נעבן אן אגודה'סט (ה"י, רח"ל). האט געווינען די נישט זיצן נעבן דעם אגודה'סט ביסטו אויף צרות און דו קענסט יעצט ענדיגן די מלחמה קעגן אינטערנעט ווייל דו ווייסט ווי שטארק עס באדערט דיר (און ווייטער, איך מיין ביידע זייטן סאטמאר).
דאס איז שוין סתם דברי הבל. ווי געזאגט אויבן, דער כינוס איז נישט די איינציגסטע לעזונג קעגן דעם אינטערנעט.
אפילו די רבי ז"ל האט געוואלט אז ביי זיינע פראטעסטן זאלן קומען אלע קרייזן רבנים. נישט נאר די התאחדות הרבנים. ווייל עס איז דא די מלחמה מיט ציונות, און עס איז דא גזירות וואס מ'דארף ניצן אלע געווער וואס מ'האט.
טענו בחיטין והודו לו בזכר קדשו.
און לאמיך דיר פרעגן א אנדערע שאלה, נייגעריג צי דו וועסט קענען זיין אויפריכטיג מיט דיר אליין. אויב סאטמאר פאררופט ווען דעם כינוס (סיי וועלכער פון זיי, אדער גאר ביידע צוזאמען), וואלטן די אלע 90,000 אידן געקומען אהין צו יענע אסיפה? אויב למשל מ'רעדט דארט אסאך קעגן ציונות, וואלטן זיי געקומען? ועוד כהנה וכהנה.
דריי א קאפ דיין באבען.
תוקן על ידי געגאנגען ב- 02/05/2012 00:56:20
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2012 00:52 |
|
| |
ביסט באמת מדמה דעם גור'ן חסיד פון בארא פארק, אדער דער ליטווישער בן תורה צו די נעלאגן פון דערהיים???????????
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2012 00:57 |
|
| |
פאר דו הייבסט אן פרעגן פרישע שאלות (אן ליינען וואס איך האב קלאר ארויסגעשריבן), ביטע ענטפער מיר די פראגע וואס איך האב דיר געפרעגט.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2012 01:01 |
|
| |
די מלחמה קעגן אינטערנעט איז א גלאבאלע מלחמה נישט קיין חילוק צווישן וועלכע קרייז. די מלחמה קעגן ציונות איז נאר סאטמאר. פארוואס זאלן זיי קומען צו א מלחמה קעגן ציונות. אבער למשל ביי די גיוס בנות מלחמה, זענען זיי געקומען פינקט ווי אונזערע עלטערן
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2012 01:26 |
|
| |
גלאבאל פונקט ווי אין ארץ ישראל און פונקט ווי ארץ ישראל ארעטן אלע גדולים אינאיינעם מיט די עדה החרדית ארבעט סאטמאר רבי שליט"א אינאיינעם מיט אלע גדולים אבער א שמעלץ טאפ אונטער איין דאך ווען נישט "דאס" איז דער יסוד פונעם לענזונג דאס נישט ביי די וועי מרעדט דא נישט נאר פון ערליכע בני תורה וואס אפילו ביי זיי איז די אידישקייט גאר אנדערש ווי אונז אבער מרעדט דא אז מרופט יעדן איד פון פילעדעלפיע און מאנהעטן
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2012 02:12 |
|
| |
איך האב דיר געפרעגט (כאילו האסט נישט פארשטאנען) וואס וואלט געווען ווען סאטמאר פאררופט די אינטערנעט אסיפה, וואלטן די אלע 90,000 אגודיסטן (וכל שום וחניכא דאית להו) געקומען אהין?
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2012 03:08 |
|
| |
אז מ'רעדט נישט וועגן ציונות דארט, פארוואס נישט? זיי זענען נערמאלערע מענטשן ווי דו טראכסט
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2012 04:02 |
|
| |
הייסט דו ווילסט מיר איינרעדן אז דו רעדסט זיך איין אז די איינציגע עקסטרעמע משוגעים וואס דער אייבערשטער האט אראפגעשיקט אויף די וועלט זענען אלע בטעות אנגעקומען קיין סאטמאר...
נייס טריי.
מיר ביידע ווייסן זייער גוט אז די מינוט וואס סאטמאר וואלט פאררופן די אסיפה וואלט נישט געווען דארט קיין טויזנט מענטשן פון די פרעמדע גאס.
כ'האב פשוט געוואלט זען צי דו האסט אין זיך א משהו פון די 'אויפריכטיגקייט' וואס דו ווילסט דא יעדן פארקויפן אז נאר דו האסט און גאנץ סאטמאר האט עס פארלוירן.
א דאנק פאר'ן מיך העלפן פראָוון מיין פוינט.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2012 15:01 |
|
| |
ריפל.
סאטמאר רבי איז קיינמאל נישט ארױסגעקומען קעגן דעם כינוס, און אלע ארױנישע צײטונגען רעדן פונעם כינוס. און ער האט קײנמאל נישט געזאגט אין פאבליק זיינע סיבות פארװאס ׳ער׳ האט נישט געהאט חשק צו גיין. לױט מײן אינפארמעישאן האט עס געהאט װײניג מיט עינגליש, סזענען דא עינגלישע דרשות בײ אלע פראטעסטן, און בײ מערערע דינערס.
סאיז אסאך זאכן אױף אמאל, די גרױסע סקרינס, די מישמאש פון קרײזן, די עינגלישע דרשות און מאוסט אימפארטענט פאר סאטמאר איז עס צװײ טריט צוריקװעגס, װיבאלד דער כינוס גײט פראמאוטען כשר׳ע טעכנאלאגיע, װען אין סאטמאר װײסט מען אז גארנישט איז נישט כשר
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2012 16:01 |
|
| |
| Ahroiny כתב: |  | | ריפל.
סאטמאר רבי איז קיינמאל נישט ארױסגעקומען קעגן דעם כינוס, און אלע ארױנישע צײטונגען רעדן פונעם כינוס. און ער האט קײנמאל נישט געזאגט אין פאבליק זיינע סיבות פארװאס ׳ער׳ האט נישט געהאט חשק צו גיין. לױט מײן אינפארמעישאן האט עס געהאט װײניג מיט עינגליש, סזענען דא עינגלישע דרשות בײ אלע פראטעסטן, און בײ מערערע דינערס.
סאיז אסאך זאכן אױף אמאל, די גרױסע סקרינס, די מישמאש פון קרײזן, די עינגלישע דרשות און מאוסט אימפארטענט פאר סאטמאר איז עס צװײ טריט צוריקװעגס, װיבאלד דער כינוס גײט פראמאוטען כשר׳ע טעכנאלאגיע, װען אין סאטמאר װײסט מען אז גארנישט איז נישט כשר |
|
די לעצטע ווערטער איז באמת וויכטיג. לאזט ארויס די מישמאש, סקרינס, ענגליש וכו'. דאס וואס דו שרייבסט אין דיינע לעצטע ווערטער דאס זאל זיין די סיבה. פשוט ווייל מיר סאטמאר ערלויבן נישט א קאמפיוטער אינדערהיים בכלל, און דארט גייט מען רעדן פון האבן אינדערהיים אינטערנעט מיט א פילטער. דאס איז זייער א שטארקע פוינט. עס איז גענוג שטארק פאר זיך, פארוואס דארף מען דרייען א קאפ מיט מישמאש אדער ענגליש יעצט? מ'הרג'ט דאך די גאנצע זאך.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2012 21:16 |
|
| |
אויב דו זאגסט מיר איין לאגישע סברה וואס א מישמאש פון אלע קרייזן און איין סטעדיום, וועט אויפטוהן אונעם הינזיכט פון די מלחמת היצר קעגן טעכנאליגיע, בין איך תיכף מודה צו דיר,
עס טוט אויף, זערא זילטש נאדא,
וואס איך הער נאר: "אחדות אחדות"
געוואלד און געשריגן! איך בין דאך קיינמאל נישט געווען ציקריגט מיט דיר!!
סאטמאר רבי האט עפעס קעגן די אמעריקאנע ליטווישע אידן???
געזונטערהייט מאך אסיפות פון א מיליאן מענטשן, איך שיק דיר אפי' אפאר טאלער פאר די קאסטן, איך געב דיר מיין ברכה והצלחה, אדרבא ואדרבא,
אבער וואס פאר א שווארץ יאר איז פונקט ביי דעם ענין מוז איך מיך מישן מיט אידן וואס איז נישט מיין סטאנדארד,
דער קאמפיין קעגן קליפת הטכנלוגי' איז נישט קעגן א באוועגונג, נישט קעגן אינדווידועלע עלעמענטן נישט קעגן גויים, מ'גייט נישט פראטעסטירן קעגן קיינעם, מ'גייט נישט אויפקלערן די גויים, די גאס, סאיז יעדער איד קעגן זיין יצר הרע הבוער בקרבו,
נו וואס פונקטליך גייט מען אויפטוהן מיט מאכן אן ערבוביא און א סטעדיום, ברעכן אלטע מסורות ויסודות,
דער יצר הרע העט זיך מער דערשרעקן,
וואס??
גאנץ כלל ישרא' דאווענען אלע צו זעלבן באשעפער, לפי"ז, אויב כלל ישראל יעדער דאווענט און זייער אייגנארטיגער שול מיינט דאס אז מ'איז נישט באחדות?
ביי רובאשקין איז ממש גאנץ כלל ישראל, פון די נטורי קרתא ביז די רעפורמער געווען באחדות, האט אלעס פיין געווירקט ווען יעדער סביבה זיך געהאט זיין אסיפה זיינע רעדנערס זיינע שפראכן, האט איינער דען חושש געווען אז ס'נישטא קיין אחדות?
איר זאלט מיר אלע מוחל זיין אבער איך בין געקומען צו די מסקנא אז די גאנצע "כינוס" איז א געהעריגע מעשה שטן, און א שגעון,
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2012 04:12 |
|
| |
| קראך_היט כתב: |  | איר זאלט מיר אלע מוחל זיין אבער איך בין געקומען צו די מסקנא אז די גאנצע "כינוס" איז א געהעריגע מעשה שטן, און א שגעון,
|
|
איך וועל נישט אריינגיין אינעם עצם ענין פון זאגן אז דער סקולענער רבי, דער ווינע רב, וכו' זענען אלע שליחי שטן ה"י, און טאקע נאר דיר איינער קראך היט פארשטייט וואס איז שטן און וואס נישט. בושה גדולה תכסה פניכם.
נאר איך וועל רעדן פון די טיפשות פון דיינע ווערטער. דו זאגסט אז דאס וואס דער שטן האט אויסגעטראפן דעם אינטערנעט איז נאר געווען אלס א מיטל צו קענען מאכן דעם כינוס....
א שאד פאר דיין מעדיקעיד, א דאקטאר וועט שוין נישט העלפן. איך בין זיכער אז אפילו אויף דיין דרייווערס לייסענס האט די מאטאר וויקעל דעפארטמענט געשריבן "Crazy"
|
|
|
|
|