נאך א ביטערן געוויין פון די גבאים פון דער גרויסער סאטמאר רבי מיט טרערן אין די אויגן
היתכן דעם וואס דארף שוין 10 יאר זיצן אין פלעטבויש מיט אפאר בראך'ס און געטער'ס האט באקומען די כבוד פון א באזוך פון 4 רבנים 12 אזייגער ביינאכט מיטן תירוץ אז אן עם איז דא א שווערקייט צו אנפילן די 50 טויזנט זיצן (נישט אז ס'וועט נישט זיין פיל חזקה על פראפגאנדע שאינה חוזרת ריקם) אבער אן עם איז דאס נישט קיין כלל ישראל איחוד.
און דער גרויסער סאטמאר רבי דער וואס האט רוב מנין ובנין האט נישט די זכיה צו אזא באזוך.
נאך גרויס פרעשע און סטראשערייען האבן זיך די עסקנים געבראכן און יעצט קומט פאר א "גאר שטורעמישע אסיפה" ווי סאטמאר רבי גייט אויסהערן די דעת הדיינים והמוצי"ם והרעבלעך למיניהם און האבן דאס לעטצעט ווארט מיט'ן זאגן "אוקעי"
און ביינאכט וועט אנקומען צו א באזוך די צוויי ראשי ישיבות פון לעקיוואד (עפעס אינטרעסאנט נישט צוזאמן מיט סעקולענער רבי די תירוץ אלט מען נאך אינמיטן באקן.
ועל כגון זה כתוב: אבל מלך אביון, בלע ורד..............
נשלח ב-2/5/2012 23:16
שארמאשער ווער איז יעצט דער "בלוט שונא"? איך דארף קענען האלטן קאפ וועלכע היטל דו טראגסט יעצט און וועלכע פארטיי דו שפילסט יעצט
נשלח ב-2/5/2012 23:13
עטס קענטס מאכען גאנצע פשעטעלך מיט תירוצים למעשה אז סקולענע רבי געקומען באזוכן ביי ענקער בלוט שונא שלינגט עס אראפ נישט זאג פאר יעדן אז עס באדערט דיך
נשלח ב-2/5/2012 21:30
איך מיין אז עס איז די ערשטע מאל וואס דער סקלענער רבי באזוכט ביי ר' זלמן לייב
נשלח ב-2/5/2012 20:52
רבי זאליקא איז נעבאך געווען פארלוירן, אז ער האט זיך געמיזט דירוך רעדן מיטן ''חכם ארזים רעב הערשל מייזליש" דער צדיק פון שאפראן, דער מחותן קבוע זיינעם,
דער גרויסער שטריק וויסענדיג אז ער איז נישט בכח צו מאכען אליין החלטות אין ער האט נישט קיין ווארט אויף זיין אייגענע פארטיי, ער וועט קודם דארפן משכנע זיין אלע זיינע סיקרוקים אין זיינע דיינים זאלען מיט אים מיטשטיין האט ער כאטשיג געוואלט מאכען א מעכטיגע אסיפת הרבנים ביי זיך אינדערהיים וואס זאל אפווישן די נעכטיגע באזוך אין קרית יואל -פראפאגאנדע איז דאך זיין פאך אין ווי נאר ער האט באקומען די מעלדונג אז סקולענער רבי קומט האט ער זיך גענומען לאדענען אלע וויליאמסבורגע רבנים, אינאיינעם מיט זיין ליצנות בית דין, אין אזוי געהאפט צו באקומען גרויסע העדלייןס למעשה זענען קוים אפאר רבנים אנגעקומען אין די וואס יא זענען נישט געקומען צוזאמאן אין עס ענדעש אויסגעקוקט ווי א טיי אווענט, ווי די גערופענע קומען אין גייען
אט איז בערך די סדר פין די א''ג אסיפת הרבנים וואס דער הויז בחור האט ארויסגעגבן נעכטן נאכט 4:00: איז שאפאראן געקומען אין אוועק נאך א שטוק צייט (מנשה פילאף איז אויך דארט געווען) 5:00: די ערווארטע באזוך פין האדמורים מסוקלען אין וויען שליט''א ''5:10'': סקולענע רבי האט געזאגט אז ער וויל שוין גיין, אין נאר וויענער רב איז דארט געבליבן אביסל שפעטער וואס וויענער רב איז געגאנגען איז ר' טודרוס אנגעקומען נאכדעם וואס ר' טודרוס איז געגאנגען זענען הערשט זיינע דיינים אנגעקומען צו די א''ג אסיפת רבנים בביתו נאווה 6:30 איז ר' מנשה אנגעקומען ביינאכט זענדיג אז די לעקוואדע ראשי ישיבה זענען נישט אנגעקומען....... האבען זיי ארויסגעשיקט מעסעזשעס אז ס'געווען א '4 שעה'יגע' אסיפת הרבנים... אין דא לאכט מען
נשלח ב-2/5/2012 19:17
ליצים זאגן אז ווען איינער פון די רבנים האט עפעס געזאגט איבער די מיהאלאוויצער תקנות, האט דער שטריק געפרעגט:
וועלכע בראנפען איז דאס?
נשלח ב-2/5/2012 19:08
רבותי הערט אויף צו לאכן פון אונזערע ברידער סקולענער רבי שליט"א ואתו עמו די אנדערע רבנים, זענען ממש א בחינה פון יש קונה עולמו בשעה אחת, און אזעלכע שווערע טעג פאר די חברה, האט זיי ממש מחיה געווען, מיט זייער באזוך ביי רז"ל וואס הארט ענק אז אידן האבן הנאה
נשלח ב-2/5/2012 19:02
אנטשולדיגט איך האב נישט צוגענדיגט מיין פונקט איז אזוי ווען די רבנים גייען צו צד מהרז''ל פארשטייט יעדער איינער אז חוץ די בילד מיינט עס נישט עפעס אנדערש ווייל צו הערן א דעת תורה קען מען גראד גיין צו זייערע דיינים און רבנים וואס זיי האבן במילא אויף אים די לעצטע ווארט מען מוז נישט גיין צום עם הארץ אליין, און ווען די רבנים גייען ווען נישט צו אים איז עס זייער פשוט און נטורליך פארוואס ווייל עס איז נישט דא מיט וועם צו רעדן (פארשטייט זיך אומצוגעגרייט עיין ערך באזוך פון ר' מיכל זילבער)
נשלח ב-2/5/2012 18:55
מה בין בני לבן חמי? סאטמאר אדמו''ר מהר''א האט נישט געברויכט צוזאמרופן זיינע רבנים דיינים און פותר חלום זיין פון וואס מען רעדט דא צו מען דארף יעצט נעמען א "ביצה גמרא" (עיין ערך פרשת נידלען די אייער) אדער געוואויר ווערן וויאזוי די משנה אין בבא קמא גייט (עיין ערך שור שנגח את הפרה) אדער צו פורים בייטאג ביים ליינען זאגט מען שהחיינו (עיין ערך ראדני) אדער יהללוך ביי מצות באקן וכו' וכו' וכו' סאטמאר אדמו''ר מהר''א איז ב''ה גוט אויסגעקאכט אין די שיטה און אין הלכה און אין השקפה HE KNOWS THE BOOKS ער דארף נישט האבן קיין דיינים רבנים וואס זאלן אים אונטערזאגן וואס מען דארף זאגן ער קען ב''ה אליין
ווידער סאטמאר אדמו''ר רז''ל ער דארף שוין רופן דיינים אדמורים און ממש ער קען זיך נישט אן עצה געבן ציניקער געבן איבער אז ער האט געפרעגט אין שטוב פאר די אדמורים זענען געקומען וועלכע גמרא מען דארף ארויסנעמען (בבחינת אבא האיך מעשרין את המלח)........
נשלח ב-2/5/2012 08:46
וואס וואלסטו געזאגט אויב זיי וואלטען נישט געגאנגען צו מהר''יי, ? קיינער קוקט נישט צו אים! !! וכדומה עיין ערך כינוס סיטי פיעלד
נשלח ב-2/5/2012 06:04
ווען זיי גייען צו ר' אהרן איז עס "זיך געביקט צו דעם גרויסן ר' אהרן" ווען זיי גייען צו מהר"יי איז עס "נאך ביטערע בכיות האבן זיי זיך געבראכן"
כא כא כא - הא לן והא להו
נשלח ב-2/5/2012 05:24
Im not at my desk.
The point is that there is only one shota who wrote this stupid stuff, and the aronim are not responsible on his tegivas.
נשלח ב-2/5/2012 05:00
United I'm not that much into Satmar politics, so i just don't get your point: please explain
נשלח ב-2/5/2012 04:50
Mr. City, take in mind what i wrote earlier today:
חיים הערש ט"ב האט נישט פארשעהמט זיין זיידן - הולך לבג"ץ פארשעהמט נישט זיין רבין.