|
|
| נשלח ב-3/5/2012 03:26 |
|
| |
זענען די ארונים מסכים צו א דין תורה אויף גאנץ סאטמאר?
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2012 03:33 |
|
| |
א יעדע קהילה דארף מען עקסטער דן זיין אזוי ווי מען איז עקסטער דן בארא פארק אין בני ברק זאל מען אלעס עקסטער דן זיין קרית יואל אין וויליאמסבורג
אין אינז זעמיר מוכן ומזומן שיקט'ס אן הזמנה ביי אומפארטיישע בית דין
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2012 03:36 |
|
| |
אין פארשטייט זיך מאנסי וועט אויך אריין קומען אין די פיקטשער אין חיים יושע וועט מיזן קומען
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2012 03:40 |
|
| |
| מאירשלום כתב: |  | | זענען די ארונים מסכים צו א דין תורה אויף גאנץ סאטמאר? |
|
יא.
יעדער וואס וועט שיקן א הזמנה מיט סיי וועלכע תביעה, וועט געענטפערט ווערן ביי די"ת.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2012 03:51 |
|
| |
| קריסטאל כתב: |  | אין פארשטייט זיך מאנסי וועט אויך אריין קומען אין די פיקטשער אין חיים יושע וועט מיזן קומען |
| האט מען שוין איינמאל געשיקט א הזמנה פאר ר חיים יושע
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2012 03:55 |
|
| |
| קריסטאל כתב: |  | א יעדע קהילה דארף מען עקסטער דן זיין אזוי ווי מען איז עקסטער דן בארא פארק אין בני ברק זאל מען אלעס עקסטער דן זיין קרית יואל אין וויליאמסבורג
אין אינז זעמיר מוכן ומזומן שיקט'ס אן הזמנה ביי אומפארטיישע בית דין |
| פארוואס קען מען נישט מאכען איין גרויסע די תורה אויף די ירושה פון ברך משה פארוועם עס באלאנגט אלע סאטמערע קהילות פון די גאנצע וועלט ?
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2012 04:05 |
|
| |
ווייל אויף א יעדע פלאץ איז די דין תורה עפעס אנדערש
למשל אין קרית יואל האבן די זאלי'ס נישט קיין שום טענות ווייל דעס איז יעדער מודה אז דער ברך משה האט עס געגעבן פארן רבי'ן אפילו לשיטותכם האט די רבי דער ברך משה געשריבן א בריוו אז ר' זלמן קען זיך עפענען עקסטערע מוסדות אין רעדט נישט גארנישט פין זיין עקסטיערנדע מוסדות
1) ווילאימסבורג איז געווען א קהל וואס מען האט ארויס געווארפן אין זיי מיזן צוריק קומען
2) דער ברך משה האט אריף גענימען דעם רבי'ן פאר רב הצעיר אין ר' זלמן איז אנגעקומען נאך דעם בגניבה
פארדעם קען מען נישט מאכן איין גרויסע טשאלנט
תוקן על ידי קריסטאל ב- 03/05/2012 04:12:04
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2012 07:23 |
|
| |
| קריסטאל כתב: |  | ווייל אויף א יעדע פלאץ איז די דין תורה עפעס אנדערש
למשל אין קרית יואל האבן די זאלי'ס נישט קיין שום טענות ווייל דעס איז יעדער מודה אז דער ברך משה האט עס געגעבן פארן רבי'ן אפילו לשיטותכם האט די רבי דער ברך משה געשריבן א בריוו אז ר' זלמן קען זיך עפענען עקסטערע מוסדות אין רעדט נישט גארנישט פין זיין עקסטיערנדע מוסדות
1) ווילאימסבורג איז געווען א קהל וואס מען האט ארויס געווארפן אין זיי מיזן צוריק קומען
2) דער ברך משה האט אריף גענימען דעם רבי'ן פאר רב הצעיר אין ר' זלמן איז אנגעקומען נאך דעם בגניבה
פארדעם קען מען נישט מאכן איין גרויסע טשאלנט
תוקן על ידי קריסטאל ב- 03/05/2012 04:12:04
|
| די אלע טענות וועט מען טאקע זאגן ביים דין תורה פארוואס ענק האלטען אז עס דארף אזוי זיין, אבער פארוואס קען נישט זיין א דין תורה פארוועם עס באלנגט סאטמר, אגב ווען האט די ברך משה אוועקגעגיבען וויליאמסבורג פאר ר אהרן?
תוקן על ידי מאירשלום ב- 03/05/2012 07:29:51
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2012 07:33 |
|
| |
חוץ דעים הנהלת המוסדות פארוועם די קעמפס באלאנגען דארף מען אויכעט עקסטער ריפען אין דין תורה?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2012 18:27 |
|
| |
איך האב מברר געווען אז דאס וואס צד מהרז''ל זאגט אין האלט אין איין איבערקייען
אז דער בית דין האט 'מחייב געווען' דעם ציבור פין צד מהר''א אינטערצושרייבן ש''ב איז שקר
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2012 21:33 |
|
| |
| דיןתורה כתב: |  | איך האב מברר געווען אז דאס וואס צד מהרז''ל זאגט אין האלט אין איין איבערקייען
אז דער בית דין האט 'מחייב געווען' דעם ציבור פין צד מהר''א אינטערצושרייבן ש''ב איז שקר
|
| דעמאלטס פארוואס קומט נישט ארויס קיין פסק?
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2012 21:51 |
|
| |
ווייל די זאליס האבן באקומען קאלטע פיס, און אלס תובעים האבן זיי אויפגעגעבן די דין תורה, ווייל ס'האט ערנסט געהייסן אז מ'שלעפט אריין וומ"ב
קראנט
|
|
|
|
| נשלח ב-4/5/2012 02:05 |
|
| |
פינקטליך וואס דארט איז פארגעגאנגען קענסטו דיך אליין נאכפרעגן
איך גיי נישט דא זיצן אין אפשרייבן די גאנצע השתלשלות פין די בארא פארקע דין תורה
אין אויב יא, וועט זיי געוואלדיגע בישות פאר צד מהרז''ל
סיי וויפיל זיי האבען בכלל געהאלטן ביים גיין צו די''ת
סיי וויפיל שפיצלעך זיי האבען אינטערגעשטעלט בשעת מעשה
נאר דאס וואס איך האב ציגעברענגט אין קלאר פאר אלע צדדים
אין אדרבה פרעג דיך נאך
די בית דין האט דערוויל געפסקנט
אז די מוסדות איז נישט קיין נכסי יחיד
ממילא זענען אלע טענות פין צד מהרז''ל בטול
אין צד מהרז''ל האט געבעטן אז בי''ד זאל נישט געבן קיין פסק בכתב
ווייל זיי ווייל אנהייבן נאכמאל די די''ת דורכ'ן ציבור מיט נייע טענות
אבער נאכדעם האבען זיי זיך געכאפט אז לויט די נייע טענות וועט זיין גרויסע צרות ואכמ''ל
אין זיי האבען באקומען קאלטע פיס
|
|
|
|
| נשלח ב-4/5/2012 08:17 |
|
| |
| דיןתורה כתב: |  | פינקטליך וואס דארט איז פארגעגאנגען קענסטו דיך אליין נאכפרעגן
איך גיי נישט דא זיצן אין אפשרייבן די גאנצע השתלשלות פין די בארא פארקע דין תורה
אין אויב יא, וועט זיי געוואלדיגע בישות פאר צד מהרז''ל
סיי וויפיל זיי האבען בכלל געהאלטן ביים גיין צו די''ת
סיי וויפיל שפיצלעך זיי האבען אינטערגעשטעלט בשעת מעשה
נאר דאס וואס איך האב ציגעברענגט אין קלאר פאר אלע צדדים
אין אדרבה פרעג דיך נאך
די בית דין האט דערוויל געפסקנט
אז די מוסדות איז נישט קיין נכסי יחיד
ממילא זענען אלע טענות פין צד מהרז''ל בטול
אין צד מהרז''ל האט געבעטן אז בי''ד זאל נישט געבן קיין פסק בכתב
ווייל זיי ווייל אנהייבן נאכמאל די די''ת דורכ'ן ציבור מיט נייע טענות
אבער נאכדעם האבען זיי זיך געכאפט אז לויט די נייע טענות וועט זיין גרויסע צרות ואכמ''ל
אין זיי האבען באקומען קאלטע פיס
|
| קרית יואל באלאנגט אויכעט פארן ציבור?
|
|
|
|
| נשלח ב-4/5/2012 23:56 |
|
| |
סאיז קלאר אז ווען בי"ד זאל זאגן אלעס איז איינס וועט ק"י אונטערשרייבן אבער אנצוהייבן א דין תורה איבער די גניבה לעיני השמש אין וויליאמסבורג מיטן ארויסווארפן ראשי קהלה מיטן ציבור פון די בנינים און זאגן אז מיר מוזן "אנפאנגען" מיט א דין תורה און אונז זאל מיר זאגן אז סאיז איינס מיטן אונטערשרייבן איידער בי"ד איז דאס מחייב דאס איז א זאך וואס האט נישט אפילו מיט קיין לפנים משורת הדין סאיז אזוי ווי דו זאלסט האבן א הויז אין ירושלים און אין וו"ב און איינער ווארפט דיר ארויס פון ירושלים מיט גניבה און דו רופסט אים צו דין תורה וועט ער זאגן האלא אז דו שרייבסט אונטער שטרי ברורין אויף דיין הויז אין וויאמסבורג בין איך מסכים אז נישט בין איך א גוי און איך גיי נישט צו קיין דין תורה איז אזוי אז דער בי"ד וועט הערן עפעס טענות אז דער גנב טענהט אז ער האט עפעס תביעות אינעם וו"ב הויז און ער האט א תביעה אז די וו"ב און ירושלים הייזער זענען איינס גוט וועט בי"ד דן זיין צו ער דארף צוקומען צום משוגעת פונעם נתבע צו נישט
|
|
|
|
|