בית פורומים אידישע געדאנק

אהרעלע יאקטער דער אהרוינישער שיק אינגל ווידער שפעניגט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/5/2012 21:37 לינק ישיר 
אהרעלע יאקטער דער אהרוינישער שיק אינגל ווידער שפעניגט

פאר די וואס דרייען זיך דא אויפן פארק איז די נאמען אהרעלע יאקטער נישט קיין חידוש, ער איז א אינגערמאן א ראצער א קאך לעפל, די עדה האט אים שוין אפאר מאל אינטערגעריסן פארן שטעלן פיסלעך פאר אתרא קדישא. די אהרוינים מיט זייער רבי בראש האבן זיך פארליבט אין דעם יאקטער ווייל ער קאלט כסדר רעבארען און ער האלט אים ביזי.

די אהרוינים ניצן דעם יאקטער אין זייערע מערכות, יעצט אבער האט ער פאר א אומפארשטענדליכע סיבה זיך פארעט קעגן די אהרוינים.

ס'רעדט זיך וועגן די שערריה פון מירון, ווי שוין באקאנט פראבירן די ציונים איבערצונעמען בעלות אויף אתרא קדישא מירון, אלס א חלק דערפון האבן זיי דאס יאר איבערגעבויט א חלק פונם שטח וואס ווערט געניצט בשעת די הדלקה פון תודלות אהרן רבי און זיי האבן אויפגעשטעלט די סטעידש פארן הדלקה, דער תולדות אהרן רבי האט געלזאט וויסן פאר זיינע חסידים אז ער וועט נישט צינדן אויב צאלט מען נישט אפ פון כשר געלט דעם גאנצען געשעפט. די תולדות אהרן חסידים זענען ארומגעלפאן אן א קעפ זיכן ווי מען קען באצאלן פאר די ארבעט, די רעגירונג אפיסעס האבן נישט געוואלט אפנעמען דאס געלט, זיי האבן געוואלט אז תולדות אהרן זאל דווקא יא נהנה זיין פון זיי.

יעצט האלט דאס שוין ביי דעם אז תולדות אהרן האט זיך דערוויסט אז די רעגירונג האט נאך נישט באצאלט פארן קאנטראקטער וואס האט צוגעשטעלט די גאנצע ארבעט, זיי האבן זיך אוועק געזעצט מיטן קאנטראקטער און באקומען זיין הסכמה אז ער וועט נעמען דאס גלעט פון תולדות אהרן און נישט פון די רעגירונג.

עד כאן איז אלעס הערליך און שיין, א כבוד און גאווה פאר די ערליכע אידן וואס זענען נישט נהנה פון די ציונים, אבער די אהרוינים וואס קענען נישט סובל זיין אז עס זענען נאך פארהאן ערליכע אידן וואס זענען נישט נכנע אינטער זיי האבן אנגעהויבן א שמוץ קאמפיין, אלס איינע פון זייערע שטערקסטע "טענות" האבן זיי ארויסגעריקט א מעשה אז די גאנצע פרשה איז בכלל נישט אמת, און ס'איז א הוילע פראפעגאנדע פון תולדות אהרן. איי אלע צייטונגען און ארץ ישראל רעדן דערוועגן? (א קשיא אויף א מעשה ולאהרוינים הפתרונות). די אהרוינים האבן נישט געכאפט ווי זיי מאכן ליצנות פון זיך אליינס זיי האבן ארויסגעלייגט א בילד ווי מען זעט א תולדות אהרן חסיד זיצן מיט ח"כ ליצמאן ביי איין טיש, איי די בילד צייגט אז די תולדות אהרן חסידים שתדלן יא, נישט אזוי ווי די שקר וואס זיי פראבירן צו פארקויפן אז היי יאר האט זיך גארנישט געטוישט. האבן זיי פראבירט מסביר צו זיין אז די מעשה איז פונקט פארקערט די תולדות אהרן חסידים שתדלן גאר אז די רעגירונג זאל באצאלן די קאסטן...

ס'איז איבריג זיך אריינצולאזן אין זייערע הסברים ווייל ביז דריי מינוט טוישט זיך זייער מעשה סיי ווי.

יעצט אבער האבן זיי געכאפט א מעכטיגע פראסק פון זייער חבר דעם ראצער יאקטער.

די פרייז פון די ארבעט אויפן שטח קאסט אפ 400 טויזענט שקל, תולדות אהרן האט אנגעהויבן א קאמפיין צו צאלן פארן קאנטראקטער די 400  אלפים (פארגעסט נישט אז לויט שיטת האהרוינים איז די גאנצע מעשה א פראפעגאנדע וואס הייבט זיך נישט אן און לאזט זיך נישט אויס... די תולדות אהרן'ע זענען סתם גנבים אן פראבירן מאכן געלט בגניבה...) קומט דער יאקטער און לייגט די אהרוינים אין דער ערד. נישט נאר ער באשטעטיגט אז די מדינה האט  באשטעלט א קאנטראקטער איבערצובויען און אויפצושטעלן די סטעדש און תולדות אהרן מיטשעט זיך צו באצעלן פארן קאנטראקטער כדי נישט נהנה צו זיין פון די ציונים נאר ער קומט נאך מיט א טענה היתכן די קנאישער ציבור לאזט דעם גאנצן עול פאלן אויף תולדות אהרן אין די צייט וואס תולדות אהרן ניצט דעם שטח נארך 3 שעה און אין די איבריגע שעות פון טאג ווערט די שטח געניצט דורך אנדערע קהלות וואס נעמען נישט קיין געלט ווי למשל ראחמסטריווקא, סאטמאר, ברסלב און נאך!



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2012 23:54 לינק ישיר 

פריש,

אלעס ארבעט פיין, חוץ דאס בילד פון תולדות אהרן עסקנים מיט די פרייע שיקסע, וואס דארף א ביאור.

אגב לויט וויפיל איך ווייס האט יאקטער מיט די ארונים דאס זעלבע וואס משה בער בעק האט מיט זאלונים.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/5/2012 04:48 לינק ישיר 

לאנצוט כתב:
פריש,

אלעס ארבעט פיין, חוץ דאס בילד פון תולדות אהרן עסקנים מיט די פרייע שיקסע, וואס דארף א ביאור.



קלאָץ קשי'



תוקן על ידי הנגיד_רבי ב- 03/05/2012 04:51:53




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/5/2012 04:50 לינק ישיר 

פריש כתב:
 די אהרוינים האבן נישט געכאפט ווי זיי מאכן ליצנות פון זיך אליינס זיי האבן ארויסגעלייגט א בילד ווי מען זעט א תולדות אהרן חסיד זיצן מיט ח"כ ליצמאן ביי איין טיש, איי די בילד צייגט אז די תולדות אהרן חסידים שתדלן יא, נישט אזוי ווי די שקר וואס זיי פראבירן צו פארקויפן אז היי יאר האט זיך גארנישט געטוישט. האבן זיי פראבירט מסביר צו זיין אז די מעשה איז פונקט פארקערט די תולדות אהרן חסידים שתדלן גאר אז די רעגירונג זאל באצאלן די קאסטן...

תירוץ
דער פ.צ. טראכט פשוט נישט איין רגע פאר ער דריקט שלח, ליין דורך א תגובה פאר דו שיסט אין די וועלט אריין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > אהרעלע יאקטער דער אהרוינישער שיק אינגל ווידער שפעניגט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext