| נשלח ב-3/5/2012 00:42 |
|
| |
ר' אהרן איז נישט קיין שרוליק! (סאשע)
מורא'דיגע מוסר השכל! תיכף ווען עס האט זיך אנגעהויבן די סאטמאר פאליטיק, דהיי' ווען די רבי זצ"ל האט אויפגענימען דעם רבי'ן שליט"א פאר רב אין וויליאמסבורג, און ר' אהרן האט דערקלערט קריג קעגן אלעמען, און אנגעדרייט א רעוועלט קעגן רבי'ן זצ"ל וואס האט נישט געהאט זיינ'ס גלייכן זינט וועלט איז וועלט, (אפשר אבשלום בן דוד) און לכבוד דעם געצויגן די צארן פון'ם טאט'ן זצ"ל, אזש ס'איז שוין ממש נישט געווען קיין וועג צוריק, און ר' אהרן האט לכבוד דעם אנגעהויבן מרוחק ווערן מער און מער.
האט רבצין סאשע ערקלערט שטייף: "איך גיי נישט לאזן ר' אהרן ווערן א שרוליק! מ'גייט פייטן סיטי-האלל"! א סלאגאן וואס דער בלאט האט אדאפטירט, און ס'האט געשיינט זייער גוט, כ'מיין: שרוליק איז דאך אויסגעשפילט, און אונז גייען דאס נישט לאזן פאסירן צו ר' אהרן. * היינט אחרי מות, ווען מ'ציעט א פאראלעל איז עס ממש צו לאכן: רבי שרוליק האט אלעס, אלעס, און פון זיין ברידער רעדט מען ניטאמאל פון אים, ס'איז כלל נישט קיין רעדע, ווען איינער גייט צו ר' ישראל דארף ער נאכנישט פארדעם גיין צו ר' מענדל, און בכלל ר' מענדל האט גארנישט באקומען, מ'קען רואיג אויפנעמן ר' ישראל ביי עני כבוד'ס שטעלע און ס'ברענגט נישט ארויף אז אפס מ'דארף זיך רעכענען מיט'ן צווייטן.
בקיצור ר' ישראל'ס כיבוד אב, - אויף וואס עס שטייט אז אפי' די טאטע שפייט אויף אים דארף מען שווייגן - (ער האט קיינמאל נישט געלאזט זיינע מענטשן רעדן אויף זיין טאטע וואס האט אים פארשיקט! אפי' ער האט זיך געמיטשעט מיט מנין האט ער פארשיקט אזא איינעם!) און די שכר אויף כיבוד איז בעולם הזה, איז מקיום געווארן במלא מובן המלה - א פראכט!
משא"כ דער ר' אהרן וואס האט זיך נישט געלאזט, און פונקט פארקערט גאר אין גאנג געלאזט א רעוואלט, ס'האט זיך געטוען יעדער ארוני ראצער בחור האט חוזק געמאכט פון זיין פאטער, איז געבליבן מיט וואס ער האט געהאט פארדעם אלס ק"י רב, ער איז נישט געווארן אנערקענט ביי קיין שום פרעמדע מוסד ווי עדה"ח/התאחדות/כולל שומרי חומות וכו' וכו' ווי זיין טאטע און פעטער זענען יא געווען נשיאים(נישט אז ס'מאכט אויס ס'איז נאר א כבוד זאך, אבער ס'ברענגט ארויס די פאקט אז יעדער רעכנט זיך "ווייל ס'איז דא צוויי סאטמאר'ס" און זיין ברודער איז געווארן א סאטמאר רבי!
א זאך וואלט לכאו' קיינמאל צושטאנד געקימען ווען ר' אהרן קאאפערירט ווען! ווי מ'הערט אויפ'ן טעיפ ווען ר' אהרן בעהט זיך מ'זאל אים מאכן פאר רב אין וויליאמסבורג און די טאטע זאל גיין אין גארטן, אז מ'באהאנדעלט אים ווי די קרוין פרינץ נאר די רבי איז אים מסביר "דו האסט דאך די ישיבה אין ק"י" אויף וואס ער זאגט אז ער האט נאך נישט קיין תירוץ.... * בקיצור היינט קען מען זאגן ער איז טאקע נישט קיין שרוליק! וויל ר' ישראל איז "די וויזניצע רבי" און ר' אהרן איז "פון די" צוויי סאטמאר רבי'ס.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/5/2012 05:09 |
|
| |
עפפעס אלע צייטן ביים רבי'ן זצ"ל ביים ברך משה האט סאטמאר געלעבט אויסערגעווענליך נאנט מיט די עדה, התאחדות, כולל שומרי חומות, וכו' און זייט ר' אהרן האט 'מרצונו' מחמת איידעלקייט נישט געוואלט 'אננעמען' די נשיאות, באווארפט מען די עדה און'ם גאב"ד בראש מיט צונעמען, (...) התאחדות ווערט באקעמפט פון ר אהרן אליין ביי יעדע געלעגנהייט (...) כולל שומרי חומות איז געגאנגען אזש ביז'ן ארפאפליקן זייערע פישקעס פון די ווענט (...)
תיקו
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2012 18:04 |
|
| |
ווער געדענקט נאך די חדשים לאנגדיגע סלאגאן, "מגייט נאך דעם ירושלימ'ען צוריק שיקען אויף א פליגער קיין ארץ ישראל אדער אפריקע, און משה גבאי וועט מען ארויספירען אויף א מיטה.".. די דמיונות האבען נאך געארבעט פול פאורס אז זיי זענען בעל בית און זייער רב הסוער וועט ווערען רב איבער סאטמאר די בכל אתר ואתר, אפילו נאך דער רבי די ברך משה האט שוין דערקלערט זיין יונגערע זון פאר רב אין ווילאמסבורג..
|
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2012 03:37 |
|
| |
לאנצוט, אויב דער רבנות איז זיינס, איז צו וואס האט ער זיך געדארפט אריינכאפן פארטאגס ביים טאטן, און אויב האט ער געוואלט נייטן זיין טאטן צו אים, איז א סימן אז דער טאטע איז יא געווען ביים דעת, און דער טאטע וויל ר' זלמן לייב און נישט אים פאר רב אין וויליאמסבורג..
און ביטע זיי מסביר וואס הייסט ס'זיינס?? ס'קומט אים צו זיין רב הצעיר!!
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2012 03:22 |
|
| |
יעצט הייבט מיר אן קלאר ווערן, רבינו יואל און דער ברך משה די נשיאים פון עדה, התאחדות, שומרי החומות זענען געווען איין שטיק הבל הבלים איין חתיכה גס רוח... נאר ר' אהרן איז א איש אמת און קען נישט סובל זיין די אלע שטותים מיט וואס זיין טאטע און זיידע האבן זיך פארסמאקעוועט מיט זיי.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2012 03:09 |
|
| |
לאנצוט, ערקלער ביטע, מען האט אים געאפפערט עקסקלוסיוו (ד.ה. נאר פאר אים) צו זיין נשיא ביי די אלע פלעצער, און ער האט עס אפגעזאגט?
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2012 02:19 |
|
| |
איך בין מוותר אויפן קוויטל אבער נישט אויפן' פדיון, וואס דו האסט נישט געאפערט.
יעצט:
וואס פארשטייסטו נישט א זאך וואס איז אזוי קלאר און פארשטענדליך פאר יעדן בר דעת.
* דאס רבנות האט ער יא געוואלט, ווייל דאס איז זיינס, און דאס האט אים זיין טאטע געגעבן, נאר משה גבאי און די אנדערע אנשי דלא מעלי האבן געמאכט א פירוד און אויסגענוצט דעם טאטנ'ס שוואכן מצב הבריאות.
* אנדערע התמנות'ן, איז נישט זיינ'ס, און זיין טאטע קען עס אים נישט געבן, און ער דארף עס נישט. כולל שומרי החומות איז נישט קיין ירושה זאך, און ער דארף עס נישט. עס איז בלויז א נארישע טיטל אן א מיטל. ממילא האט ער עס טאקע אפגעזאגט.
נאך עפעס איז איייך שווער?
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2012 02:10 |
|
| |
| לאנצוט כתב: |  | ער האט זיך אפגעזאגט ווייל ער איז נישט אינטרעסירט צו זיין "נשיא אין התאחדות הרבנים", און ווערן געפירט דורך הרב איצא גליק. אדער זיין נשיא אין כולל שומרי החומות און ווערן געפירט דורך ליפקאוויץ פון ארץ ישראל, אדער זיין נשיא אין עדה החרדית און ווערן געפירט דורך ר' גרשון שטעמער.
ער האט שוין געקאסט די אלע זאכן, און ס'איז "הבל ורעות רוח". הבל הבלים אמר קהלת. (מיינסט אפשר צו זאגן אז ס'איז אים נישט געגאנגען, איז עס טאקע פאר אים א שטיק הבל ורעו"ת רו"ח....איימאל זאגסטו שוין גוט)
משא"כ צו נעמען דער רבנות אין וויליאמסבורג 5:00 פארטאגס כגנב במחתרת דאס איז ער יא אונעטערסירט געווען, מה נשתנה??
ווי זאגט לאנצוט: טאמער קענסטו מיר דאס ענטפערן באקומסטו פון מיר א קוויטל
|
|
תוקן על ידי שמעלקאלע ב- 03/05/2012 02:11:24
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2012 01:51 |
|
| |
ער האט זיך אפגעזאגט ווייל ער איז נישט אינטרעסירט צו זיין "נשיא אין התאחדות הרבנים", און ווערן געפירט דורך הרב איצא גליק. אדער זיין נשיא אין כולל שומרי החומות און ווערן געפירט דורך ליפקאוויץ פון ארץ ישראל, אדער זיין נשיא אין עדה החרדית און ווערן געפירט דורך ר' גרשון שטעמער.
ער האט שוין געקאסט די אלע זאכן, און ס'איז "הבל ורעות רוח". הבל הבלים אמר קהלת. אבער איך קום צוריק ווי א נער צו מיין פריערדיגע קשיא:
דער דריטער זון וויל דאך יא די מעכטיגע נשיאות'ן, פארוואס נעמט מען אים נישט אויף?
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2012 01:44 |
|
| |
חזר איבער דיין פראגע לאנצוט ווי א נער
זאגסט גוט ר' אהרן האט זיך טאקע אפגעזאגט, אבער פיר אויס פארוואס....
ווייל זיין ברידער הייסט אויך סאטמארער רבי און ער איז אויך א חבר הנשיאות אין די אלע פלעצער ממילא מוז מען זיך אפזאגן, פינטל,פינטל.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2012 01:28 |
|
| |
זיי ווילן נאך די געלט פון ארונים
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2012 01:22 |
|
| |
איך רעד פון די התמנות'ן ווי קרן הצלה, עזר לתלמיד, רב טוב, כולל שומרי החומות, עדה החרדית, התאחדות הרבנים ועוד ועוד ועוד ועוד.
ער האט נישט אנגענומען די התמנות'ן ווייל "ער" האט נישט געוואלט. זיי זענען אלע וועלקאם אויפנעמען דעם דריטן זון, וועלכע וויל עס יא זייער שטארק.
ר' אהרן זאגט "איך וויל עס נישט", פארוואס נעמט מען נישט דעם זון וואס זאגט "איך וויל עס יא".
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2012 01:16 |
|
| |
ווער האט די טעיפ ווי אהרן בעט דעם פאטער אז ער וויל ווערן סיי רב אין ק"י און סיי אין ווילי, ער קען דעקן אלעס! ער זאגט גארנישט אפ!
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2012 01:13 |
|
| |
א איד וואס איז אריינגעלאפן צום טאטן חוה"מ 5:00 אזייגער פארטאגס און געוויינט ער זאל אים אויפנעמען פאר רב הצעיר זאגט נישט אפ קיין כבוד זאכן
נעם דיר אריין אין קאפ (ר') אהרן טייטלבוים זאגט נישט אפ קיין כבוד נאר ווען דאס אפזאגן ברענגט אים מער כבוד (נאר נישט אלס האט ער דעם ריכטיגן שכל צו טראכטן וואס וועט ברענגען מער)
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2012 01:10 |
|
| |
אה אה! נאר נישט דאס. מאך אים נאר נישט פאר א הצנע לכת! איינער וואס האלט ער איז נישט ראוי צו ממלא מקום אביו!
א יוד ווי אהרן טייטלבוים וואס האט שמיני עצרת ה'תשס"ו לפ"ג געווארט צוויי שעה אין היוז סטריט הייזקע ביז עלעף-דרייסיג אזייגער אינדערפרי!, און נישט געגאנגען צום טענט דאווענען און געווארט צו הערן אז "ער קען שוין גיין ממלא זיין מקום אביו -נאך וואס די נידריגע שווארצע באונסערעס מיט זיינע שווענץ האבן דאס פלאץ פריי געמאכט פאר אים!" Shame on him
Never will we forget this one
תוקן על ידי הנגיד_רבי ב- 03/05/2012 01:12:50
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2012 01:09 |
|
| |
לאנצוט חזר איבער נאך 89 מאל אז ער האט נישט געוואלט ביז דו וועסט עס אליינס גלייבן
דאס איז די ארונישע קאמפאני שקר יסודם א שטיק שקר מתחלה ועד סוף
חותמו של הקב"ה אמת, דערפאר שטימט שוין פארוואס אזויפיל צדיקים פון פריערדיגן דור האבן געהאלטן אז ער איז ממש א קליפה
|
|
|
|
|