ער האט געזאגט אז ער קען נישט גיין, און קען נישט הייסן זיינע מענטשן גיין. ער וועט אויף אן אופן זעהן עס מחזק צו זיין.
ביסטו עכ"פ מודה אז מיט'ן זיך נישט צושטעלן בפועל צו דעם כינוס איז מען נישט עכט אויסגעשלאסן פון כלל ישראל, ווייל אויב יא איז כ"ק מהרז"ל אויך אויסגעשלאסן.
דער בריוו איז א חיזוק בריוו צום עצם געדאנק פון פאררופן אזא כינוס איבער דעם שרעקליכן פראבלעם.
און דאס עצם זיך אדרעסירן צום פראבלעם ווייזט אז עס איז א פראבלעם, נישט אז מען איגנארירט עס!
איי עס שטייט נישט אז מען זאל גיין? דאס איז א פראבלעם, ווייל מיר קענען זיך נישט צוזאמעננשטעלן מיט אלע סארט קרייזן, אבער מען דארף מחזק זיין די וואס ארבעטן ביטער שווער צו טרעפן א סאלושן פאר דעם פראבלעם.
דיין רבי האט יעצט געגעבן א פתח פאר די קלי דעת זיך ארויסצודרייען פון נעמען א סאלושען צום פראבלעם.
איך פארשטיי אז יעצט וועסטו קומען שרייען, אז דיין רבי האט שוין גערעדט דערוועגן. אמת, אבער זיין יעצטיגע גלייכגילטיגקייט ווייזט אז עס איז נישט אזוי ברענענדיג.
נשלח ב-8/5/2012 01:39
איך פרעג א פשוט'ע קלאץ קשיא: פארוואס איז כ"ק אדמו"ר מהרז"ל און זיינע דיינים נישט אויסגעשלאסן פון כלל ישראל, פאר'ן נישט הייסן גיין צו דעם כינוס, נאר א געקונצעלטע לשון פון מחזק זיין דעם כינוס.
נשלח ב-8/5/2012 00:28
מיין רבי?!
נשלח ב-8/5/2012 00:25
איך צייג דיר אויף משם ראי'. דיין אייגענע רבנים ווייסן אז ס'איז אסור, זיי אליין ווייסן אז מיט'ן דברי חיים שפילט מען זיך נישט, זיי לערנען זייער גוט די קול קורא פון אמאל און מ'קען עס נישט מבטל זיין. ממילא וועגן דעם מאכן זיי א שפיל פון מחזק זיין דעם כינוס.
א פאליטישן שטיקל האט געמאכט דיין רבי ר' אהרן, וואס האט פארטיידיגט חב"ד בפני ר"מ קאטלער, מיטן ציל צו כאפן חנופה ביים חב"ד שליח רב העכט פון די קאונטי ווי די קעמפ'ס געפונען זיך.