דא אויפן פארום זענען דא אזעלכע וועלכע האבן נישט גוט פארשטאנען די דעת תורה וואס איז ארויסגעקומען פון די דייני קהילתינו שליט"א נאכן ישיבת בי"ד בבית כ"ק אדמו"ר שליט"א דינסטאג נאכט.
איך האב היינט גערעדט מיט הגה"צ רבי יקותיאל יהודה פילעפף שליט"א חבר הביד"ץ, און ער האט מיר קלאר געזאגט אז רבינו שליט"א האט אים געזאגט נאכן אסיפה די ווערטער: "דער כינוס מיינט נישט סאטמארע אידן", אבער עס איז זייער וויכטיג דאס מחזק צו זיין ווייל עס פעהלט אויס פאר די ברייטע גאס.
איך ווייס נישט פארוואס דער איד האט אריינגעלייגט די חיזוק בריוו אויף די ערשטע זייטן ווי כאילו דאס איז א רוף צו אונזער הייליגער ציבור, אבער אז מען ליינט גוט דורך דעם מוראדיגן בריוו זעהט מען אז מען מיינט נישט אונז חלילה!
דאס איז דער אמתער קלארער דעת תורה (לייען תורא) וואס מקען נישט לייקענען.
נשלח ב-7/5/2012 14:22
מלחמת מצוה, זיי קלאר ביי דיר: רבינו שליט"א ובית דינו הצדק האבן מחזק געווען דער זאך, יא, דאס איז כו"ע מודו, ווייל זיי האבן דאך געשריבן א בריוו לחזק האסיפה קדושה. פון דער בריוו איז משמע אז סאטמארער אידן האבן נישט קיין חיוב צו גיין אהין, יא דאס איז אמת ויציב, אבער דאס וואס דו פארקויפסט אז סאטמארער אידן טארן נישט גיין, און ס'איז אן איסור חמור, איז אלעס שקר מיסודו, הה"ד נארישע פאליטיקאנטן (בני יואל בלע"ז)
נשלח ב-7/5/2012 07:11
ווער זענען די "בעלי השקפה" וואס שטייען אינטער דעם חומת הדת בלעטל?
נשלח ב-7/5/2012 01:54
אונז אויך אבער נישט וואס די לינקע פאליטיקאנטן זאגן!
קוק די בריוו פון רבינו שליט"א און די בי"ד און זאג מיר אליינס זייער דעת תורה.
נשלח ב-7/5/2012 01:50
זיי נישט ברוגז מר. מלחמת, אונז גייען טוען וואס אונזער הייליגער רבי שליט"א זאגט אונז, אין וואס אונזערע חשובע דיינים חברי בד"ץ זאגען אונז צו טוען, נישט וואס א אנינימער אינטערנעט שרייבער אדער פאשקווילען דריקער זאגט
נשלח ב-7/5/2012 01:33
עס דארך טאקע ווערן קלאר געשטעלט אז די ועד חומת הדת האט נישט קיין שום שייכות צו די גליון חומת הדת וואס ווערט ארויסגעגעבן פון קרית יואל.
די ועד חומת הדת זענען היימישע סאטמארע בעלי השקפה פון וויליאמסבורג וועלכע פירן זיך לויט די דירעקטע הוראות פון די ערליכע רבנים מיט די ריינע השקפה.
אמת אז רבינו שליט"א האט ארויסגעגעבן א המלצה אינאיינעם מיט די בי"ד אבער עס איז דא פאליטיקאנטן וואס פירן עס אויף א וועג מען זאל מיינען אז דארט שטייט אז די אסיפה מיינט חלילה אונז. למשל די צעטל וואס איז געווען די וואך מיט די בריוו פון די בי"ד און די רבי שליט"א און עס איז געשטאנען דערויף "כולנו" דעס האט דען א פשט??? דעס מיינט דאך ריכטיג פארדרייט דעם אמת!!
מען ווארפט אונז זאמד אין די אויגן דא?! דאס איז שוין די צווייטע מאל וואס מען פארדרייט די מיינונג פון די רבנים! איינמאל ביי די אזויגערופענע בעלזא מחילה און יעצט נאכאמאל!
דאס איז די ציהל פון חומת הדת! זיך האלטן פעסט מיט א אמת!
פרעג נאר די רבנים פונעם בי"ד צו א סאטמארע איד מעג גיין צו די כינוס, רובם ככולם שרייען קלאר אז נישט!! ווייל דאס צוברעכט די חומת התבדלות צווישן אונז און די ציוניסטישע קרייזן!
דאס איז דער אמתער קלארער דעת תורה וואס מקען נישט לייקענען.
נשלח ב-7/5/2012 01:20
ווער איז חומת הדת?? צו דען באשטעטיגן זיי אונזערע החלטות... אונז האב מיר א רבי'ן זאל זיין געזונט ובית דינו הצדק, ושלום על ישראל....
אין די טעג זיצן די רבני ועד חומת הדת און מאיז דן אויף א פלאן ארויסצוקומען מיט א קלארע אויפקלערונגס וועגן די כינוס לש"ש א' במדבר צו וויסן קלאר וואס חסידי סאטמאר האבן צו טוהן נאכדעם וואס עס איז פארהאן א היבשע צומישעניש ביי א געוויסע טייל מענטשן, ספעציעל נאכדעם וואס די צייטונגען וואס פירן זיך שלא עפ"י תורה האבן היבש פארדרייט די משמעות פון די המלצה בריוו פון די בי"ד. האלט מיט די אפדעיט'ס אויף קול חומת הדת 718-362-8800,אויף נומער 12 מעלדט מען יעצט די דעטאלן דערוועגן.
מיר האבן נישט קיינע חשבונות מיט די אנדערע מהרסים וואס רופן זיך סאטמאר און אונזער באשלוס איז גארנישט געוואנדן אין זייערע באשלוסן ודי למבין!
נשלח ב-6/5/2012 17:50
ער מיז נישט זיין קיין אהכוני צו א פארריקטער
נשלח ב-4/5/2012 07:17
מלחמת מצוה קוקט מיר אויס צו זיין אן אהרויני, איך וויל אייך דערמאנען אז לאנצעס האט אנגעהויבן זיין קראיערא אויף הייד פארק פונט ווי מלחמת. מען דארף זיך נישט בכלל וויסענדיג מאכן פון אזא איינעם.
תוקן על ידי נפל ב- 04/05/2012 07:18:06
נשלח ב-3/5/2012 21:05
די מערכה איז א הכרח, אבער וויבאלד אונזער ציבור קען דאך נישט גיין מיט אלע קרייזן, קען מען נשיט עפנטליך רופן צו גיין צו די אסיפה, אבער מען דארף מחזק זיין ידי העסקנים וואס טוען אלעס אין דער וועלט אז מען זאל צוימען דעם פראבלעם עד כמה שידי אדם מגעת, און דאס מיינט דער מכתב חיזוק.
נשלח ב-3/5/2012 19:41
מלחמת מצוה לאמיר דיר אויפמערזאם מאכן,
דער עיקר פראבלעם איז דער בחורים, וואס איז געווען דער נידון צו זיי גייען,
יעצט איז אזוי: זיי גייען נישט, און דער ערנסטע ציבור וואס גייט נאר ווייל מ'הייסט גיין וועלן לכאו' אויך נישט גיין
איז ווער יא: נאר דער וואס האבן ליב צו זעהן אזויפיל מענטשן תחת קורת גג אחד, נו, זיי וועלן סייווי גיין (ווייל ס'איז דאך
נישט אסור)