איך קען שרייבן די זעלבע זאך פארקערט
די יעצטיגע מערכה ווייזט אז ווען מען טראכט א זאך לויט פאלטיק, פאלט מען דורך!
דער זאלונישער רבי קווענקעלט שוין עטליכע וואכן וואס צו טון, זייט ער האט נישט געוואוסט וואס זיין עלטערער ברודער דער סאטמארער רבי שליט"א גייט באשליסן. נאכן צורייסן זיך מיט זיין אייגענעם פרומעם ציבור ביים שלום מאכן מיט קלויזענבארג, סערעט וויזניץ, און אנדערע קרייזן וואס האבן געפירט א מערכה קעגן רביה"ק זי"ע, האט ער נישט געוואלט נאכאמאל האבן א ריס. און וויבאלד זיינע באשלוסן ווערן דאך געמאכט לויט ווי עס ווערט באריכטעט אין היידפארק, האט ער געווארט צוהערן וואס זיין ברודער סאטמערער רבי שליט״א וואס איז גדול ממנו בחכמה ובשנים וועט טון (כלשונו הזהב...). און ער האט דאך נישט קיין ערנסטע רבנים ארום זיך (בלויז איין דיין פון די אמאליגע גווארדיע, הגאון רבי מנשה שליט"א) זיך דורכצושמועסן.
יעצט ווען עס איז נתפרסם געווארן אז זיין עלטערער ברודער האט געזאגט אז ער קען אליין נישט גיין און אויך נישט שיקן זיין ציבור צוליב פארשטענליכע סיבות אבער ער וועט מחזק זיין די מערכה קעגן די מכשירים, און אויך די עסקנים, איז דער זאלונישער רבי געבליבן מיטן צונג אינדרויסן, אויף אזוינס האט עיר זיך נישט גערישט.איז ער געלאפן שרייבן א בריוו אז ער איז ״מחזק״ (מיט וואס?)
דאס מיינט אז ווען מען טראכט פאליטיש, פאלט מען דורך..
תוקן על ידי נארפאקטן ב- 03/05/2012 22:13:19
 |
|
|