בית פורומים אידישע געדאנק

ריזיגער ציבור ביי עצרת אויף חילול הקברים אין יבנה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/5/2012 17:57 לינק ישיר 
ריזיגער ציבור ביי עצרת אויף חילול הקברים אין יבנה

היינט מיטאג י"ד איר תשע"ב

עס האבן אננטילגענומען ביים עצרת ווי פאלגענד: חברי הביד"צ של העדה החרדית, הגרא"מ אולמאן, הגרח"א פריינד, הרב דוד אבוחצירא פון יבנה, הגאון הגדול רבי דוד שמידל יו"ר אתרא קדישא, הגאון ר' נפתלי וויינטרויב מראשי כולל חזון איש מבני ברק, הגאון ר' צבי ברוורמן חבר ביד"ץ ביתר, ועוד עשרות מורי הוראה של העדה החרדית, הגאון ר' מאיר העלער, הגאון ר' יהושע אשר כהנא, הרה"ג ר' אברהם הערשקאוויטש מרבני כולל יטב לב.

דער ירושלימ'ער רב וועלכער האט זיך נישט גוט געשפירט האט געשיקט זיין זון הגאון ר' שלמה זלמן ווייס שליט"א פארליינען זיין בריוו, וועלכע איז עפעס געווען גאר ווארעם.

מער פרטים וועט שפעטער נאכפאלגן


תוקן על ידי סוג ב- 06/05/2012 17:57:36




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/5/2012 19:40 לינק ישיר 

אלימות ביבנה
http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=40551



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/5/2012 21:02 לינק ישיר 

זייער א שיינע מעמד געווען

(איך בין נישט געווען נאר געהערט פון אנדערע )



געהערט דא האב איך אז הגרמ "ד סולוויציק שליט "א ר "י בריסק

און נאך פילע רבנים האבן נישט געוואלט קומען

ווייל עס איז נישט געווען א ישיבת בי "ד



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/5/2012 22:08 לינק ישיר 

אישור, נאפה ונטחן לאחר הפסח תשע"ב



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/5/2012 17:08 לינק ישיר 
בן ציון לאוב מיט אהרן יוסל פריעדמאן שרייבן אין "כל העולם כולו".

אין די לעצטע טעג גייט אתרא קדישא אן מיט פראטעסטן אין יבנה, און היינט האט געזאלט הייסן אז דער גאב"ד גייט אנקומען צום פראטעסט - אן א ישיבת בי"ד - אבער ער איז למעשה נישט אנגעקומען מיט א תירוץ אז ער שפורט נישט גוט.


מ'קען מיינען ווען ער קומט וועןן יא, וואלט בן ציון לאוב מיט אהרן יוסל פריעדמאן געשריבן אנדערש

למעשה האט ער געשיקט זיין זון הרה"ג ר' שלמה זלמן שליט"א וועלכגער האט פארגעליינט א בריוו משמו.

 

די פרשה אין יבנה:די פרשה האט זיך שוין אנגעהויבן מיט עטליכע וואכן צוריק.

ניין, מיט א יאר צוריק, די פרשה גייט שוין אן מיט א יאר צוריק, נאר מ'האט ביז איצט אפגעהאלטן די חפירות אין דעם געגנט.

אין יבנה ווערט געבויעט שינעס פאר א נייעם באן, און די פירמע וועלכע פירט אן מיט די בוי פראיעקט שוין א לאנגע צייט, א פראיעקט וואס ציהט זיך לאנגע שטרעקעס אין פילע שטעט, ארבעט לויט די אנווייזונגען פון די רבני הועד למניעת חילול קברים באה"ק, ובראשם מרן הראב"ד ירושלים שליט"א, והג"ר שבח ראזענבלאט בשליחות הגר"נ קרליץ שליט"א.

ערשטענס, די "וועדה" וועלכעע ווערט געפירט דורך יודקאווסקי, איז אריינגעקומען אין בילד נאר נאך וואס "אתרא קדישא" האט דארט נישט געלאזט ארבעטן, די "וועדה" איז היינט צו טאג א גוף וואס כשר'ט אלע שרצים.

שוין עטליכע מאל איז אויסגעקומען אז מען האט געפינען קברים אדער מערות קבורה אויף די שטחים וואו זיי ציען די שינעס, און יעדעס מאל האבן זיי זיך ב"ה שיין צוגעשטעלט צו די הוראות פון די ועד, און אדאנק די געלונגענע ארבייט פונעם ועד זענען די שינעס פארדרייט געווארן צו זייטיגע שטחים כדי נישט צוצורירן צו קיין קברים.

א וודאי, דער וועדה האט געגעבן אן היתר צו פנה זיין די כדים (קריגלעך) און דאס מיינט אז זיי האבן אויסגעפאלגט די הוראת הוועד.

אצינד ווען מען האלט אין יבנה, האט אתרא קדישא באשלאסן אז היות אין יבנה ליגן רבן גמליאל וחביריו, איז עס א גוטע געגלעגנהייט צו ווידער פארפירן דעם ציבור מיט שקרים נוסח אתרא קדישא, און וויינען און שרייען אין די גאסן אז מען גראבט מכלומרשט אויס תנאים ואמוראים.

ער מיינט לאוב מיט פריעדמאן, אז "אתרא קדישא" זענען אזעלכע ליידאקעס ווי זיי וואס פאר פראפאגאנדע (נוסח קדושי יאסי) וועט מען לאזן אויסגראבן קברות קדמונים.

 

חיים טויסיג, דער טעראריסטישער א"ג "משגיח קברים" פון אתרא קדישא איז ארומגעגאנגען צו רבנים און "עדות געזאגט" אז מיט זיינע צוויי אויגן האט ער געזעהן מענטשליכע עצמות רח"ל אויפן פלאץ ואו מען ארבעט!

נישט נאר ער זאגט עדות, אויך דער גרויסער באקאנטער לוחם מלחמת ד' ר' משה לייב פריעדמאן שליט"א פון בית שמש, איז געווען ביי הג"ר ניסים קארעליץ שליט"א בביתו נאוה, אין האט עם עדות געזאגט אז במו עיניו האט ער געזען דארטן ווי מ'גראבט ארויס א גלגולת, ווער עס קען ר' משה לייב פריעדמאן וווייסט צו זאגן אז ער האט נאך קיין דבר שקר נישט ארויסגערעדט מפיו, מ'רעדט פון א איד א ירא שמים מרבים אין א דחיל חטאין ממש.

אין ליכט פון די עדות'שאפט, איז דעם קומענדיגן טאג (צוויי וואכן צוריק דינסטאג) אראנדשירט געווארן א פראטעסט וואו עס וועלן זיך משתתף זיין כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א, הגאון רבי סנדר ערלאנגער שליט"א, און הגרמ"ז זארגער. למעשה איז הרב ערלאנגער שליט"א נישט אנגעקומען, נאר עס זענען אנגעקומען 30 אינגעלייט אין שפיץ פון דער משכנות הרועים רבי שליט"א און הגרמ"ז זארגער, און מען האט געזאגט פסוקי תהילים.

נישט נאר אין ליכט פון די עדות'שאפט, נאר אויך לויט די עדות פון צענדליגער יונגעלייט וועלכע האבן געזען דארטן עצמות.

איינער פון די משגיחים פונעם ועד איז דעמאלס אנוועזנד געווען, איז ער צוגעגאנגען צו חיים טויסיג און די רבנים, זאגנדיג אז ער הערט אז עמיצער האט געזעהן דא עצמות, דעריבער רופט ער אריין דעם טויסיג און די רבנים שליט"א זיי זאלן זעהן צו עס איז טאקע ריכטיג.

דער משכנות הרועים רבי שליט"א איז תיכף אהיימגעפארן, נישט וועלנדיג ווערן א טייל אין די פלוגתא.. ער איז געקומען נאכן הערן געשרייען אז מען זעהט עצמות זיך וואלגערן, אבער אריינצוגיין און דערנאך דארפן עדות זאגן וואס מען זעהט דארט באמת, דאס זוכט ער בכלל נשט.

גיי פרעג נאך איצט משכנות הרועים, וועט ער זאגן אז מ'האט דארט געטראפן עצמות, און עס איז נישט טיישט אז יעדן מינט דארף מען דארט טרעפן עצמות, עס איז גענוג אז מ'האט געטראפן כמה פעמים.

בילד פון יענעם טאג, ווי ארכעלאגן קלייבן אויב שברי עצמות



זענען אריינגעגאנגען חיים טויסיג מיט הרב זארגער.

טויסיג האט אנגעהויבן זוכן די עצמות "וואס ער האט אליינס געזעהן", און דער משגיח פרעגט אין כסדר: נו? וואו האסטו געזעהן עצמות, און וואו זענען די קברים דא בכלל. דער טויסיג האט זיך געדרייט ימין ושמאל מעלה ומטה, געזוכט און געזוכט, און ער זוכט נאך אלס.

אגב: די בילדער ווייזן קלאר, אז ר' חיים טוסיג דער משגיח איז אריין ביים שטח החפירות צוזאמען מיט משכנות הרועים רבי מיט הגרמ"ז זארגער, און אז נאכן זיין אויפ'ן ארט האט דער משכנות הרועים רבי געהייסן פאר פאליציי קאמענדאנט אז מ'מוז אויפהערן גראבן.



א בילד ווי זיי גייען צום שטח החפירות, מיטן משגיח פון אתרא קדישא ר' חיים טוסיג, אבער אן דעם משגיח פוןנעם "וועדה פון יאקטער, ווי בן ציון לאוב שרייבט מיט ליגענט.

 

א בילד ווי דער משכנות הרועים רבי (וואס לאוב שרייבט אז ער איז אהיים געפארן) הייסט פאר די פאליציי נאכן איבערזוכן דאס מקום החפירות, אז מ'זאל אויפהערן די ארבעט





דערנאך האט הרב ראזענבלאט שליט"א אנגערופן טויסיג, און אים געפרעגט וואס ער האט געטראפן, און טויסיג האט מיט גרויס בושה געזאגט אז ער זעהט טאקע גארנישט דא.

שפעטער רופט טויסיג צוריק, און ער זאגט אז ער האט זיך יעצט געכאפט אז ער איז נישט אריין ביי די לינקע זייט אינעם גדר וגו' (בלא בלא בלא...) און דארט איז באמת די פלאץ וואו עס איז דא קברים.

הרב ראזנבלאט האט געזאגט מאנטאג נאכט די פארגאנגענע וואך פאר א שרייבער פון "דער איד", אז פרייטאג פרשת אח"ק (ארץ ישראל) האט עם דער לאנגיעריגער משגיח פון "אתרא קדישא" ר' ישראל אייזנבאך באוויזן א שבר פון א גלגולת אויפן ארט.

אין די קומענדיגע טעג איז געווען פלאקאטן אז מען גרייט זיך אויף א הפגנה וואו דער גאב"ד הרב יצחק טובי' ווייס שליט"א וועט זיך משתתף זיין.

אין די היסטאריע פון בי"ד איז נאכנישט געווען אזא זאך אז בי"ד פארופט א הפגנה אן א ישיבת בי"ד. דא אבער, נאכדעם וואס אתרא קדישא האט שוין עטליכע מאל געליטן שוידערליכע בושות ביי די ישיבות בי"ד, ווען יעדעס מאל זענען אנגעקומען די עסקני ורבני הועד למניעת חילול קברים, און אראפגעלייגט דעם ריינעם אמת, און עס האט זיך אויסגעלאזט מיט ביטערע בושות פון אתרא קדישא, אפגערעדט אז קיין קול קורא איז נישט ארויס. (אריינגערעכנט דאס לעצטע מאל ווען הרב שמידל האט זיך אליינס באטייליגט ביים ישיבת בי"ד צו לייגן מער פרעשור אויף די רבנים זיך נישט מתחצף צו זיין מול כבודו הגדול וד"ל).
ערשטענס בן ציון לאוב מיט פריעדמאן, וועלן קיינעם נישט דערציילן קיין היסטאריע, די שמענדריקעס ווייסן קוים צו זאגן ווי אזוי א ביין קוקט אויס.

לגופו של ענין שוין צענדליגער מאל וואס דער ציבור איז ארויס מוחה זיין אן קיין מושב בי"ד מיט א קוק, ווייל דער בי"ד האט שוין כמה פעמים געשריבן אז דער ציבור זאל פאחגן די הוראות פון אתרא קדישא און זייערע אלארמירונגען.

צווייטענס, ביי דעם עצרת פסח שני תשע"ב אין יבנה האבן אנטיילגענומען אויך פראמינענטע חברי הביד"צ.

אצינד האבן זיי באשלאסן אז מען וועט אויסקרויסן דעם ענין פון א ישיבת בי"ד, און מען וועט צוגיין גראד צום ענים זעלבסט... דער גאב"ד וועט קומען אויף א הפגנה של חינם, און די כבוד פון בי"ד הגדול וועט זיך ווידער הייבן גאר שטארק...
יעדער ווייסט אז ר"מ שטערנבוך האט א שנאה אישית צו "אתרא קדישא", און ביסט קיינעם גארנישט מחזק, ביים אלגעמיינעם העדה החרדית ציבור איז ר' משה שטערנבוך דער מאדנער מענטש, און נישט דער ירושלימ'ער רב מיטן גאנצן בי"ד.


פארגאנגענע וואך זונטאג, האט די ועד אויפן בעפעהל פון די רבנים אנפגעשטעלט די ארבעט אויף 2 טאג, און אנגעבאטן פאר אתרא קדישא אז זייער משגיח הרב אייזנבאך, איינער וואס איז נשיט אין די טעראר אפטיילונג פון א"ק, קען אריינקומען און איבערקוקן דאס פלאץ, לשביעת רצון אתרא קדישא אז "נאר זייערע" מומחים זאלן זיין באגלייבט אויף קברים.

אתרא האט געענטפערט אז ער וועט קומען ווען ער וועט האבן צייט. (איר הערט?)

מען האט געווארט און געווארט 2 טעג, און מען ווארט נאך אלס. ער איז נישט אנגעקומען.

האט מען אנגעהויבן צוריק ארבעטן, און אתרא האט ווידער אנגעהויבן מיט די הפגנות מיטן פולסטן פרישקייט, שרייענדיג אין די גאסן אז עס איז שוידערליך, "מען גארבט אויס תנאים ואמוראים"!!! (......)
סתם א מעשה פון שקר, ווייל ר' שבח רוזנבלאט דער תמימות'דיגער איצטלא דרבנן פונעם וועדה פון יודקאווסקי, האט געזאגט פאר א שרייבער פון "דער איד" אז דער מפקח ר' ישראל אייזנבאך האט באוויזן פרייטאג פאר א פארשטייער פונעם "וועדה" פון יודקאווסקי, אז מ'האט דארט געטראפן א שבר פון א גלגולת.

איצט פארקויפט מען מעשיות אז פארקערט.


איינער פון די רבני הועד האבן אנגערופן הגרא"י סולבייציק שליט"א, וואס זיין נאמען פיגורירט אויפן לעדערהעט פון אתרא קדישא, און אים פארציילט אז מען האט אנגעבאטן פאר אתרא קדישא אז הרב אייזנבאך זאל קענען זיין אויפן פלאץ און גיבן השגחה, און מען ווארט ער זאל אנקומען. נאך א שטיק צייט האט הגרא"י שליט"א געענטפערט אז ער האט גערעדט מיט הרב שמידל, און ער האט אים געזאגט אז אייזנבאך איז זייער פארנומען, און אי"ה זונטאג וועט ער אנקומען.

וואספארא מין ארגאניזאציע איז דאס אז מען "האט נשט קיין צייט" צו "ראטעווען" קברים?!.. אבער זאל זיין. זונטאג איז זונטאג.

וואס מיינט איר האט געמיינט דער זונטאג?

די מעשה פון הגרא"י סאלאווייציק האט נישט קיין הענט אין קיין פיס, ווייל "אתרא קדישא" האט אויפן ארט יעדן טאג א משגיח, און פון צווייטן זיי האט ר' שבח רוזנבלאט מודה געווען אז פרייטאג איז ר' ישראל אייזנבאך געווען אויפן ארט אין האט געזען א שבר פון א גלגולת.

אה הערט. פרייטאג זענען אלע גאסן געווען באגאסן מיט פלאקאטן אז היות מען גראבט ווייטער אויס טאג טעגליך די קברים פון רבן גמליאל און נאך תנאים רח"ל (...), גייט זונטאג ארויספארן צענדליגער באסעס "בחינם" קיין יבנה, און עס וועט פארקומען א ריזיגער מאסן הפגנה "בראשות חברי בי דינא רבה, ובראשם מרן הגאב"ד שליט"א".

פארשטייט איר שוין פארוואס אייזנבאך האט נשט קיין צייט...

למעשה איז דער גאב"ד נישט אנגעקומען נאר ער האט געשיקט א בריוו, עס זענען געווען בערך 100 משתתפים און הרב אולמאן פון בי"ד האט זיך יא משתתף געווען. (משום כבודו לא נאריך בזה).

הגרא"י אולמאן האט זיך משתתף געווען, אין מפני כבודו וויל ער נישט מאריך זיין, און וואס איז מיט הגאון ר' חיים אורי פריינד, פארוואס איז ער געווען, דארט איז אויך דא א תירוץ פון מפני כבודו.

עס איז דא בילדער ווי עס שטייען אויסגעשורה'עט 16 באסעס אויפ'ם פארקינג לאט אין יבנה, און דער לאוב מיט פריעדמאן זאגט אז עס איז געווען 100 מענשטן.

=============


היינט ביים הפגנה הט אויפגעטרעטן הרב שמידל שליט"א, לאנג יעריגער מנהל אתרא קדישא, וועלכער פארמאגט נאך די סמכות פון בריסקער רב ז"ל, וועלכע האט אים אמאל געשיקט קיין טברי' ער זאל זיך אריינלייגן אין די נושא פון קברים און אויפטוהן פאר די קברים אין טברי'.

הרב שמידל האט צום ערשטן מאל בארירט ביי זיין דרשה די ועד למניעת חילול קברים, און אנשטאט פארקויפן פארן ציבור דעם שקר אז מען גראבט דא קברים, האט ער דערציילט דעם אמת אז עס איז דא א מלחמה פון "מי בראש".

ער האט ארויסגעברענגט (מיט בכיות) אז פונקט ווי ביי שעטנז וועט קיינער נישט גיין פרעגן א רב וואס קען נישט די מציאות הדברים, אזוי אויך ביי קברים קען מען נישט צולאזן אז די רבנים וועלכע וויסן נישט וואס קברים מיינט, זאלן טוהן אין די נושא.

דערמיט האט ער אראפגעשטעלט די מהלך פון אתרא קדישא, וועלכע זענען איבערצייגט אז נאר דער וואס ארבעט אין זייער ארגאניזאציע קען פארשטיין צו קברים, און דאקעגן אזעלכע רבנים ווי פוסק הדור מרן ראב"ד ירושלים שליט"א, און די אנדערע עסקנים פונעם ועד וואס "כולם כאחד" האבן ביז 15 יאר צוריק געארבעט פאר אתרא קדישא, און בשעתו פארשטאנען צו קברים, די אלע זענען נישט נאמן, און ווילאנג זיי וועלן ראטעווען קברים אויף די אייגענע האנט וועט אתרא קדישא מוחה זיין און שרייען "שודדים" און שרייבן פאשקעווילן קעגן די וועלכע "גראבן אויס" קברים פון תנאים ואמוראים...

אפשר זאגסטו מיר מיסטער לאוב זונט ווען פארשטייסטו צו עצמות, די ווייסט בכלל וי אזוי א ביין קוקט אויס.

אפשר זאגסטו מיר זענטן ווען פארשטייט ר' שבח רוזנבלאט צו אידענטיפיצירן ביינער, וויפיל יאר ארבעט ער איבער דעם ענין.

צווייטענס, די וואס האבן יא געארבעט און די פארגאנגענהייט פאר "אתרא קדישא", ווי יודקאווסקי האט האין די לעצטע יארן אונטערגענומען א נייעם גאנג, פון מתיר זיין "פינוי קברים", אויף אזא מענטש קען מען זשיך פארלאזן.



תוקן על ידי סוג ב- 07/05/2012 17:10:56




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/5/2012 21:00 לינק ישיר 

סוג

בקיצור זעה איך אזוי

איר זאגט אז דער ראב "ד שליט "א איז א מאדנער מענטש און ער טוט אלעס פאר שנאה

און דערפאר לאזט ער גראבן קברים

זיי זאגן אז הרה "צ רב שמידל איז א מאדנער מענטש און טוט פאר שנאה

און דערפאר איז ער מוחה פאר גארנישט


וועלכע מיינט איר נעמט דער ציבור ענדערשט אן ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ריזיגער ציבור ביי עצרת אויף חילול הקברים אין יבנה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext