בית פורומים כל העולם כולו

מסיבה "השתדלות והכרת הטוב" דורך אדמת קודש

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/5/2012 01:05 לינק ישיר 
מסיבה "השתדלות והכרת הטוב" דורך אדמת קודש

היינט זונטאג איז פארגעקומען א ספעציעלע מסיבה אין שטוב פון כ"ק אדמו"ר מקראלי שליט"א, אפצוגעבן א הכרת הטוב מיט א בקשה אויף ווייטערדיגע הילף פון א הויכראנגיקע פרוי וועלכע האט די רעכטן אויף אלע בתי חיים אין פוילן מטעם די רעגירונג.

דער קראלער רבי שליט"א איז געווען שטארק פארמישט בנוגע דאס איבערבויען און פארזיכערן די ראדאשיצער אהל פונעם סבא קדישא, וואס ער האט אסאך גע'שתדל'ט דערפאר, און די ועד אדמת קודש אין שפיץ פון הגאון הגדול רבי אליקים שלעזינגער שליט"א האבן באוויזן אים צו פארבינדן מיט די ריכטיגע אדרעסן און עווענטועל בעז"ה באקומען די נויטיגע ערלויבענישן און דורכקומען אלע שוועריגקייטן.

אצינד געפינט זיך דאהי א פרוי וואס איז פון די הויפט אין די קאמיטע וואס איז בעה"ב אויף די קברים אין גאנץ פוילן, וואס זי האט גאר שטארק ארויסגעהאלפן די עסקני אדמת קודש מיט א וויליגקייט, און אדאנק די הילף האט מען געראטעוועט און געהאלפן משפר זיין פילע בתי חיים איבער פוילן, און טראץ די נאכאנאנדע פיסלעך פון משה דוד נידערמאן און אלימלך שטערן וועלכע האבן פרובירט צו שתדלען ביי איר זי זאל נישט האנדלען מיט אדמת קודש, האט זי ב"ה אוועקגעקוקט אויף זייערע פרעשור און בכלל נישט געקוקט אויף זייער זייט.

אין ליכט פון איר וויזיט אין אמעריקא האט דער קראלער רבי שליט"א געלאזט מאכן ביי זיך אין שטוב א אסיפה אלס א הכרת הטוב אויף די הילף פון ביז אהער, און א בקשה אויף ווייטער בס"ד.

אט איז א בילד פון די זיצונג.

(די פרוי - וואס מען זעהט נישט אין בילד - איז געזיצן ביים עק טיש. צוליב וואס זי איז א אידישע האט זי פארשטאנען דעם פארלאנג).


עס זענען אנוועזנד געווען די פאלגנדע רבנים ועסקנים:

כ"ק אדמו"ר מקראלי שליט"א, הגה"צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א, הגה"צ ר' בנציון לאוב שליט"א - רבני אדמת קודש, הרב גרשון שלעזינגער יו"ר אדמת קודש, הרב יצחק פליישער פון די באורד אויף די אמעריקאנע קאמיטע פאר אלוועלטליכע בתי חיים, הרב שמואל ווידער חבר טובי קיט"ל, הרב שלום יוסף הערשקאוויטש און הרב משה ארי' וויזעל עסקני אדמת קודש, הרב דוד זינגער שליח מטעם קהילת באבוב אודות הבתי חיים בפוילין, האחים הרב חיים הערש און הרב מאיר אשר אפפעל ממונים מטעם קהילת גור אודות הבתי חיים, הרב הערשל זילבערשטיין און הרב אברהם ברוך בראך ממונה מטעם קהילת קראלי אודות הביה"ח בראדאשיץ.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מסיבה "השתדלות והכרת הטוב" דורך אדמת קודש
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext