דרשת רעב אהרן טייטלבוים בישיבת סאטמאר מאנרא
נגד מעשה חינגות שריפת בל"ג בעומר
מפני שהוי"ט הילולה דר' שמעון בר"י אינו אלא לתושבי א"י
לתשלום חסרון יו"ט שני של גליות.. <* מען ארבעט שוין פעסט ווייזן זיין גרויסקייט און טראמפייטערן מיט די גרעסטע מייקס שפרינגען און טאנצען אינדרויסן אויף די גאסן
אנצולערנען פאר אלע תושבי ק"י מיט זייערע קינדער און זיי אויפצווועקן שפעט אין די נאכט
למען ידעו ווער עס איז די אנלי באסס אין KJ
תוקן על ידי 1satmar ב- 07/05/2012 16:10:55
נשלח ב-9/5/2012 15:01
זעהר גיט פאר די אלע וואס צופלאצען זיך אזוי און וועלן נעבעך נישט קענען שלאפן היינט נאכט ילכו מחיל אל חיל לרומם את בית רבינו די הדלקה וואס צינט אן אזויפיל אידישע הערצער מיט א אש התורה לכבוד התנא האלקי רבן שמעון בר יוחאי די זאלוניס און בני יואליס מאכן נישט קיין הדלקה?... א הדלקה פון שנאה צי יעדער דבר שבקדושה!!!!!!!!!!!!!!
נשלח ב-9/5/2012 14:47
moashopee כתב:
מר סאטמאר 1 וואס באדערט דיך אזוי?
איך פארשטיי אויך פשוט ווייל ער בארויבט די א"י אידען כלשונו הט' והמתוק
קרית יואל וועט קענען מיטהאלטן רעב אהרן'נס הדלקה טענץ איבערן גאנצען שטעטעל 25,0000 וואטס מייקס וועט מאכן זיכער קרית זאל נישט פארשלאפן די גרעסטע-די שענסטע- די מעכטיגסטע עד לב השמים הדלקה!
נשלח ב-8/5/2012 01:55
אומזיסט. דיין בעיבישע שנאה האט דיך געפירט צו שרייבן אומגעטראכט. מיט וואס האט ער געשלאגן כפרות מיט כלל ישראל אדער מיט די תורה?
איך בין דיר מודה אז ער האט געשלאגן כפרות מיט דעם עבד לעבדי ה' משה גבאי, אבער ער איז נישט ביי מיר כלל ישראל און נישט די תורה.
יעצט פרעגסטו פארוואס ר' אהרן האט געפרעגט זיין טאטן אן אלדסהיימער ליידנדער. האב איך דיר פריער געזאגט, אז פרעג דעם ברך משה אן העצן איז זיין דעת קודש קדשים.
איז דאך הדרא קושיא לדוכתיה. ווי פאסט פאר אזא מסי"נ מנהיג וואס איז גרייט צו שלאגן כפרות מיט גאנץ כלל ישראל און כל התורה כולה אבי נישט משנה צו זיין קיין מיט זיז כל שהוא, אפילו עס איז נאר א ווייטער ספק, איז ווי קומט עס אז אזא זאך וואס עטליכע יאר פריער שרייט מען אז אונזערע עלטערן האבן זיך קיינמאל נישט אזוי געפירט, און עס האט נישט קיין שום מקום דא אין חו"ל עס צו טאן, גייט מען משנה זיין אויפן סמך פון א אלצהיימער/דימענשיע ליידנדער עלטערער איד?
נשלח ב-7/5/2012 22:44
אומזיסט.
איך רעד דען פון א געזונטן מענטש, וואס אפילו מ'העצט אים, קען ער נאך טראכטן אינדעפענדענט. ניין.
איך רעדט פון אזא סארט מענטש וואס האט ליידער געליטן אויף אויף די מחלה וואס הייסט "אלדסהיימער'ס" אדער דימענשיע ה"י והוא מחולל פשעינו, און ליידער האבן זיינע גבאים אויסגענוצט זיין שוואכן מצב, און אים ביטער אביוזד מיט'ן אריינמישן און א שרעקליכע מחלוקה וואס ער האט ליידער גארנישט געהאט דערמיט, ער האט זיך נאר נישט געקענט קעגנשטעלן, צוליב זיין מצב.
וזה ברור כשמש בצהרים.
נשלח ב-7/5/2012 22:26
איך מיין אז אין די אלטע יארן טוישט מען א מענטש אין איין מינוט
מען האט גאנצע קאנטראל אויף זיין מח
און אויב האט מען אים פארדרייט מיט א הדלקה
איז די עבירה נישט אזוי שרעקליך ....
נשלח ב-7/5/2012 22:04
לאנצוט כתב:
אומזיסט.
דיין קשיא איז א גוטע קשיא. אבער איך טראכט אז איך האב א גוטן תירוץ.
אויב העצט מען, איז עס כאילו יצא מפי משה גבאי ורעב יעקב שמשון שליט"א, און ס'איז ליידער גארנישט ווערד. אויב העצט מען נישט, איז אלעס וואס ער זאגט קודש קדשים.
נאך עפעס איז אייך שווער?
ניין, כאב נאר דאס געוואלט הערן. דער ברך משה איז געווען פולי קעיפעבל צו מאכן באשלוסן, נאר אפשר אלס אלטער איד האט מען אים געקענט אויפהעצן.
(גראדע, מענין לענין באותו ענין, דערמאן איך זיך וואס כאב געהערט פון משה מרדכי פריעדמאן יארן צוריק, אז אום תשמ"ט האבן זיי שוין געהאט א פארשטענדעניש מיטן ברך משה הארט בעפארן אפפליען קיין פלארידע, און אפשר גאר אין פלארידע גופא,
אבער למעשה איז ר' אהרן אפגעפלויגן קיין פלארידע צום פאטער פאר אפאר טאג, און סאם האו איז פלוצלינג נתהפך געווארן דער גאנצער ענין, און תיכף נאכן אהיים קומען פון פלארידע האט דער בר"מ געהאלטן די באקאנטע מוצ"ש תשא דרשה, און די רעסט איז היסטארי. סאו איך גלייב דיר אז צען יאר שפעטער האט מען אים זיכער אויך געקענט העצן).
סאו יעצט איז נאר די שאלה, ווער האט געזאגט אז ווען א מענטש טוישט זיין מיינונג (נניח אז פאר דעם האט ער געהאלטן אנדערש) צוליב "העצעריי", אדער "הסברה", אדער דורכן זיך דורך רעדן מיט מענטשן, רוף עס וויאזוי דו ווילסט, איז זיין מיינונג שוין נישט ווערט קיין שוה פרוטה? איך קען נישט קיין חו"מ, אבער בפשטות טוישט זיך גארנישט די הלכה אדאנק דעם.
נשלח ב-7/5/2012 22:02
יא גוט געענטפערט, אויב רעדט ער אויף אהרן, אויב זאגט ער אז רבי זלמן לייב דארף זיין רב איז א סימן אז ער קאלעכט אוועק
אבער אויב זאגט ער סתם אנדערע זאכן איז א סימן אז ער פארשטייט פונטליך וואס סטוט זיך מיט זיך
כדאמרי אינשי חלתא דדקלתא
נשלח ב-7/5/2012 21:31
אומזיסט.
דיין קשיא איז א גוטע קשיא. אבער איך טראכט אז איך האב א גוטן תירוץ.
אויב העצט מען, איז עס כאילו יצא מפי משה גבאי ורעב יעקב שמשון שליט"א, און ס'איז ליידער גארנישט ווערד. אויב העצט מען נישט, איז אלעס וואס ער זאגט קודש קדשים.
נאך עפעס איז אייך שווער?
נשלח ב-7/5/2012 21:30
לאנצוט, ווען נעמט מען אן דעם ברך משה'ס ווערטער , און ווען זאגט מען אז ער האט געוועפט (פון נאך ב' דחוה"מ פסח תשנ"ט 6 פארטאגס) און ווייסט נישט בחייכון וביומיכון פון דינסטיג ביז מיטוואך?
נשלח ב-7/5/2012 18:05
ייש"כ פאר די בילדער, ביטע האלטן כסדר אינפארמירט מיט די הכנות א.א.וו.
יעצט לגבי זיין צוריקדרייען, זעה איך נישט אזא גרויסער פראבלעם. ביי מיר הייסט אן אדם גדול וואס קען מאכן א יו-טורן ביי א דבר טוב. נאך דערצו אז זיין טאטע דער ברך משה האט אים געזאגט אז ער זאל עס טאן.
נשלח ב-7/5/2012 17:11
די תלי' אשר עשה,,,, למרדכי אשר דבר טוב, עומד REDY בבית המן