בית פורומים אידישע געדאנק

ליבאוויטש ביטער פארראטן סאטמאר

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/5/2012 22:29 לינק ישיר 
ליבאוויטש ביטער פארראטן סאטמאר

אין דעם ביטערן פארמעסט אויף די בעלות פון די פיר סאטמארע קעמפס האבן די ארונים איינגעשפאנט יעדן פאלאטישן וואס האט סיי וואסערע שייכות מיט אלסטער קאונטי צו לייגן דרוק אויף די קאונטי אפיס אז זיי זאלן העלפן די ארונים זיך משתלט זיין אויף די קעמפס,

די ארונים וואס האבן די לעצטע יארן אנגעקניפט זייער א גוטן קשר מיט די ליבאוויטשע באוועגונג, האבן איינגעשפאנט די חב"ד שליחים פון אלסטער קאונטי און ארענדש קאונטי והגלילות זאלן משפיע זיין אויף דעם מושל מחוז אלסטער, ראביי העכט פון עלענוויל האט אינטערווענירט צום קאונטי עקזעקעטיוו מיט א בקשה צו מאכן א פשרה און געבן פאר ביידע סאטמארס די קעמפ,

דער קאונטי עקזעקעטיוו האט אנגענומען די פשרה און באשטעלט א זיצונג פון ביידע צדדים ובראשם ראביי העכט פון ליבאוויטש, נאכן זיצן מיט די צדדים פיר שעה שטעלט זיך ארויס אז ראביי העכט האט די ארונים ביטער פארראטן, און נוטה געווען אז די אלע פיר קעמפס זאלן בלייבן ביי די זאלונים אונטער דוד ראזענבערגס פירערשאפט,

וואס דער החלטה פון די קאונטי וועט צום סוף זיין ווייסט לכאורה קיינער נישט אבער אזויפיל זעהט מען פון די אפיציעלע ארונישע מודעות, האט ראביי העכט געהאלטן קעגן זיי,

די אוהבי קאנספיראציעס וועלן זאגן אז די גאנצע מערכה פון ר' אהרן מיט ר' מלכיא-ל קוטלר ווי ר' אהרן האט זיך ארויסגעשטעלט מזאל ארייננעמען חב"ד אין כינוס כלל ישראל, איז געווען בלויז צוליב ראביי העכט שתדלנות פאר די ארונים, און צום סוף האט ער זיי מיאוס מסדר געווען,




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/5/2012 18:43 לינק ישיר 

אה, קודם ביסטו שוין ב"ה מודה אז מהרז"ל איז געגאנגען צו א חבד'קער אין שטוב, וואס די פרוי דארט גייט מיט אייגענע האר וד"ל, און די זאקן איז נישט כשר. און כידוע האט דער רבי זי"ע נישט געוואלט גיין אין אזא שטוב.

אבער יעצט שפרונגסטו אויף אז איך האב געזאגט חב"ד האויז. איך האב דאס נישט געזאגט.
און איך האלט נישט אז ס'איז אן איסור דארט צו דאווענען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/5/2012 18:42 לינק ישיר 

דער חבד'סקער אויפן בילד וואוינט בשכינות פון סאטמארער באנגעלאו קלאלאני אין ווייט לעיק, און ער האט מנדב געווען א שיינעם סכום פאן דארטיגן נייע מקוה אדער ביהמ"ד



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/5/2012 18:38 לינק ישיר 

איך בעט נאכאמלא לאנצוט זאל ביטע ברענגן א מקור ווי אדמו"ר מהרז"ל אין א חב"ד האוז, אדער ביי א חב"ד מסיבה,

גיין נאך געלט צו א איד וואס איז א חב"ד'סקער איז בכלל נישט ווי זיך קובע זיין אין א אפיציעלער חב"ד האוז און פראווען דארט סעודות, אדער פירן הכנסת ספר תורה אין חב"ד הואז,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/5/2012 18:12 לינק ישיר 

עס איז נישט קיין פעלער אז ער גייט צו א חבד'סקער אין שטוב.
אבער לייקענען און שפילן א דאפלטע-שפיל דאס ארבעט נישט.


צווייטנס האב איך דיר געזאגט זייער קלאר:

סאטמאר האט שוין געמאכט מערערע כ"א כסליו די לעצטע פאר יאר, און מ'האט קיינמאל נישט גערופן חב"ד, תשע"ב איז געווען אנדערש, ווייל ס'איז געווען אין זייער בעק-יארד, איז נישט מער ווי נארמאל צו רופן די פארשטייער פון דעם קרייז ווי די מסיבה קומט פאר.

חוץ אז דיין פאליטישע "דעת היידפארק" זאגט אנדערש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/5/2012 18:08 לינק ישיר 

איך האב נישט געשריבן חב"ד האוז.
איך האב געשריבן אז מהרז"ל איז געווען ביי חבד'קער צוליב געלט.

נאט אייך:




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/5/2012 17:21 לינק ישיר 

לאנצוט ביסט מכובד צו ברענגן א מקור צו דיינע מעשות, ווען און וואו מהרז"ל איז געווען אין א חב"ד האוז, אדער ווען ער האט זיך משתתף געווען אין א חב"ד מסיבה,

און רופן פאלאטישאןס פארשטייט יעדער איינער אלס ודרשו את שלום העיר, אויסער דעם וועט קיינער נישט האלטן אז דאס איז התחברות מיט זיי אלס גוטע ברודער, משא"כ רבנים פון קרייזן וואס איז אפגעפרעגט צו געבן דעם כבוד פון ארויפזעצן אויוון אן, איז א בולט'דיגער שריט פון אחינו אתה,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/5/2012 22:36 לינק ישיר 

ניין. נישט רבני חב"ד זענען האבן באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מהרז"ל. נאר פארקערט. און דאס אויך נישט קיין פראבלעם, אויב עס רעדט זיך פון א געלט אקציע וכדומה. און איך פארשטיי עס 100 פראצענט. זייענדיג "נישט קיין היפאקריט".

סאטמאר האט שוין געמאכט מערערע כ"א כסליו די לעצטע פאר יאר, און מ'האט נישט גערופן חב"ד, תשע"ב איז געווען אנדערש, ווייל ס'איז געווען אין זייער בעק-יארד, איז נישט מער ווי נארמאל צו רופן די פארשטייער פון דעם קרייז ווי די מסיבה קומט פאר.

אזוי פארשטייט א נארמאלער מענטש.

און פינקט ווי דו פארשטייסט אז ס'איז נארמאל צו רופן "פאליטישאנס" ביי א כ"א כסלו דינער, ווי מ'גיט אפ א שבח והודי' פאר'ן בוכ"ע פאר'ן מציל זיין דעם רבי'ן זי"ע, פארשטייסטו אז ס'איז נארמאל צו רופן גוי'אישע פירער, פארוואס פארשטייסטו נישט אז "אידישע חב"ד פירער" זענען נישט ווינציגער ווי גוים אין דעם הינזיכט ווען דער דינער איז אין זייער בעק-יארד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/5/2012 22:30 לינק ישיר 

איך זאג אויך אז איך זעה נישט קיין פראבלעם דערמיט, הגם איך האב נישט געהערט דערפון אז רבני חב"ד האבן באזוכט ביי אדמו"ר מהרז"ל, אבער זייער מעגליך אז די ביסט גערעכט, אבער עס איז א שטיקל חילוק, פון אויפנעמען רבנים ווי גיין אין א חב"ד הויז, אדער צו זייערע מסיבות ווי הכנסת ספר תורה,
דער כ"א כסליו וואס די חב"ד רבנים זענען געווען בראש, איז טאקע געווען אין קרוינהייטס אבער עס איז נישט געווען קיין דינער פאר קרוינהייטסער אידן, דעריבער פארשטיי איך נישט פארוואס ממוז רופן די רבנים פון חב"ד,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/5/2012 22:17 לינק ישיר 

פישמאן היקר:

עס זענען פאראן מערערע בילדער פון כ"ק מהרז"ל מיט חב"ד פירער און פארשטייער אין אפסטעיט.
איך זעה נישט קיין פראבלעם דערמיט.

דאס וואס חב"ד מענטשן זענען געווען כ"א כסלו, איז ווייל דער דינער איז פארגעקומען אין קראון הייטס.

אינטרעסאנט אז אזא פשוט'ע זאך גייט נישט אריין אין דיין קאפ.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/5/2012 22:01 לינק ישיר 

די סימפאטיע פון ר' אהרן צו ליבאוויטש איז זייער בולט אפילו ווער עס לערנט גאר טיף, און ווי די ליבאוויטשע וועבזייטלעך האבן דערמאנט פארגאנגענע וואך, איז ר' אהרן א מתפלל קבוע אין חב"ד קאליפארניע, און פראוועט דארט די יארצייט סעודה פון בעל התניא, און ער האט געפירט די הכנסת ספר תורה אין ארענדש קאונטי חב"ד הויז, ער האט אויך געהאט אלע ליבאוויטשע רבנים ביי זיין כ"א כסליו סעודה אין ארמארי, וואס איז מסתם געווען די ערשטע מאל אין די היסטאריע וואס חב"ד רבנים זיצן אויוון אן ביי סאטמארע כינוס,

באמת איז עס נישט קיין עולה בכלל, מ'דארף זיי מקרב זיין, און מ'מעג זיך האלטן מיט זיי נאנט, אפילו סאטמאר האט אסאך חילוקי דעות מיט עניני השקפה ודעות, אבער זיי טוען אויף אסאך, און רוב היימישע אידן זענען נהנה פון זייערע שלוחים בכל מקומות העולם.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/5/2012 21:41 לינק ישיר 

פישמאן כתב:
דער אמת איבער לעיקוואד מיט ליבאוויטש איז נישט נתברר געווארן, אפילו לאנצוט האט געברענגט א בפירושער שוהלזאהן, דאס איז אמאל זיכער אז ליבאוויטש אויף זייער וועב זייטלעך האבן געשריבן אז דער סאטמאר רבי האט זיך אנגענומען פאר חב"ד, קען זיין אז זיי האבן נישט ריכטיג אפגעלערנט אז מהר"א האט דאס נאר גענוצט פאר א ראיה און נישט פאר א טענה, אבער דער פשוט'ער בליק דערויף איז אז ער געוויזן סימפאטיע פאר ליבאוויטש, וואס איז גראדע נישט קיין חסרון, פאר א איד וואס איז אלע יארן געווען פאר שלום און פרידן צווישן אידן, און דאס איז זיין מסורה צו לעבן מיט אלע אידן באחדות,

ער האט נישט געוויזן קיין סימפאטיע. ער האט געברענגט זייער א שטארקע אנאלאגיע, וואס האט געשטעלט רבי מלכיאל קאטלער פאר א שווערע דילעמא. פארוואס ביי חב"ד פארשטייסטו אז מ'קען נישט גיין ווייל ס'איז קעגן דיין מסורה. און פארוואס ביי סאטמאר פארשטייסטו אז איך דארף ברעכן מיין מסורה.

דאס הייסט נישט אנגענומען פאר חב"ד. דאס הייסט א קלוגער היכי-תימצא ארגומענט. אומדירעקט קען עס עמיצער אזוי אויסטייטשן, עמיצער וואס פארשטייט נישט צו פאלעקמיק'ס. איינער טראכט א טראפ טיפער, זעט זאפארט דעם אונטערשיד.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/5/2012 20:51 לינק ישיר 

דער אמת איבער לעיקוואד מיט ליבאוויטש איז נישט נתברר געווארן, אפילו לאנצוט האט געברענגט א בפירושער שוהלזאהן, דאס איז אמאל זיכער אז ליבאוויטש אויף זייער וועב זייטלעך האבן געשריבן אז דער סאטמאר רבי האט זיך אנגענומען פאר חב"ד, קען זיין אז זיי האבן נישט ריכטיג אפגעלערנט אז מהר"א האט דאס נאר גענוצט פאר א ראיה און נישט פאר א טענה, אבער דער פשוט'ער בליק דערויף איז אז ער געוויזן סימפאטיע פאר ליבאוויטש, וואס איז גראדע נישט קיין חסרון, פאר א איד וואס איז אלע יארן געווען פאר שלום און פרידן צווישן אידן, און דאס איז זיין מסורה צו לעבן מיט אלע אידן באחדות,

בנוגע ראביי העכט, מיין איך אז צד מהר"א האלט אז זיי האבן נישט געהאט אזאלעכע גוטע ארגומענטן און דעריבער האבן זיי ארויסגעשאסן די באמבע אז ראביי העכט זאגט די קעמפס פאר צד מהרז"ל, און נאכדעם קומט לאנצוט איז פארציילט א סוד וואס א אינסיידער האט אים פארטרויט מיט רעקארדינגס, יכול ליהות אבער קיין באווייזן דערויף איז דערווייל נישטא,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/5/2012 20:39 לינק ישיר 

לאנצוט


אמאל זאגסטו אויך אן אמת ווארט

מיט דעם ביזטו גערעכט אז מען רעדט צופיל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/5/2012 20:30 לינק ישיר 

קאטלער מיט ליובאווישט קומט נישט אריין., ווייל איך האב דיר איבערצייגט אז אלע שרייבן די מעשה גאנץ אנדערש. אפילו חיים שאולזאון שרייבט די מעשה אנדערש. (נישט אז זיין אינפאו איז קראנט).

יעצט לגבי דעם צו ר' יושע העכט האט געארבעט פאר די זאליס צי נישט ווייס איך נישט. ווייל איך בין נישט דארט געווען.
אבער אויב וואלט ער געארבעט פאר די ארונים, וואלטן די ארונים אים נישט צעשמירט. דאס דארפסטו אליין מאכן 1+1.

אויב ר' יושע העכט האט טאקע געארבעט פאר די זאליס האבן די זאליס געמאכט זייער א גוטע ארבעט. און איך גיב זיי קרעדיט, ווען קרעדיט איז DUE.

וויפיל איך בין נישט באקאנט אין די קעמפ פרשה, בין איך אזויפיל באוואוסטזינינג, אז די זאליס האבן 99 פראצענט שאנסן צו באקומען אלע פיר קעמפס.

אבער דאס טאנצן אין די גאסן יעצט צום פערטן מאל, איז דאס גרעסטע פערדישקייט וואס ענקער פארטיי טוט איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/5/2012 20:25 לינק ישיר 

לאנצוט סתם שרייען שקר קען איך אויך, איך ווייס פון אינסיידערס אז ר' אהרן האט געפרעגט ר9 קאטלער פארוואס ער ריפט נישט ליבאוויטש, אויב האלטסו מיט אביסל די נייעס וועסטו זעהן אז זיי שרייבן דערוועגן. נאך א זאך אויב וואלט דער רב העכט זיך אנגענומען אפילו נאר אויף 1 פראצענט פאר די זאליס דאן וואלט עטץ שוין מיאוס באוואשן אויף היידפארק, עס וואלט שוין געווען אויף אים צענדליגע ניק נעימס, העכט = קנעכט לעכט וכדומה, אבער אזוי ווי ער האט ענק - עכ"פ פרובירט ארויסהעלפן פאר די ארונים - האט עטץ אים נאכנישט געגעבן א נייע שפעט נאמען. אדרבה קוק אויף כל העולם כלו ווי דער אפיציעלע ארוני נאמען געבער שרייבט אויף אים הרב העכט מיט די גרעסטע כבוד! דעס אליינס ווייזט אויף עפעס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ליבאוויטש ביטער פארראטן סאטמאר
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext