בית פורומים אידישע געדאנק

ליבאוויטש ביטער פארראטן סאטמאר

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/5/2012 22:17 לינק ישיר 

פישמאן היקר:

עס זענען פאראן מערערע בילדער פון כ"ק מהרז"ל מיט חב"ד פירער און פארשטייער אין אפסטעיט.
איך זעה נישט קיין פראבלעם דערמיט.

דאס וואס חב"ד מענטשן זענען געווען כ"א כסלו, איז ווייל דער דינער איז פארגעקומען אין קראון הייטס.

אינטרעסאנט אז אזא פשוט'ע זאך גייט נישט אריין אין דיין קאפ.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/5/2012 22:30 לינק ישיר 

איך זאג אויך אז איך זעה נישט קיין פראבלעם דערמיט, הגם איך האב נישט געהערט דערפון אז רבני חב"ד האבן באזוכט ביי אדמו"ר מהרז"ל, אבער זייער מעגליך אז די ביסט גערעכט, אבער עס איז א שטיקל חילוק, פון אויפנעמען רבנים ווי גיין אין א חב"ד הויז, אדער צו זייערע מסיבות ווי הכנסת ספר תורה,
דער כ"א כסליו וואס די חב"ד רבנים זענען געווען בראש, איז טאקע געווען אין קרוינהייטס אבער עס איז נישט געווען קיין דינער פאר קרוינהייטסער אידן, דעריבער פארשטיי איך נישט פארוואס ממוז רופן די רבנים פון חב"ד,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/5/2012 22:36 לינק ישיר 

ניין. נישט רבני חב"ד זענען האבן באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מהרז"ל. נאר פארקערט. און דאס אויך נישט קיין פראבלעם, אויב עס רעדט זיך פון א געלט אקציע וכדומה. און איך פארשטיי עס 100 פראצענט. זייענדיג "נישט קיין היפאקריט".

סאטמאר האט שוין געמאכט מערערע כ"א כסליו די לעצטע פאר יאר, און מ'האט נישט גערופן חב"ד, תשע"ב איז געווען אנדערש, ווייל ס'איז געווען אין זייער בעק-יארד, איז נישט מער ווי נארמאל צו רופן די פארשטייער פון דעם קרייז ווי די מסיבה קומט פאר.

אזוי פארשטייט א נארמאלער מענטש.

און פינקט ווי דו פארשטייסט אז ס'איז נארמאל צו רופן "פאליטישאנס" ביי א כ"א כסלו דינער, ווי מ'גיט אפ א שבח והודי' פאר'ן בוכ"ע פאר'ן מציל זיין דעם רבי'ן זי"ע, פארשטייסטו אז ס'איז נארמאל צו רופן גוי'אישע פירער, פארוואס פארשטייסטו נישט אז "אידישע חב"ד פירער" זענען נישט ווינציגער ווי גוים אין דעם הינזיכט ווען דער דינער איז אין זייער בעק-יארד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/5/2012 17:21 לינק ישיר 

לאנצוט ביסט מכובד צו ברענגן א מקור צו דיינע מעשות, ווען און וואו מהרז"ל איז געווען אין א חב"ד האוז, אדער ווען ער האט זיך משתתף געווען אין א חב"ד מסיבה,

און רופן פאלאטישאןס פארשטייט יעדער איינער אלס ודרשו את שלום העיר, אויסער דעם וועט קיינער נישט האלטן אז דאס איז התחברות מיט זיי אלס גוטע ברודער, משא"כ רבנים פון קרייזן וואס איז אפגעפרעגט צו געבן דעם כבוד פון ארויפזעצן אויוון אן, איז א בולט'דיגער שריט פון אחינו אתה,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/5/2012 18:08 לינק ישיר 

איך האב נישט געשריבן חב"ד האוז.
איך האב געשריבן אז מהרז"ל איז געווען ביי חבד'קער צוליב געלט.

נאט אייך:




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/5/2012 18:12 לינק ישיר 

עס איז נישט קיין פעלער אז ער גייט צו א חבד'סקער אין שטוב.
אבער לייקענען און שפילן א דאפלטע-שפיל דאס ארבעט נישט.


צווייטנס האב איך דיר געזאגט זייער קלאר:

סאטמאר האט שוין געמאכט מערערע כ"א כסליו די לעצטע פאר יאר, און מ'האט קיינמאל נישט גערופן חב"ד, תשע"ב איז געווען אנדערש, ווייל ס'איז געווען אין זייער בעק-יארד, איז נישט מער ווי נארמאל צו רופן די פארשטייער פון דעם קרייז ווי די מסיבה קומט פאר.

חוץ אז דיין פאליטישע "דעת היידפארק" זאגט אנדערש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/5/2012 18:38 לינק ישיר 

איך בעט נאכאמלא לאנצוט זאל ביטע ברענגן א מקור ווי אדמו"ר מהרז"ל אין א חב"ד האוז, אדער ביי א חב"ד מסיבה,

גיין נאך געלט צו א איד וואס איז א חב"ד'סקער איז בכלל נישט ווי זיך קובע זיין אין א אפיציעלער חב"ד האוז און פראווען דארט סעודות, אדער פירן הכנסת ספר תורה אין חב"ד הואז,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/5/2012 18:42 לינק ישיר 

דער חבד'סקער אויפן בילד וואוינט בשכינות פון סאטמארער באנגעלאו קלאלאני אין ווייט לעיק, און ער האט מנדב געווען א שיינעם סכום פאן דארטיגן נייע מקוה אדער ביהמ"ד



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/5/2012 18:43 לינק ישיר 

אה, קודם ביסטו שוין ב"ה מודה אז מהרז"ל איז געגאנגען צו א חבד'קער אין שטוב, וואס די פרוי דארט גייט מיט אייגענע האר וד"ל, און די זאקן איז נישט כשר. און כידוע האט דער רבי זי"ע נישט געוואלט גיין אין אזא שטוב.

אבער יעצט שפרונגסטו אויף אז איך האב געזאגט חב"ד האויז. איך האב דאס נישט געזאגט.
און איך האלט נישט אז ס'איז אן איסור דארט צו דאווענען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ליבאוויטש ביטער פארראטן סאטמאר
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.