| נשלח ב-7/5/2012 23:06 |
|
| |
אפדעיט פון היינטיגן מיטונג ביים קאנטי עקזעקטיוו וועגן די קעמפס
די מיטינג פון די קאנטי מיט די צדדים היינט איז געווען מיטן ציהל צו ברענגן ביידע צדדים צו א פשרה, מיטן פארשלאגן צוויי קעמפס פאר יעדן צד, מיט דער האפענונג צו באקומען לכל הפחות איינס פאר די ארונים, אדער א געשריבענע הבטחה אז נעקסטן יאר וועט מען עס צוטיילן פאר די צדדים. אבער די צדדים האבן זיך נישט געקענט דורכקומען, האט די קאונטי געבעטן א לאקאלן ראביי העכט ער זאל פרובירן מפשר זיין.
לעת עתה האט מען נישט געגעבן קיין באשלוס, עס זעהט שטארק אויס אז העכט האט זיך געהאלטן אז מען זאל טיילן שטיקלעך צווישן די צדדים אבער דערווייל ווייסט מען נישט וואס און וויאזוי, איין פארשלאג וואס העכט האט געגעבן אז ער וועט צושטעלן א קעמפ פון ליבאוויטש וואס שטייט ליידיג און איז עוועלעבל צו נוצן פאר דעם צד וואס בלייבט אויסגעשפילט.
מען דארף מתפלל זיין לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2012 18:07 |
|
| |
| יוסף90 כתב: |  | הר קדשי מיינט יעדע זאך וואס רביה"ק האט מייסד געעוען
מאנטיסעלא קעמפ איז נישט אריינגערעכנט דערין |
|
מוסדות ויוא״מ אין ק״י, די ישיבה אין קווינס, און די אלע מוסדות וואס צד מהרז״ל האט געבויעט ווייל זיי האבן נישט געקענט גנבענען די ארגינעלע מוסדות האט די הלכה פון הר קדשי?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2012 17:13 |
|
| |
| דאסטערס כתב: |  | | לאנצוט און וואס איז מיט טשעפענען טויזענטער קינדער פון גיין אין קעמפ - און זייער עלטערן וואס וועלן דארפן בלייבן אין שטאט, טויזענטער שעות לימוד התורה אין א ריינע הייליגע אטמאספערע, טויזענטער מאל נכשל ווערן מיט ראיות אסורות ר"ל אלעס דורך דעם אינדיק וואס קימערט זיך ווייניג וואס עס טוט זיך ביי אים אינדערהיים? די קעמפס זענען זייער זייער הייליג, ווער געדענקט דען נישט די אראדע רב זצ"ל ווי ער פלעגט פארן אהיימפארן פון קעמפ ארויפלייגן ווייסע טישטוכער אויף די טישן אין ביהמ"ד זאגנדיג אז די הייליגע קעמפס וועלן מיטגיין מיט משיח אויף א"י דאס יאר, און עס פאסט נישט עס זאל נישט זיין קיין טישטוך אויפן טיש. |
|
וואס האט עס מיט די "צאן קדשים"? וואס האט מיט עס אראדאער רב?
עס האט מיט פאליטיק. אויב די ארונים האבן עס וועלן ארונישע קינדער זאגן דארט שמע ישראל און ענטפערן אמן יהא שמי' רבא און לערנען תורה, און אויב זאלונישע קינדער האבן עס וועלן זאלונים קינדער פון בני יואל / מאנסי און וויליאמסבורג דארט מאכן ברכות, און זאגן שמע ישראל.
די פייט האט גארנישט מיט'ן רבונו של עולם, מיט אידישקייט און וועט נישט ברענגען משיח צדקינו קיין איין סעקונדע פריער. עס איז א סכסוך פון נצחון און פאליטיק און "בקהלם אל תחד כבודי" זאגט יעקב אבינו. לאז ארויס די שכינה הקדושה און די תינוקת של בית רבן.
ביטע לאזן דעם שכל גובר זיין א טראפ אויף די בעיבישע געפילן.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2012 15:26 |
|
| |
וויפיל אזייגער הייסט עס אז דער החלטה דארף ארויסקומען היינט?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2012 13:00 |
|
| |
לאנצוט לאז דיך אפ פון זיי וואס די וועסט נאר זאגן וועלן זיי שרייען הר קדשי מיט חתיכה נעשית נבילה וכל דאלים גבר און קליטה כמי שהונחה דמי כמן דזריק דמי וכו' וואס גייט דיך אן?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2012 06:15 |
|
| |
לאנצוט און וואס איז מיט טשעפענען טויזענטער קינדער פון גיין אין קעמפ - און זייער עלטערן וואס וועלן דארפן בלייבן אין שטאט, טויזענטער שעות לימוד התורה אין א ריינע הייליגע אטמאספערע, טויזענטער מאל נכשל ווערן מיט ראיות אסורות ר"ל אלעס דורך דעם אינדיק וואס קימערט זיך ווייניג וואס עס טוט זיך ביי אים אינדערהיים? די קעמפס זענען זייער זייער הייליג, ווער געדענקט דען נישט די אראדע רב זצ"ל ווי ער פלעגט פארן אהיימפארן פון קעמפ ארויפלייגן ווייסע טישטוכער אויף די טישן אין ביהמ"ד זאגנדיג אז די הייליגע קעמפס וועלן מיטגיין מיט משיח אויף א"י דאס יאר, און עס פאסט נישט עס זאל נישט זיין קיין טישטוך אויפן טיש.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2012 05:15 |
|
| |
די ארונים האבן געמאכט א פאטאלע טעות מיט'ן נאר ברענגען פייטערס, און נישט קיין אדמיניסטראטערס פון ווילי מוסדות אדער קעמפס.
דאס האט געגיבן די תירץ אין מויל אריין אז זיי זענען בכלל נישט דא צו פארטרעטן קיין קינדער, נאר צו יענעם מצער זיין. און אזוי ווי לאפעז האט געזאגט פאר'ן פאוסט.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2012 04:56 |
|
| |
נישט אויסנוצן דעם שווערן מצב פון א איד צו לאכן פון אים.
אויב איז דער מצב טאקע אזוי ווי עער האט געזאגט, איז עס גענוג אוועקצונעמען דעם קלארן דעת פון א מענטש.
זאל השי"ת שיקן די גאנצע רפואה.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2012 03:43 |
|
| |
באלאנד פיין געזאגט, ליידן פון יענע מחלה איז נאך נישט קיין היתר פאר רשעות, גניבה, שקר, הוצאת שם רע וכו'. און נאך די אלע בליט גיסעריי ווארט ער פאר נאך פאר א רפואה? קען גאר זיין ער וויל מוסיף זיין חטאים ווייל ער וויל פטור ווערן פון איר, אבער איך גלייב אז זי מאכט נעבעך אסאך מיט מיט אים און דער רבוש"ע וועט איר העלפן אן דעם וואס ער זאל פארדינען דערפון. אגב זי ווייסט אז דאס איז וואס ער טוט מיט איר?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2012 03:08 |
|
| |
באלאנד
פון וועמען רעדסטו, פונעם ראציגן אינדיג?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2012 02:17 |
|
| |
ווער טשעפעט? איך ברענג א באריכט דברים כהויתן, וויאזוי א מענטש נוצט ל"ע זיין ביטערן מצב פאר פאליטישע אינטערעסן.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2012 02:13 |
|
| |
באלאנד. גיין פערזענליך קעגן א מענטש האט ווייטע קאנסעקווענצן. טוה נישט קיין פערדישקייט וואס דו וועסט באוויינען שפעטער.
באלאנד, איך וואונדער זיך אויף דיר צי טאן אזא טפשות... דו ווייסט פארוואס איך רעדט צו דיר אזוי. דער אידישער ג-ט האט דאס נישט ליב. טשעפע נישט מיט אים.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2012 02:12 |
|
| |
באלאנד, ממקום שאתה מביא הוא תשובתך, די זאליס ווייסן די אמת אז זיי האבן גע'גנב'ט אלע נכסים וואס ליגט אויפן נאמען "קהל ייט"ל ד'סאטמאר וומ"ס" און זיי ווילן ווייטער גנב'נען שיקן זיי די מענטשן וואס האבן די מערסטע נגיעה כדי זיי זאלן פייטן און אפשר וועלן זיי זיין שטערקער ביז כל דאלים גבר, משא"כ די ארונים ווייסן אז די נכסי קהל יטב לב איז ליידער גע'גנב'ט דורך בני המן/זאליס/מוסרים/מסרבים לדין פרובירן זיי כל טצדקי שבעולם צוריק צו באקומען די גניבה, און אזויווי די קעמפס ליגט אויפן נאמען פון קהל יטב לב שיקן זיי נישט קיין חברי הנהלת המוסדות , נאר זיי שיקן די געליטענע חברי הקהלה וואס פון זייער הענט האט מען ארויסגעריקט די נכסים בגניבה
|
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2012 02:06 |
|
| |
פאר די וואס פרעגן אין אישי וואס די מעשה איז מיט אינדיק'ס קאקאש קעיק, דא האט איר דעם באריכט וואס איך האב פריער ערהאלטן:
ביים קאנטי עקזעקעטיוו מיטונג האט נפתלי משה אינדיג זיך דערלערנט פון זיין אויבערהאר צו עפענען זיין טרערן קוואל, און פארגאסן טייכן טרערן מיט די שרעקליכע טענה פארוואס זיי זאלן באקומען די קעמפס. הלמאי ער האט קינדער אין שטוב, און זיין ווייב איז שוין דיאגנעזירט געווארן צום דריטן מאל ל"ע מיט יענע מעשה, דעריבער מוז ער באקומען די קעמפס זאפארט.
דערנאך האט ער געזאגט אז ער וויל אריינגעבן צו די קאנטי אז דיסקרימינעישאן קלאגע קעגן די ראזענבערגס, ווייל ווען ער איז געווען אין קעמפ האט אים ר' יודל אלץ דיסקרימינירט און נישט געגעבן קיין קאקאש קעיק, דעריבער קענען די ראזענבערגס נישט האלטן דעם קעמפ מער.
איר לאכט, אבער אינדיג האט געוויינט, און דער עקעזעקטיוו האט זיך נישט געוויסט ווי אהינצוטון פאר געלעכטער פון דעם חכם און אהרונישער שטעל פארטרעטער.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2012 02:00 |
|
| |
די אהרונים האבן נישט געקענט לייגן פרעשור און ערלעדיגן זייערע אייגענע חברי הנהלת המוסדות פון וויליאמסבורג, וועלכע זענען לכאורה די מערסטע נוגעים בדבר ווייל מ'רעדט דאך פון קעמפ'ס פאר זייערע תלמידים ותלמידות, האבן זיי נישט מצליח געווען אז מנחם גרשון לעבאוויטש, צי יחזקאל בערקאוויטש, צי אביגדור פרענקל זאלן אראפגיין צו די מיטונג, נאר זיי האבן געמוזט נוצן דעם קאקאש קעיק בא'עוולה'טן אינדיק, לייגן זיי נאך פרעשור אויף פרעמדע?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2012 01:58 |
|
| |
יוסף90,
אויב למשל הרב העכט איז געווען לטובת די ארונים, נאר דער קאונטי עקזעקטיוו איז געווען קעגן די ארונים, טראכסטו אז איך וועל באשמוצן א מענטש וואס האט זיך אנגענומען פאר מיר?
פליז, טראכט אריין פאר דו דרוקסט שלח, אז דיינע ווערטער מאכן נישט קיין טראפ סענס.
|
|
|
|
|