בית פורומים אידישע געדאנק

אפדעיט פון היינטיגן מיטונג ביים קאנטי עקזעקטיוו וועגן די קעמפס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/5/2012 02:12 לינק ישיר 

באלאנד, ממקום שאתה מביא הוא תשובתך, 
די זאליס ווייסן די אמת אז זיי האבן גע'גנב'ט אלע נכסים וואס ליגט אויפן נאמען "קהל ייט"ל ד'סאטמאר וומ"ס" און זיי ווילן ווייטער גנב'נען שיקן זיי די מענטשן וואס האבן די מערסטע נגיעה כדי זיי זאלן פייטן און אפשר וועלן זיי זיין שטערקער ביז כל דאלים גבר,
משא"כ די ארונים ווייסן אז די נכסי קהל יטב לב איז ליידער גע'גנב'ט דורך בני המן/זאליס/מוסרים/מסרבים לדין פרובירן זיי כל טצדקי שבעולם צוריק צו באקומען די גניבה, און אזויווי די קעמפס ליגט אויפן נאמען פון קהל יטב לב שיקן זיי נישט קיין חברי הנהלת המוסדות , נאר זיי שיקן די געליטענע חברי הקהלה וואס פון זייער הענט האט מען ארויסגעריקט די נכסים בגניבה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/5/2012 02:13 לינק ישיר 

באלאנד.
גיין פערזענליך קעגן א מענטש האט ווייטע קאנסעקווענצן.
טוה נישט קיין פערדישקייט וואס דו וועסט באוויינען שפעטער.

באלאנד, איך וואונדער זיך אויף דיר צי טאן אזא טפשות... דו ווייסט פארוואס איך רעדט צו דיר אזוי. דער אידישער ג-ט האט דאס נישט ליב. טשעפע נישט מיט אים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/5/2012 02:17 לינק ישיר 

ווער טשעפעט? איך ברענג א באריכט דברים כהויתן, וויאזוי א מענטש נוצט ל"ע זיין ביטערן מצב פאר פאליטישע אינטערעסן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/5/2012 03:08 לינק ישיר 

באלאנד

פון וועמען רעדסטו, פונעם ראציגן אינדיג?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/5/2012 03:43 לינק ישיר 

באלאנד פיין געזאגט, ליידן פון יענע מחלה איז נאך נישט קיין היתר פאר רשעות, גניבה, שקר, הוצאת שם רע וכו'. און נאך די אלע בליט גיסעריי ווארט ער פאר נאך פאר א רפואה? קען גאר זיין ער וויל מוסיף זיין חטאים ווייל ער וויל פטור ווערן פון איר, אבער איך גלייב אז זי מאכט נעבעך אסאך מיט מיט אים און דער רבוש"ע וועט איר העלפן אן דעם וואס ער זאל פארדינען דערפון. אגב זי ווייסט אז דאס איז וואס ער טוט מיט איר?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/5/2012 04:56 לינק ישיר 

נישט אויסנוצן דעם שווערן מצב פון א איד צו לאכן פון אים.


אויב איז דער מצב טאקע אזוי ווי עער האט געזאגט, איז עס גענוג אוועקצונעמען דעם קלארן דעת פון א מענטש.

זאל השי"ת שיקן די גאנצע רפואה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/5/2012 05:15 לינק ישיר 

די ארונים האבן געמאכט א פאטאלע טעות מיט'ן נאר ברענגען פייטערס, און נישט קיין אדמיניסטראטערס פון ווילי מוסדות אדער קעמפס.

דאס האט געגיבן די תירץ אין מויל אריין אז זיי זענען בכלל נישט דא צו פארטרעטן קיין קינדער, נאר צו יענעם מצער זיין.
און אזוי ווי לאפעז האט געזאגט פאר'ן פאוסט. 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/5/2012 06:15 לינק ישיר 

לאנצוט און וואס איז מיט טשעפענען טויזענטער קינדער פון גיין אין קעמפ - און זייער עלטערן וואס וועלן דארפן בלייבן אין שטאט, טויזענטער שעות לימוד התורה אין א ריינע הייליגע אטמאספערע, טויזענטער מאל נכשל ווערן מיט ראיות אסורות ר"ל אלעס דורך דעם אינדיק וואס קימערט זיך ווייניג וואס עס טוט זיך ביי אים אינדערהיים? די קעמפס זענען זייער זייער הייליג, ווער געדענקט דען נישט די אראדע רב זצ"ל ווי ער פלעגט פארן אהיימפארן פון קעמפ ארויפלייגן ווייסע טישטוכער אויף די טישן אין ביהמ"ד זאגנדיג אז די הייליגע קעמפס וועלן מיטגיין מיט משיח אויף א"י דאס יאר, און עס פאסט נישט עס זאל נישט זיין קיין טישטוך אויפן טיש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/5/2012 13:00 לינק ישיר 

לאנצוט
לאז דיך אפ פון זיי
וואס די וועסט נאר זאגן וועלן זיי שרייען הר קדשי מיט חתיכה נעשית נבילה וכל דאלים גבר און קליטה כמי שהונחה דמי כמן דזריק דמי וכו'
וואס גייט דיך אן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/5/2012 15:26 לינק ישיר 

וויפיל אזייגער הייסט עס אז דער החלטה דארף ארויסקומען היינט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/5/2012 17:13 לינק ישיר 

דאסטערס כתב:
לאנצוט און וואס איז מיט טשעפענען טויזענטער קינדער פון גיין אין קעמפ - און זייער עלטערן וואס וועלן דארפן בלייבן אין שטאט, טויזענטער שעות לימוד התורה אין א ריינע הייליגע אטמאספערע, טויזענטער מאל נכשל ווערן מיט ראיות אסורות ר"ל אלעס דורך דעם אינדיק וואס קימערט זיך ווייניג וואס עס טוט זיך ביי אים אינדערהיים? די קעמפס זענען זייער זייער הייליג, ווער געדענקט דען נישט די אראדע רב זצ"ל ווי ער פלעגט פארן אהיימפארן פון קעמפ ארויפלייגן ווייסע טישטוכער אויף די טישן אין ביהמ"ד זאגנדיג אז די הייליגע קעמפס וועלן מיטגיין מיט משיח אויף א"י דאס יאר, און עס פאסט נישט עס זאל נישט זיין קיין טישטוך אויפן טיש.


וואס האט עס מיט די "צאן קדשים"? וואס האט מיט עס אראדאער רב?
עס האט מיט פאליטיק. אויב די ארונים האבן עס וועלן ארונישע קינדער זאגן דארט שמע ישראל און ענטפערן אמן יהא שמי' רבא און לערנען תורה, און אויב זאלונישע קינדער האבן עס וועלן זאלונים קינדער פון בני יואל / מאנסי און וויליאמסבורג דארט מאכן ברכות, און זאגן שמע ישראל.

די פייט האט גארנישט מיט'ן רבונו של עולם, מיט אידישקייט און וועט נישט ברענגען משיח צדקינו קיין איין סעקונדע פריער. עס איז א סכסוך פון נצחון און פאליטיק און "בקהלם אל תחד כבודי" זאגט יעקב אבינו. לאז ארויס די שכינה הקדושה און די תינוקת של בית רבן.

ביטע לאזן דעם שכל גובר זיין א טראפ אויף די בעיבישע געפילן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/5/2012 18:07 לינק ישיר 

יוסף90 כתב:
הר קדשי מיינט יעדע זאך וואס רביה"ק האט מייסד געעוען
 
מאנטיסעלא קעמפ איז נישט אריינגערעכנט דערין


מוסדות ויוא״מ אין ק״י, די ישיבה אין קווינס, און די אלע מוסדות וואס צד מהרז״ל האט געבויעט ווייל זיי האבן נישט געקענט גנבענען די ארגינעלע מוסדות האט די הלכה פון הר קדשי?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > אפדעיט פון היינטיגן מיטונג ביים קאנטי עקזעקטיוו וועגן די קעמפס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.