| נשלח ב-9/5/2012 00:49 |
|
| |
ברעקינג! גדולי ישראל קעגן אתרא קדישא
דריי גדולי ישראל וועלכע האבן גאר א שטארקן איינפלוס אין ארצינו הקדושה זענען ארויסגעקומען מיט א שארפן בריוו קעגן די טעראריסטן פון אתרא קדישא, די ארגאניזאציע וועלכע פירט אצינד אן מיט הפגנות אין יבנה מיט א אויסרייד אז דארט געפינען זיך קברים, אין די צייט וואס דאס פארמאגט א השגחה פון די ערליכע ועד למניעת חילול קברים.
די טעראריסטן האבן פרובירט לעצטנס צו אונטערדרוקן דעם רב וואס איז געשטעלט געווארן דורך הג"ר נסים קרליץ שליט"א צו ענטפערן די שאלות וואס מאכן זיך יעדן טאג בנוגע די קברים, וואס ביי אתרא קדישא ווערן די האקעלע שאלות גע'פסק'ט דורך אזעלכע גרויסע תלמידי חכמים ווי חיים טויסיג און יחזקי קאלמנאוויטש, אבער דא ווערט יעדע קלייניגקייט דורכגערעדט מיט א רב, וכל דבר הקשה ווערט פארגעלייגט פאר די גרעסערע רבנים ווי דער פוסק הדור מרן ראב"ד ירושלים שליט"א.
די פארגאנגענע וואך האבן זיי באגאסן די גאסן מיט פאשקעווילן, וואו זיי האבן - ווי זייער שטייגער - געשריבן מיט א פרעכהייט און געמיינקייט קעגן א רב א מורה הוראה מובהק, צוליב זיין חטא פון געבן הוראות בעניני קברים אן זיך דורכצורעדן מיט די אידן וועמען בריסקער רב האט פארבעטן צו טוהן עסקנות אין טברי'...
אין די פאשקעווילן האבן זיי אויסגערעכנט פארשידענע מקומות וואו לויט זייער דעת תורא און לויט זייערע ביליגע שקרים און דמיונות האט מען דארט מחלל געווען קברי ישראל, און בעיקר אצינד אין יבנה.
אין רעאקציע צו דעם איז ארויסגעקומען א שארפע בריוו פון דריי גדולי ישראל, הגאון ר' חיים קנייבסקי שליט"א, הגאון ר' נסים קרליץ שליט"א, און באזונדער שרייבט צו מרן הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א ראב"ד ירושלים.
דער בריוו באציהט זיך צו די ביזוי תלמיד חכם, און ברענגט אויך ארויס די עדות פון די גדולי ישראל אז די עסקני האגודה למניעת חילול קברים שטייט אונטער די הדרכה און פירערשאפט פון גדולי ישראל, און דערמיט ווארפן זיי אפ די שקרים וליצנות פון אתרא קדישא וועלכע שיקט ארויס פראטעסטירן אויף יעדן פלאץ וואו די ועד גיט א השגחה.
(אצינד איז ערווארטעט אז יוסל90 וועט זיך נעמען גיסן פעך און שוועבל אויף די רבנים שליט"א, בלויז א האלב יאר נאכדעם וואס ער האט טראמפייטערט מיט א בריוו וואו די זעלבע גאונים שרייבן אז מען טאר נישט מסרן אתרא קדישא...)
תוקן על ידי FiveBoro ב- 09/05/2012 01:03:29
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/5/2012 19:45 |
|
| |
געלעכטער, לעט סי.
עס איז יעצט פארהאן א קאמפ צווישן ועד למניעת און אתרא קדישא וועגן יבנה. ועד למניעת זאגט אז מען רירט נישט צו קיין קברים, און עס איז אונטער זייער אויפזיכט, און אתרא קדישא שרייט אז מען גראבט אויס די קבר פון רבן גמליאל, וועלכע געפינט זיך - אגב - בערך א מייל אוועק פון דארט.
האט אתרא קדישא געווארפן פאשקעווילן קעגן הרב ראזנבלאט אז ער איז א חופר קברים.
קומען די גדולי ישראל און שרייבן א בריוו מיט צוויי נקודות, איינס רייסן זיי אראפ די נערים קטנים וועלכע האבן געווארפן די פאשקעווילן, און צווייטנס ברענגען זיי ארויס זייער טראסט און זייער עדות אז דער ועד למניעת חילול קברים פירן זיך על פי הוראות גדולי ישראל.
יעצט זאג מיר שנעל קעגן וועמען דאס איז, און אגב זאג מיר צו יעצט איז טאג אדער נאכט.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/5/2012 18:44 |
|
| |
געלעכטער, עה, עס איז קעגן אדמת קודש. וועלכע זענען קעגן וועד למניעת.
מיר זענען יעצט אין האנאלולו.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-9/5/2012 18:25 |
|
| |
איינער זעט דא א ווארט אין דעם בריוו "אתרא קדישא"?
|
|
|
|
| נשלח ב-9/5/2012 18:19 |
|
| |
שארפער בריוו פון ליטווישע רבנים קעגן אהרל'ה יקטר
די לעצטע צווי וואכן גייט פאר א מערכה פונעם יהדות החרדית אויף די חילול הקברים אין "יבנה".
די וועלכע לייגן פיסלעך פאר א"אתרא קדישא" בראשות הגאון רבי דוד שמידל שליט"א, באנוצן זיך מיט הרה"ג ר' שבח רוזנבלאט א ליטווישער רב פון בני ברק, וועלכער פסק'נט זייערע שאלות.
ארה'לה יקטער דער אויסווארף וואס פירט מיט די אהרונים די מערכה קעגן "אתרא קדישא", האט געוואלט ארויסנעמען א בריוו פון די ליטווישע רבנים קעגן "אתרא קדישא" האט ערא באשלאסן צו מאכן פאשקעווילן אויף "ר' שבח רוזנבלאט, און דערנאך גיין צו די ליטווישע רבנים בעטן אז מ'זאל זיך אננעמען פאר כבוד התורה.
דער בייפאל האט עם געגעבן שייקעלע קארליץ דער שמש הבית פון הגר"נ קארליץ, וואס זיין "ליבשאפט" צו "אתרא קדישא" איז ברייט באקאנט מיט יארן צוריק.
למעשה האבן זיי נישט מצליח געווען, ווייל די גדולי התורה פונעם ליטווישן חדר האבן נישט געוואלט אונטערשרייבן אויף א קו"ק ווי עס ווערט דערמאנט די ווארט "אתרא קדישא", ווייל זיי זענען נישט קעגן אתרא קדישא, נאר זיי שטיצן עס.
די רבנים האבן געשריבן א בריוו נאר קעגן די יקטער'ס וחבריוו וואס האבן געמאטכט די פאשקעווילן
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/5/2012 03:25 |
|
| |
נישטא ווער זאל לאכן!...
יוסל90 טענה'ט אז מען מיינט נישט אים! ווייל... די פאשקעוויל האט געמאכט אהרעלע יאקטער, און די רבנים זענען ארויס קעגן יאקטער...
זאגט מיר טייערע ליינער: איך דארף קאמענטירן?!...
אגב, דא האט איר די פאשקעוויל וואס אתרא קדישא האט געווארפן אין די גאסן די פארגאנגענע וואך:

|
|
|
|
|