די לעצטע צווי וואכן גייט פאר א מערכה פונעם יהדות החרדית אויף די חילול הקברים אין "יבנה".
די וועלכע לייגן פיסלעך פאר א"אתרא קדישא" בראשות הגאון רבי דוד שמידל שליט"א, באנוצן זיך מיט הרה"ג ר' שבח רוזנבלאט א ליטווישער רב פון בני ברק, וועלכער פסק'נט זייערע שאלות.
ארה'לה יקטער דער אויסווארף וואס פירט מיט די אהרונים די מערכה קעגן "אתרא קדישא", האט געוואלט ארויסנעמען א בריוו פון די ליטווישע רבנים קעגן "אתרא קדישא" האט ערא באשלאסן צו מאכן פאשקעווילן אויף "ר' שבח רוזנבלאט, און דערנאך גיין צו די ליטווישע רבנים בעטן אז מ'זאל זיך אננעמען פאר כבוד התורה.
דער בייפאל האט עם געגעבן שייקעלע קארליץ דער שמש הבית פון הגר"נ קארליץ, וואס זיין "ליבשאפט" צו "אתרא קדישא" איז ברייט באקאנט מיט יארן צוריק.
למעשה האבן זיי נישט מצליח געווען, ווייל די גדולי התורה פונעם ליטווישן חדר האבן נישט געוואלט אונטערשרייבן אויף א קו"ק ווי עס ווערט דערמאנט די ווארט "אתרא קדישא", ווייל זיי זענען נישט קעגן אתרא קדישא, נאר זיי שטיצן עס.
די רבנים האבן געשריבן א בריוו נאר קעגן די יקטער'ס וחבריוו וואס האבן געמאטכט די פאשקעווילן.
נשלח ב-9/5/2012 06:57
איינער האט א בילד פון יאקטער?
נשלח ב-9/5/2012 15:29
מיט נחום ראזענבערג
תוקן על ידי סוג ב- 09/05/2012 15:30:20
נשלח ב-9/5/2012 19:49
בן ציון לאוב שרייבט אין כל העולם כולו
.עס איז יעצט פארהאן א קאמפ צווישן ועד למניעת און אתרא קדישא וועגן יבנה. ועד למניעת זאגט אז מען רירט נישט צו קיין קברים, און עס איז אונטער זייער אויפזיכט, און אתרא קדישא שרייט אז מען גראבט אויס די קבר פון רבן גמליאל, וועלכע געפינט זיך - אגב - בערך א מייל אוועק פון דארט.
האט אתרא קדישא געווארפן פאשקעווילן קעגן הרב ראזנבלאט אז ער איז א חופר קברים.
קומען די גדולי ישראל און שרייבן א בריוו מיט צוויי נקודות, איינס רייסן זיי אראפ די נערים קטנים וועלכע האבן געווארפן די פאשקעווילן, און צווייטנס ברענגען זיי ארויס זייער טראסט און זייער עדות אז דער ועד למניעת חילול קברים פירן זיך על פי הוראות גדולי ישראל.