בית פורומים כל העולם כולו

אכן נודע הדבר: לאופעז סטראשעט: היין וועט נישט קענען לויפן מער...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/5/2012 17:25 לינק ישיר 
אכן נודע הדבר: לאופעז סטראשעט: היין וועט נישט קענען לויפן מער...

נעכטן האט משה דוד נידערמאן דערציילט די באמבע וואס וויטא לאפעז האט געווארפן, אז אויב מייק היין וועט נישט געבן אלע פיר פערמיטן פאר די זאליס, וועט ער נישט לאזן היין לויפן פאר קיין שום אמט אין די דעמקארטישע פארטיי אין גאנץ ניו יארק.

נידערמאן האט געזאגט אז ער האפט נאר אז היין וועט געבן די פערמיטן שנעל, נאך איידער לאופעז שטארבט, ווייל ער איז קראנק אויף קענסער און יעדן טאג וואס עס שלעפט זיך ווערט זיין כח שוואכער.

דאס איז וואס נידערמאן האט נעכטן נאכט דערצייילט, זייענדיג זיכער אז עס איז א DONE DEAL.

ונזכה ונחי'



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/5/2012 20:09 לינק ישיר 

קרית יואל נ"י - אזוי שטייענדיג דא אויף גארפיעלד רד. צווישן די צוויי שולן איז מורא'דיג ניכר דער חילוק צווישן נעכטן און היינט נאכט.
 
נעכטן זענען געשטאנען קופקעס און ביהמ"ד ויוא"מ מיט באזארגטע פאראומעטיגטע פנימ'ער און דורכגעארבעט אלע פרטים וויאזוי און וואסערע שאנסן ס'איז דא צו געוואונען אדער פארלירן דעם קעמפ און וואס מען וועט דארפן טון אויב גייט עס נישט כשורה, ווידעראום אנטקעגן איבער און די ווייסע שול האט מען זיך געשוואוירן זיג, מען האט געהערט אזאנע סלאגאנען ווי: אברמי רובין העס די ראן פאר היס מאני, מיר זענען א וויליזש מיט שרעקליך שטארקע פאוער און אינפלוענס אין אלבאני, דער רבי אליינס איז אינוואלווד און באקומט פראגרעס ריפארטס יעדע פאר שעה, יעצט גיימער פיקסן די זאליס איינמאל פאר אלעמאל, אינדיג מיט ראזנבערג האבן אראפגעלייגט א קנאקעדיג שטיקל ארבעט ביי די קאונטי, און נאך אנדערע גרויסהאלטערישקייטן.
 
היינט נאכט חסדי השם כי לא תמנו איז ברוך השם אבסאלוט פארקערט א 360 יו טורן!
 
דער עולם אין ויואל משה איז פרייליך אין לוסטיג אויפן העכסטן שטאפל, ס'הערשט א שמחה שאין כדוגמתה, ביי בר יוחאי איז געווען אזא התרגשות אז ס'האט זיך געקאנט דאכטן אז מען איז אין מירון, מען וואונטשט זיך לחיים איינער דעם צווייטן אז פאר א פרעמדן קען זיך דאכטן אז דאס איז א חתונה!
 
משא"כ אנטקעגן איבער הערשט א דיקע מרה שחורה וואס מען קען שניידן מיט א מעסער, די שונאים שעמען זיך צו ווייזן דעם פנים פאר די זעלבע אידן וועמען זיי האבן געצאפט דאס בלוט און זיך גערייצט פאר נישט מער ווי א מעת לעת צוריק. זיי זענען פארשטונקענע פיש געגעסן און פון שטאט ארויסגעווארפן, זיי האבן שוין וויזשועלייזט און זייערע זיסע חלומות ווי די מחנות רב טוב זענען פארשפארט און טויזנטער קינדער זענען געבליבן אינדערהיים און די הונדערטער פארווייטאגטע עלטערן וואס קענען זיך נישט אפרוען אדאנק דעם, זיי האבן שוין סעלעברירט אין גרויסן אין די לעצטע פאר וואכן דעם אומגעהויערן זיג, און אט אט ביי שולחן עורך הארט פארן אריינבייסן איז דער גאנצער טורעם צופאלן אויף פיצלעך! ס'הערשט א דעפרעסיע און א כאאס אויפן העכסטן שטאפל, דער מצב קוקט אויס ווי שמיני עצרת ס"ו ביי גשם.
 
די זעלבע מענטשן וואס האבן א נאכט צוריק הולטייעט און זיך געהאלטן שטאלץ מיט די שרצים און מוסרים וואס האבן אנגעפירט דעם שגץ שטיק, זענען היינט פלוצים מלא טענות אויף די זעלבע יעניגע היתכן מען האט זיך אריינגעלאזט אין א קאמפ מיט אונזער קהלה ווען זיי ווייסן אז ביי אונז גיסט זיך שוחד פאר אלע פאליטיקאנטן און אזוי אויך אז אונז מיר פירן א מאפיא סטייל צוגאנג מיט אלע לעגאלע ענינים. פלוצלינג פארגעסן זיי פון זייערע מעכטיגע אפגעטער ווי עיב רובין מיט קאקאש אינדיג, די טענות און תרעומות זענען איבער אלע גרעניצן, מען פרובירט נעבעך אויפצוטרעפן עפעס א ספין פאר די יונגווארג אבער ס'גייט נישט, יעדעס קליינטשיג יונגל ווייסט וואס דא גייט פאר, די בושה פלאקערט אין פנים, מען דרייט זיך מיט די צונג אינדרויסן ווייל מען ווייסט נישט וואס צו ענטפערן ווייל דער בלאט איז נאכנישט אינדרויסן. דאס ווערטל "וואס מען פלאנצט זיך אן דאס עסט מען" קען נישט זיין בעסער אויסגעטייטשט ווי דאס יעצטיגע פאל, זיי עסן זיך אויף די אייגענע גאל אנשטאט אונזערס ווייל קיין קאקאש קעיק האט מען זיי נישט פארגינען!
 
בשם השם נעשה ונצליח!
 



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-10/5/2012 16:50 לינק ישיר 

הבדלה_מנין כתב:
פון וועם האט מען דאס ג'גזלט?
דער קעמפ ווערט שוין געפירט מיום הווסדם דורך משפחת ראזענבערג און עס סערווירט די קינדער פון די זעלבע תלמוד תורה מיט די זעלבה מנהלים וכדומה פאר איבער א יובל יארן. עס האט זיך גארנישט געטוישט. וואס דרייט עטס א קאפ וועגן א גזילה?


עס האט זיך יא געטוישט, ווייל מאיזה סיבה נאך 50 יאר, האט משפחת ראזענבערג קאנספירירט מיט די זאליס צו ארויסשווינדלען די קעמפס און עס איבערשרייבן אויף זייער אייגן פארמעגן, ממילא האבן זיי פארלוירן זייער געטרוי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/5/2012 10:17 לינק ישיר 

כהאב גערעט פון שפעטער כדאי זאלסט ארויסגיין פון דיין מצומצומדיגן מוח און טראכן ווען מטוט עס ווען מיט דיר
אבער דער ענטפער פאר איינעם מיט א מח איז גארנישט קיין נביאות וכדומה נאר בלויז א פאקט וואס יעדער ווייסט אז צוליב פאלטישע געלט חשבונות האבן זיך די ביאי ביתו פון רבינו הקדוש בעל ברך משה זי"ע צוזאמענגעשטעלט מיט די שונאים פון סאטמאר און אראפגעגזלט אלע בנינים אין וויליאמסבורג לעיני השמש און די ראשי הקהלה האבן געוואלט מונע זיין בזיונית פונעם הייליגן רבין האט מען זיך ליבערשט ארויסגעצויגן און געגאנגען צו דין תורה און נאך 3 סירובים אין קארט ווי איידער זיך צו שלאגן אין ביהמ"ד און דערנאך מיט די מוסדות 
איז דיין מח קטן טראכט נאר לויט דיין געפיל פון די לעצטע 13 יאר וואס מיינט אז די נכסים איז לעולם דיינס 50 יאר אבער די מציאות און די תורה הקדושה זאגן אנדערש ווי העטעך האט געשריבן די תורה הקדושה, בפסוק והשיב את הגזילה אשר גזל וואס אויף דעם האב איך מיר באצויגן
והבן כי פשוט היא וסוף גנב לתלוי' אי"ה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/5/2012 10:07 לינק ישיר 

גאנצע תורות אויף א דבר שלא בא לעולם.
און אנדערע ווערטער אוף וואס איך האב געפרעגט, וואס און ווען גניבה פון די קעמפס קענסטו נישט ענטפערן גייסטו און די דרייסט א קאפ מיט נביאת אויף שפעטער. טיפיקעל ארויני



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/5/2012 09:32 לינק ישיר 

טאקע דאס מיינעך אז דעמאלץ ווען זלמן לייב פעלדמאן וועט האלטן מער פון יעקב בער ווי חיים הערש און וועט אים דערלאנגען ענקער שוהל אדער בנין המוסד (אויב סוועט נאך שטיין) על אפם פון חיים הערש וסיקריקיו וועט עטס ארויסנעמען ענקערע קינדער פון די פארדאנרבענע גארביטש חינוך פון יעקב בער און עטס וועטס שניידן די פירות ווען יעקב בער און משה פר"מ וועלן פון אייך לאכן א גוטס מיט וויטא לאפעס וואס וועט שוין זיין געפייגערטער דריי דורות און איר וועט שרייען דין תורה וואס הייסט וועט קומען א ניק הבדלה מנין און זאגן וואס הייסט אז חיים הערש האט ארויסגענימען זיינע קינדער פון אונז איז עס דאך זייער אייגענע החלטה 
ממילא וואס איז שייך צו גיין צו דין תורה איך האב דאך עס געגנבעט און דו ביזט ארויס פון דעם בניןת וואס טוט זיך מיט דין תורה וואס טוט זיך מיט גניבה נא דאס איז געמאכט געווארן פאר ארונים נישט פאר אונז זאליס
יא יא דאן וועט איר וויסן וואס הפקרות און סירוב לדין מיינט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/5/2012 09:05 לינק ישיר 

אז די האבסט ארויסגענימען דיינע קינדער פון די תלמיד תורה ווי דיין טאטע האט דיר געשיקט דאס איז דיין אייגענע החלטה און דיין אייגענע פראבלעם.
די קינדער וואס זענען געבליבן אין די תלמיד תורה געניסען ווייטער פון די קעמפס אזוי ווי עס פירט זיך שוין איבער א יובל יארן די טירן זענען אלץ אפען אזוי ווי אלע יארן.

אין כאן לא גניבה ולא גזילה אבל יש כאן חלומת ודמינות מצדכם...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/5/2012 08:47 לינק ישיר 

אהא יעצט ביי די מחלוקה פון יעקב בער און חיים הערש (וואס האלט שוין אינמיטן) אויב וועט זלמן לייב פעלדמאן אוועקנעמען א בנין לאמיר זאגן ענקער נייע שוהל נאך ראדני ווען ראדני וועט שוין האבן די ריגלעך פון ראס סט שוהל און יענע שוהל איז יא ענקער וועסטו האלטן אז מדארף עס לאזן ביי זלמן לייב פעלדמאן וואס פירט עס שוין 30 יאר?

און בנוגע ווא דו שרייבסט די זעלבע קינדער ביזטו אפשר אין עולם הדמיון? זאג שנעל ווי האב איך געלערנט און ווי לערנען מיינע קינדער? הא? איך רעדט שוין נישט פון די קרעציגע וואס האבן אלס געשיקט אין פרעמדע מוסדות ביז די זאלי פארטיי איז געגרינדעט געווארן אבער לאמיר רעדן פון די אהרונים חסידי הברך משה לערנען יעצט זייערע קינדער ווי זיי האבן געלערנט? טא ווא דרייסטו א קאפ מיט די זעלבע קינדער גזלן איינערת ביזט טאקע שוין אזוי רואיג מיט דיין גניבה נגד התורה און סירוב לדין 13 יאר און נאך "אייער" אפיעל האט די גויאישע געריכט ניטאמאל אייך עס צוגעטיילט אבער איר שפירט זיך שוין אזוי היימיש דערמיט אז  כאילו סאיז אייערס די לעצטע 50 יאר??
לאמיר אייך זאגן דער בענקעל שאקעלט זיך שוין און רוב פון אייער חדר הייבן אן זיך צו דערמאנען אז מזיצא אין יענעמס בנין נגד התורה און מאיז מיט "גארנישט" פארזיכערט מחוץ תשכל ח' וכו'
און דאס מיינט סוף גנב לתלוי' עס שטייט נישט כל גנב לתלוי' ניין נאר "סוף" איט קען טעיק יערס באט איט וויל העפען" 

וויאזוי האט יצחק ראזענבער געזאגט אלף שמות "אויב מיר פארלירן וועלן מיר טוען אלע מיטלען ע"פ דעת תורה אפילו סוועט נעמען 10 יאר און אפילו 20"

און מהאלט אינגאנצען ביי 13 און דער בית החיים איז שוין ארויס פון די גזלנים און די גרויסע ביהמ"ד החדש איז פארמאכט הערלמעטיש! ועוד ידינו נטי' ביז סוועט זיין דער יקוב הדין את ההר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/5/2012 08:19 לינק ישיר 

פון וועם האט מען דאס ג'גזלט?
דער קעמפ ווערט שוין געפירט מיום הווסדם דורך משפחת ראזענבערג און עס סערווירט די קינדער פון די זעלבע תלמוד תורה מיט די זעלבה מנהלים וכדומה פאר איבער א יובל יארן. עס האט זיך גארנישט געטוישט. וואס דרייט עטס א קאפ וועגן א גזילה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/5/2012 21:02 לינק ישיר 

די תורה הקדושה, בפסוק והשיב את הגזילה אשר גזל




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/5/2012 20:58 לינק ישיר 

צוריקגעפענט דעם אשכול מחמת נחיצות הענין... ‎​
 
איז אזוי, העכט האט געהייסן געבן פאר די זאליס, לאפעז האט געהייסן געבן פאר די זאליס, און ווער האט געהייסן געבן פאר די אהרונים?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/5/2012 20:18 לינק ישיר 

ער איז נישט בעה״ב פון די דעמאקראטישע פארטיי, נאר אין ברוקלין ווי עס איז שוין אויך פוחת והולך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/5/2012 20:01 לינק ישיר 

טרייב נישט איבער

לאופעז קאנטראל איז נישט וואס איז געווען אמאל.
זיין קאנדידאט  מארק דילאן פאר קאנגרעס קעגן וואלעסקיועז איז גאר גאר שוואך, ער איז נאך אלץ אונטער די FBI אינוועסטיגעישאן פון די בושוויק ריזשענעל פראוד קעיס, און זיין כח איז גארנישט וואס איז געווען אמאל.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/5/2012 19:45 לינק ישיר 

לאופעז איז באלעבאס אין די דעמאקראטיש פארטיי.
מייק היין זאל פארגעסן פון לויפן אויב ער קלערט נישט צו פאלגן וואס דער "BOSS" הייסט.

וויטא לאופעז שטארבט נאך נישט און איז נאך אין קאנטראל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אכן נודע הדבר: לאופעז סטראשעט: היין וועט נישט קענען לויפן מער...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext