בית פורומים אידישע געדאנק

רבותי! אל תעמדו מנגד! רעגעסטרירט אייך שוין צו וועהלן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/5/2012 01:37 לינק ישיר 
רבותי! אל תעמדו מנגד! רעגעסטרירט אייך שוין צו וועהלן

נאך די שווערע חדשים וואס מען האט נישט געוואוסט מה יולד יום, און עס האט אויסגעזעהן חלילה אז די מוסרים ומלשינים וועלן מצליח זיין, נאר בחסדי ה' איז געלונגען פאר די הנהלת הקעמפס צו באקומען דעם פערמיט אזוי ווי די לעצטע 57 יאר, ליגט א פליכט אויף יעדן מאנ"ש זיך צו רעגעסטרירן צו וועהלן, די מוסרים סטראשען שוין איצט אז זיי גייען זיך נישט אפשטעלן פאר גארנישט, זיי ווילן גיין ווייטער קומענדיגס יאר איבער די קעמפס, ביהמ"ד החדש, ביהמ"ד הגדול, מצה בעקעריי, מקוה טהרה, בית רבינו, וכו', זיי ווילן זיך נישט אפשטעלן פאר גארנישט, אין קאורט לאזט דער רבי שליט"א נישט גיין אפי' בהיתר כדי נישט צו מאכן קיין חילול ה', איז געבליבן איין אויסגעהאלטענער וועג פון השתדלות, און דאס איז:
פאליטישע פרעשור!
און די איינציגסטע וועג דערצו איז אז ביי די וואלן קומט מען ארויס מיט א מאכטפולן כח, זיי מאכן שוין א קאמפיין און זייער עולם גייט ארויסגיין די מאקסימום וואס זיי קענען, עס איז זיכער אז אויב אונזער עולם קומט ארויס די מאקסימום, קען מען רואיג ארויסגיין מיט א 6-7 טויזענט שטימען, שטייט נישט אין די זייט, עס איז איצט א שעת חרמה, רעגעסטרירט אייך שוין! און פארלגט אויס די עסקנים אין די קומענדיגע וואלן



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/5/2012 01:43 לינק ישיר 

עס וועט אסאך העלפן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/5/2012 03:12 לינק ישיר 

נישט אמת גוט געזאגט....

גיי כאפ דעם אטעם ביים הדלקה אין ק"י...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/5/2012 14:06 לינק ישיר 

שמעלקעלע
איינער זאגט מיר היינט א גיט ווארט
אז טאמער דער ארוני רבי וועט הייסן זיינע חסידים גיין צי דער בחירות וועלן זיי אלע לויפן אויף דער פיר...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/5/2012 05:27 לינק ישיר 

לכבוד די חשובע עסקנים, 1 מאכט זיכער אז די נשים זענען אויכעט רעגסטריט 2 מאכן א בלאק. וואוט פון אלע אנ''ש אין בארא פארק וויליאמבורג מונסי קרית יואל וואס וועט אויסקימען בערך 12 טויזענט וואוטס. א זייער שטארקע כוח



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/5/2012 05:44 לינק ישיר 

מיין קאזין א אהרויני האט מיר געוויזן א שטיק צייט צוריק א מעסעדש פון די אהרוינים אז דער עולם זאל קומען צו א אסיפת עסקנים אין עזרת נשים און מגייט מאכן א שטילע קאמפיין כדי נישט אויפצואוועקן דעם צד שכנגד... יעצט מיט די קעמפ פרשה האבן זיי נישט סתם אויפגעוועקט דעם בער נאר איך גלייב אז זי וועט זיך שוין נישט צוריקלייגן שלאפן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > רבותי! אל תעמדו מנגד! רעגעסטרירט אייך שוין צו וועהלן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext