בית פורומים אידישע געדאנק

מאחורי הפרגוד: כראנאלאגישער באריכט פון די "קעמפס" פרשה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/5/2012 06:42 לינק ישיר 
מאחורי הפרגוד: כראנאלאגישער באריכט פון די "קעמפס" פרשה

היינט מיטוואך נאכמיטאג ערב ל"ג בעומר לכבוד דעם גרויסן פייער אין קרית יואל, איז ארויסגעקומען דעם פרייליכן באריכט אז די פיר מעכטיגע סאטמארע קעמפס וואס די ארונים האבן זיך געוואלט משתלט זיין דערויף וועט בלייבן ביי די פירער פון די סאטמארע קהלה ומוסדות בנשיאות כ"ק מרן אדמו"ר מהרי"י שליט"א.                                                  


ווי באקאנט זענען די ארונים געגאנגען  גענוי א יאר צוריק בערכאות של עכו"ם אין אלסטער קאונטי געריכט, מיט א פרישע תביעה בערכאות אן קיין היתר בית דין, אז בערל פרידמאן איז דער בעל הבית אויף די קעמפס, דער געריכט האט בשעתו איבערגעגעבן די קעמפס לבעלות קהל יטב לב ברוקלין, און נישט געוואלט באשליסן ווער קהל יטב לב ברוקלין איז.

מיט אפאר חדשים שפעטער האט בערל פרידמאן אריינגעשיקט א בריוו פאר די לאקאלע רעגירונג אז די קעמפס זענען זיינע און ער וויל דאס נוצן היי יאר, די לאקאלע רעגירונג פון אלסטער קאונטי האט מודיע געווען פאר הנהלת מחנה רב טוב אז בערל פרידמאן וויל אוועקנעמען היי יאר די קעמפס פון מחנה רב טוב, די הנהלת המחנות האבן אריינגעשיקט די נויטיגע לעגאלע פאפירן צו באקומען דעם פערמיט ווי אלע יארן, און די קאונטי האט באשטעטיגט דעם פערמיט פאר ר' דוד ראזענבערג דער לאנג יעריגער מנהל המחנות.
                                                                             


נאך אסאך געלט און אסאך דרוק אויפן קאונטי עקזעקעטיוו האט ער געשיקט א פרישן בריוו, אז ווער עס רופט זיך מיטן נאמען קהל יטב לב קען אויך אריינשיקן א פארלאנג פאר א פערמיט און ער וועט יעדן געבן א פערמיט, און ווי יעדער פארשטייט מיינט דאס צו זאגן שלאגט ענק צווישן זיך און לאזט מיך ארויס.

                                                                        
אביסל שפעטער האט ער זיך געכאפט אז די ארונים האבן אים געמאכט ללעג ולקלס מיט פארלאנגן צו געבן פערמיטס פאר יעדן וואס זאגט אז ער איז קהל יטב לב, וואס האט זיך אגב געטוישט יעדן טאג מיט א נייעם נאמען, איין טאג איז קהל יטב לב געווען בערל פרידמאן, איין טאג אברהם רובין, איין טאג אהרן ווייס און א צווייטן טאג אברהם בראך, האט זיך דער עקזעקטיוו צום דריטן מאל געטוישט מיינונג און געשיקט אגרות שלישית, אז ער געבט בכלל נישט קיין פערמיט אויף די קעמפס פאר קיינעם נישט.

                                                                         

די ארונים האבן גע'יובל'ט און געשאלט פאר פרייד עס איז זיי געלונגן צו אפשפארן די קעמפס, די זעלבע קעמפס פון וואו מ'האט דעם רב הצעיר ארויסגעווארפן מיט בזיונות מיט צוועלף יאר צוריק, און ווידער זיי האבן דאך צען קעמפס אין די קעטסקילס אנגעהויבן פון איחוד קאנטרי ביז קוטשערס מחנה בית רחל פליישמאנס היכל התורה קרן התורה שער התורה וכו', און די שמחה איז עד לב השמים.  


                                                            
נאך פסח האט די הנהלת המחנות פאררופן א אסיפה מיט די הנהלת הקאונטי. בעת דער אסיפה האט דער קאונטי עקזעקעטיוו נאכאמאל באשטעטיגט אז ער גייט געבן די נויטיגע פערמיטן פאר די הנהלת המחנות, און האט שוין תיכף ומיד באשטימט מיט די העלט דעפארטמענט דאטומס ווען זיי זאלן אראפגיין אינספעקטן די קעמפס אז מען זאל עס קענען אפזיגלען און עפענען.

אפאר טאג דערויף האבן די ארונים פאררופן א אסיפה מיט די קאונטי, ווי זיי האבן אראפגעשלעפט אלע גרויסע שישקעס וואס זיי קענען פון אלבאני ביז וואשינגטאן. די קרית יואל ווילידש פירער וואס האבן אסאך קשרים מיט פאליטישענס אין אלבאני, און גערי שלעזינגער וואס האט פאליטישע קשרים איבעראל, יעדער איז געווארן איינגעשפאנט אין די מערכה, און זיי האבן אלע געשריגן אז זיי האבן נישט קיין קעמפ פאר די 9 טויזענט קינדער וואס זיי פארמאגן אין וויליאמסבורג און אין בארא פארק, ווייל מחנה בית רחל איז א קרית יואל'ער קעמפ און נישט פאר די קינדער פון שטאט, קוטשערס איז נאר א געדינגענער פלאץ וואס דער ליעס איז אפגעלאפן און די בעלי בתים ווילן בשום אופן זיי נישט ארייננעמען בקיצור זייערע 9 טויזענט נפשות זענען אויף די גאס דעם זומער.

                                                          

די קאונטי האט באשלאסן מ'זאל מאכן נאך אסיפה, ביידע לויערס פון ביידע צדדים זאלן זיך צוזאמטרעפן מיט די לויער פון די קאונטי בראשם, און יעדער זאל אראפלייגן זיין צד. די ארונים האבן גענוצט אלע טריקס וואס נאר שייך, ביז סטראשען צו ברענגן א קלאגע קעגן די קאונטי פארן אוועק'גנב'ן זייערע קעמפס, ביז צאלן גרויס געלט פאר לאביסטן צו שתדל'ן לטובתם, אויך האבן זיי געברענגט בריוון פון עלטערן וואס וויינען אז זייערע קינדער האט מען ארויסגעווארפן פון מחנה רב טוב לעצטן זומער און צום היי יעריגן סעזאן זענען זיי הואמלעס נעבעך. די קאונטי האט דאן געבעטן קומט אייך דורך צווישן זיך און לאזט מיר וויסן וואס איר האט באשלאסן.

                                                                

נאך עטליכע טעג וואס די לויערס פון די צדדים האבן זיך פרובירט דורכקומען, האט זיך ארויסגעשטעלט אז די ארונים האבן נישט קיין שום מהלך, פון איין זייט זאגן זיי אז זיי האבן אין קוטשערס קעמפ פלאץ פאר 700 הינדערט קינדער לכל היותר, פון די אנדערע זייט האבן זיי אריינגעגעבן פאר די פוד פראגראם די לעצטע פאר יאר אז זיי האבן 1700 נפשות וואס נעמען פוד פראגראמען פון די רעגירונג פאר קוטשערס קעמפ, מען האט איבערגעוויזן אז אינדערצייט וואס זיי זאגן זיי האבן 9 טויזענט קינדער אין וויליאמסבורג בארא פארק אינאיינעם, האט די רעגירונג פארשריבן אז צווישן ביידע מוסדות וומ"ס מיט ב"פ איז נישטא קיין 3 טויזענט וואס זענען אין די יארגאנג וואס גייען אין קעמפ. אינדערצייט וואס זיי זאגן אז קוטשערס איז א געדינגענער קעמפ, שרייבן זיי אין בלאט אז קוטשערס האבן זיי געקויפט. אינדערצייט וואס זיי זאגן אז מחנה בית רחל איז נישט פאר וויליאמסבורג בלויז פאר קרית יואל קינדער, שרייבן זיי אין בלאט אז די וויליאמסבורגע מיידל שולע שרייבט איין די קינדער אין מחנה בית רחל, וכדומה. די אלע פאדרייטע פאקטן האט די קאונטי געמאכט זייער צומישט אז זיי האבן נישט געקענט וויסן ווער ס'זאגט דא אמת, צי איז מחנה רב טוב ר' דוד ראזענבערג אדער אברהמי רובין, איז יו טי עי ר' חיים יצחק מאנדעל אדער נפתלי משה אינדיג,האבן זיי ארויסגעשיקט א פיפטן בריוו אז ביז ווילאנג די צדדים קומען נישט צו קיין פשרה גייט מען נישט אין קיין קעמפס.


                                                                    
עס גייט אדורך נאך א וואך די קאונטי ווערט נישט פטור פונעם פראבלעם, ער פארשטייט אז ער קען נישט לאזן פיר טויזענט קינדער אן קיין קעמפ, פון די אנדערע זייט סטראשעט מען אים אז מען גייט אים קלאגן אין געריכט, און מען רופט אים פון אלע צדדים פאליטישאנס שתדל'ן פאר זייער זייט. האט ער פאררופן א פרישע מיטינג, אן קיין לויערס, בלויז די פירערס וואס זענען אויטאראזירט צו מאכן באשליסן. ער פארשפרעכט די ארונים ליפטר בלא כלום א"א, איך וועל איך נישט ארויסלאזן אן קיין פשרה עפעס וועט עטס באקומען, אדער האלב אדער לכל הפחות א פערטל דהיינו איין קעמפ, די שמחה ביי די ארונים איז דאך גאר גרויס אדער באקומען זיי האלב און אויב נישט וועלן די קעמפס זיין געשפארט.


                                                                  
דא הייבט זיך אן א פרישן פלאנטער, אז די קאונטי רופט די הנהלת פון ביידע צדדים און נישט קיין לויערס, מוז מען דאך ארויסשטעלן א קאמיטע פון חברי הנהלה, און וועלכער נארמאלער מענטש וואס האלט זיך אביסל זיין פרעסטיזש איז גרייט זיך ארויסצושטעלן פאר אזא טעראר אקציע, ניטאמאל ארי' לייב גלאנץ, אפגערעדט אז מנחם גרשון לעבאוויטש מיט יחזקאל בערקאוויטש האבן זיך אפגעזאגט, האבן זיי אפילו נישט געלאזט זייער אדמיניסטראטער מרדכי אלעזר הירש צו גיין בשליחותם. זענען געבליבן נאר נפתלי משה אינדיג, אברהמי רובין מיט זיין זוהן וועלכע זענען מוכן ומזומן. דא האט מען שוין איינגעשפאנט ר' אהרן אליין זאל בעטן זיינע נארונים זאלן אים דאס צוליב טוהן כי בנפשו הוא, נאך אפשר מער פון בני ברק, אבער יחזקאל בערקאוויטש האט אים געענפערט אז דער רבי ווייסט אז אונז האב מיר קיינמאל נישט געמישט אין די זאכן, נאר יעצט ווען דער רבי האט געהייסן געבן געלט פון די מוסדות קאסע פאר די לויערס צו פייטן די קעמפס, אבער דאך קענען זיי זיך נישט ארויסשטעלן. בלית ברירה האט מען ארויסגענומען יצחק ראזענבערג פון קלאזעט. האלט מען שוין ביי איינעם. דערנאך האט מען פרובירט מיט ארי ווייס וואס איז פון די הנהלת הקעמפ אבער ער האט קאטאגאריש אפגעזאגט, ער האט א גרויסן געשעפט אין בארא פארק, גאלדבערגס גראסערי וואס ער זוכט זיך נישט צו באשמיצן. וירא בצר להם האט ר' אהרן זיך געוואנדן צו אהרן וועלץ פון בארא פארק, אהרן וועלץ - וועלכער איז אינמיטן א ביטערע מלחמה מיט ברוך מרדכי גאלבדערגער חיים דוד גראס וזוגתו און אהרן  דוב געטער, וואס די מלחמה איז שוין געגאנגן ביז קלעפ אזש וועלץ האט געמוזט רופן פאליציי, - האט געוואלט האבן ר' אהרן אויף זיין זייט איז ער גרייט געווען ארויסצופארן פארשטייט זיך נאר מיט די הבטחה פון גדלי' סעגעדין אז קיין חוזק וועט ער נישט בלייבן ווייל דער באשלוס איז כתוב וחתום מיר גייען באקומען עפעס. דעם דריטן האט מען געשיקט דעם וועיטער פון ראוז קעסטל, נפתלי משה אינדיג, וועלכער איז אויך גרייט געווען בפקודת הקודש צו פארן אויף די הייליגע מיסיע.


                                                          
די קינדער אין די גרינע חדרים האט מען שוין געזאגט אז דעם זומער וועלן עטליכע קינדער גיין אין קוטשערס און עטליכע אין נעפענאק אדער גרינפילד פארק, די ארונים האבן זיך שוין געגרויסט אז דער קאונטי עקזעקעטיוו היין איז א צווייטער ראזענוואסער, ביידע קרית יואל'ער פראקציעס פון פאליטיקער, גדלי' סעגדין מיט זיינע קשרים, מיט זיין ווארטזאגער אברהם יושע גלאנץ,  און יענקי סופר מיט זיינע קשרים אלע האבן גאראנטירט דער מצב איז קלאר, אז עס גייט זיין א יושר'דיגע פשרה וואס איז צוטיילט צווישן די צדדים.


                                                         
מאנטיג צופרי זענען די דריי חכמים ראזענבערג, אינדיג, און וועלץ ארויסגעפארן קיין אלסטער קאונטי און באגלייטונג פון די חכמי ומנהיגי הפארטיי, שמואל ווידער, דער בלאט פארזיצער און מייסטער ספינער, דער מזכיר הקהלה הלל ראזענבערג, וועלכער גרויסט זיך כסדר אז א פראיעקט וואס ער נעמט אין די האנט פאלט נישט דורך, און נחום וועלץ, וועלכע האבן אנגעזאגט פאר די דריי שלוחים גענויע אנווייזונגען וויאזוי צו פירן די מיטינג אויף זייער דירעקשאן, זיך גוט איינגע'חזר'ט אלע שקרים, אז זיי האבן נישט קיין קעמפ און אז זיי זענען די וואס פירן די פיר קעמפס אלע יארן און אז זיי פירן די וויליאמסבורגע קהלה א.א.וו.


                                                                      
אנקומענדיג צום אסיפה זענען אלע צדדים איבעראשט אז דער קאונטי עקזעקעטיוו האט מיטגעברענגט א ראביי וואס גייט אויך זיצן דערביי, וואס ווי עס איז שנעל נתברר געווארן איז ער א חב"ד רב, וואס ווי באקאנט איז  די ארונישע פארטיי גאר מקושר מיט די ליבאוויטשער, ווי דער רבי האט משתתף געווען אין הכנסת ספר תורה פון א חב"ד צענטער, און דאווענט אלע יארן אין חב"ד אין האט-ספרינגס און פראוועט דארט הילולא פון בעל התניא, און יעדן שני וחמישי איז דא פרישע בילדער פון חב"ד שליחים אין קרית יואל בק. פנימה אויף מערכת בחצרות סאטמאר.


                                                                         
דער קאונטי עקזעקעטיוו האט אנגעהויבן זיין אסיפה, אז ער איז זייער נישט צופרידן מיטן פאקט אז מ'האט געלייגט אזויפיל פרעשור פון פאליטיקער אין פרעסע לייט, און ער איז אויך זייער צומישט איבער די אמת'ע פאקטן פון די מציאות, דעריבער האט ער געבעטן ראביי העכט ער זאל קומען און מברר זיין די פאקטן, ווי למשל ווער עס האט גענוצט די קעמפס ביז היינט, און ווער עס האט באמת קעמפס וואו צו גיין, און ווער עס וויל בלויז אפשפארן די קעמפ, און נאכדעם זען וויאזוי איז עס שייך צו מפשר זיין.

דער גאון משה אינדיג האט געברענגט א בפירוש'ע משנה, שנים אוחזין בטלית יחלוקו, דעריבער קומט אים האלב, ער האט אויך געטענה'ט אז ר' דוד ראזענבערג האט ביז היינט קעיר גענומען פון די בית הכסאות וכדו' און האט אלע יארן געארבעט פאר אים און פאר בערל פרידמאן, און יעצט איז געקומען די צייט וואס אינדיג האט מחליט געווען אז עס איז גענוג מיט ר' דוד ראזענבערג ער וויל מער נישט ר' דוד פאר די ארבעט. ער זאגט אז אברהמי רובין איז אויך א כהן, און זיין בארד איז נישט קלענער פון ר' דוד ראזענבערג'ס דעריבער איז ער פונקט אזוי פאסיג צו זיין דער מנהיג רוחני פון די קעמפס. דערנאך ער האט אנגעהויבן זיך מאכן וויינען, ווי ר' אהרן ביי די מאמע'ס לוי', אז זיינע קינדער וואס האבן ל"ע א נישט געזונטע מוטער האבן נישט וואו צו גיין אויפן זומער, האט ראביי העכט אים געבעטן ער זאל רעדן פון ענינים וואס איז נוגע די קעמפס און נישט עניני בריאות, ווייל ער האט אויך ל"ע א נישט געזונט קינד אבער ער רעדט נישט דערפון ווייל עס קומט נישט אריין. ווידער וועגן שנים אוחזין בטלית איז ווען ביידע כאפן אן, דערווייל ווייסט ער פון אלע יארן אז ר' דוד ראזענבערג איז דער וואס איז אוחז במחנה, און ער פירט די קעמפס אלע יארן און באדינט אלע קינדער אייניג, מען האט קיינמאל נישט אוועקגעשיקט קיינעם פון קעמפ, דעריבער שפילט דער יחלוקו נישט קיין ראלע דא.


                                                                    
דא האט יצחק ראזענבערג, וואס מיר געדענקן נאך אלע די צויבערישן שפראך פון זיינע דרשות ביי די יערליכע אלעף שעמאס חינגעס, גענומען דאס ווארט, און האט מיט זיין חכמה ארויסגעברענגט אז די יעצטיגע מערכה איז מורא'דיג וויכטיג צו ברענגן א לעזונג צו דעם גרויסן קאנפליקט וואס ער האט איבער די וויליאמסבורג'ער קהלה ומוסדות, און מיטן אפשפארן די קעמפס וועט מען צווינגן די הנהלת המוסדות צו געבן אפאר בנינים אין שטאט. און אזוי ווי ער זעלבסט האט געווארענט אלף שמות תשס"ב אז מיר האבן פלענער פאר נאך 20 יאר צו טיילן צרות, זאגט ער יעצט ווייטער, אז 10 יאר איז דורך אבער ער האלט זיין הבטחה אויף די נעקסטע צען יאר ווייטער צו טיילן צרות. נאך די אמת'ע דיבורים פון יצחק האט שוין יעדער זיך איבערצייגט די פאקטן, דער קאונטי עקזעקעטיוו מיט ראביי העכט האבן זיך ביידע צוגעכאפט צו דעם אז מען וויל פשוט נוצן דער אפיס פון אלסטער קאונטי צו כאפן בנינים אין וויליאמסבורג וכן לא יעשה.


                                                                    
זעענדיג אז ס'איז צרות, האט משה אינדיג גלייך געשיקט א מעסעדש פאר שמואל ווידער, אז ראביי העכט פארט נישט אויף א גוטע ריכטונג און מ'מוז איינשפאנען חב"ד עולמי זאל לייגן דעם ריכטיגן דרוק. שמואל ווידער מיט הלל ראזענבערג האבן איינגעשפאנט אלע גרויסע פירערס צו לייגן די ריכטיגע דרוק אויף ראביי העכט אז למען כבוד ליבאוויטש מוז מען זיך אננעמען פאר ר' אהרן וואס איז זייער פריינדליך מיט זיי און שטעלט זיך ארויס פאר זיי, ומצד אחר מאכט מען א פורים רב פון ליבאוויטשער רבי. ביני לביני שיקן די ארונים ארויס א מעסעדש פאר די קעלבער אז די לויערס גייען יעצט אריבער אין קאורט צו פארלאנגן נישט צו געבן קיין פערמיט  און 2 אזייגער פונקטליך גייט מען זען א שופט.


                                                                     
דערווייל פרובירט יצחק ראזענבערג מיט א פרישן מהלך אז די קינדער האבן נישט וואו צו זיין דעם זומער ווייל זייער מוסד וואקסט מורא'דיג שנעל און זיי האבן שוין מיט 2 טויזענט קינדער מער פון פאריאר. דא האט ראביי העכט אים פארגעשלאגן א פשרה, אז ער וועט פארשאפן א קעמפ מיט צוויי טויזענט בעטן פון ליבאוויטש, אבער ער זאל נישט זיך שלאגן פאר די קעמפס פון מחנה רב טוב. יצחק ראזענבערג האט זיך זייער פארלוירן און נישט געהאט וואס צו ענפערן, האט ער געזאגט אז אויב וועלן די אנדערע מוסדות נעמען האלב פון ליבאוויטש קעמפ וועט ער אויך נעמען א האלבע. דא האט זיך שוין ווייטער ארויסגעשטעלט אז ראביי העכט דארף נישט מברר זיין די פאקטן נאר אלעס איז שוין נבתרר געווארן, זיי דארפן נישט קיין פרישע פלעצער זיי האבן גענוג פלאץ, און דער תכלית איז בלויז טעראר לשם טעראר.


                                                                          
ראביי העכט האט געפרעגט אולי געט איר זיך אונטער צו דעם פארלאנג פון די הנהלת המוסדות און איר שטעלט אייך צו דין תורה אויף אלע סאטמארע נכסים, נכלל וויליאמסבורג, בארא פארק, און קרית יואל, האט יצחק געזאגט אז אויף דעם ווילן זיי נישט איינגיין, זיי האבן שוין גענוג געלט און צייט פאברענגט אין בני ברק און בארא פארקע דיני תורות, און עס זעהט נישט אויס אזוי גוט, דעריבער וועלן זיי שוין נישט גיין צו קיין דין תורה. אויסער דעם איז קרית יואל בנשיאות זייער רבי'ן און איז נישט שייך קיין דין תורה, און בארא פארק איז דאך בנשיאות ר' בעריש מיט ר' שלום אליעזר, איז ווייטער נישט שייך קיין די"ת.


                                                                              
נאך וואס יצחק מיט אינדיג זענען געבליבן אפגעפאטשטע, האט דער פאליטישער מייסטער אהרן וועלץ גענומען דאס ווארט, און האט געטענה'ט אז אויב געט מען די פערמיט מיינט עס אז מ'האט גענומען א שטעלונג אין א רעליגיעזע מחלוקה, אבער אויב מאכט מען א פשרה וועלן ביידע צדדים צופרידנגעשטעלט ווערן. ער  האט געטענה'ט אז בארא פארק האט נישט קיין קעמפ פאר אינגלעך און מיידלעך, און אויב מ'טיילט מוציא'ס וויל ער אויך נעמען, ער האט געזאגט אז די בארא פארק'ע קעמפ - וואס ר' יענקל בערקאוויטש זאגט איז גרייט צו נעמען די קינדער פון זיין מוסד - איז נישט אויסגעהאלטן מיט זיין רעליגיע ווייל זיי גלייבן נישט אין זיין רבי, און זיי גייען נישט אנגעטוהן מיט די כשר'ע דאסטערס וואס זייער רבי האט געמאכט, אויסער דעם עסן זיי נישט די זעלבע שחיטה, דעריבער איז דאס נישט קיין אפציע פאר אים, נאר מחנה רב טוב וואלט גוט געווען פאר אים. 


                                                                                          
דער קאונטי עקזעקעטיוו מיט ראביי העכט האבן זיך איינגעשפארט מיט יעדן צד עקסטער און פארגעשלאגן פארשידענע הצעות וואס מיר ווייסן נישט גענוי. דערנאך האט דער קאונטי עקזעקעטיוו זיך געזעגענט מיט יעדן יעדער זאל אהיימפארן, שובו לכם לאהליכם, און ער וועט מאכן זיין באשלוס ביז 24 שעה.

                                                                               
יעצט האבן זיך די נארונים גענומען צו ראביי העכט. די פרעשור אויף חב"ד רבנים און שליחים איז אריבער בכל העולם כולו, ווער פון די ארונים האבן געהאט שייכות מיט א חב"ד'סקער האט מען אים איינגעשפאנט אין די עבודת הקודש, אפעלירן צו יושע העכט ער זאל צוריקדרייען זיין פארשלאג פון גיין פאראויס מיטן פערמיט פאר דוד ראזענבערג, אולי קען מען עס טוישן צו יצחק ראזענבערג אנשטאט דוד ראזענבערג, אפשר זאל מען אוועקגעבן די ליבאוויטשן קעמפ פאר די זאלונים, אבער ווי דער רבי האט געלערנט פייפן פייפט מען, זיי האבן געמיינט זיי האבן געכאפט א העכטל דערווייל האט ער זיי אריינגעווארפן א פלאקן.


                                                                             
דער גזבר הלל ראזנבערג מיט ארי ווייס כאפן זיך אריבער קיין קרוינהייטס צו דעם העכט אהיים, אבער דער טיר איז געשלאסן, זיי כאפן זיך אריין פון אן אונטער טיר דורך די דרייוועי, זיי האלטן נישט ביים גיין ביז דער ראביי סטראשעט מיט פאליציי. נעכטן נאכט באישון ליל כאפן זיך אריבער מנחם גרשון לעבאוויטש מיט שאול שמואל סטורלאווויטש, אונטערן פאלשן נאמען בערל יאקאבאוויטש, און וויינען בדמעות שליש צו ראביי העכט אז עס איז בידיו דער עתיד פון סאטמאר און פון ר' אהרן בפרט, וועלכער קוקט ארויס פערזענליך פאר די הצלחה פון די זאך און ער שלאפט שוין נישט און עסט נישט 8 וואכן. ראביי העכט זאגט אז ער דארף נישט הערן פון קיין שליחים ווייל ער האט דאך שוין גערעדט מיט די צדדים ער ווייסט שוין אלעס, און שיקט יעדן בפכי נפש, זיי פרובירן עם רעקארדירן, אבער לאזט זיך נישט אריין אין דיסקוסיעס, דערווייל שיקן זיי זייער לויער זאל שיקן א בריוו פאר די קאונטי אז דער ראביי איז איינזייטיג, און סטראשען מיט קלאגעס קעגן די קאונטי וואס קען נעמען יארן לאנג פאר די קאונטי זיך צו פארטיידיגן, אזוי ווי זיי האבן געזעהן אז דאס ארבעט נישט אפצושטעלן די פערמיט, האבן זיי געבעטן כאטשיג אפשטעלן ביז דאנערשטאג אז זיי זאלן האבן צייט צו גיין אין געריכט פאר אינזשאקשען, און אויך נישט צו שטערן די שמחה פון ר' שמעון, ביי די הדלקה מיטן ברייטן גארטעל.


                                                                                    
אינדערצווישן האבן די חכמים ארויסגעשיקט א פרעס רעליעס אז אין קרית יואל מאכט מען דעם גרעסטן פייער פון גאנץ אמעריקע, ווי גוט זיי האבן געזאגט האבן זיי אליין נישט געכאפט, זיי זענען די בעסטע מציתי אש שוין צענלדיגער יאר, און זיי לאדענען איין דעם קאונטי עקזעקעטיוו פון אלסטער קאונטי בכבודו ובעצמו צו קוקן דעם פייער, בסוד פארציילט מען פאר די קינדער אז עקזעקעטיוו היין קומט צו די הדלקה און מ'מוז זעהן אז יעדער איינער אנשים נשים וטף זאלן זיך משתתף זיין, און גיסן ח"י רוטל פון אלע משקאות און טאנצן עד לב השמים דער עיקר מ'זאל באקומען די קעמפס. דערווייל איז נהפך געווארן דער צערעמאניע מיום טוב לאבל, און איז פארוואנדלט געווארן אנשטאטס א ל"ג בעומר פייער צו א "קעמפ פייער".

 
                                                                    
אבער דער קאונטי האט זיי ביטער אויסגעשפילט, און הייינט נאכמיטאג, געציילטע שעות פארן גרעסטן פייער, האט ער ארויסגעגעבן זיין באשלוס אז די קעמפס וועלן אי"ה ווייטער געפירט ווערן בהנהלת הרה"ח ר' דוד ראזענבערג שליט"א, וועלכער איז דער שליח פונעם ראש הקהל ר' יעקב כהנא הי"ו.

 
                                                                       
יעצט הייבט זיך אן די בלעימינג געים. די חכמים זאגן אונז האמיר געוויסט אייביג אז ס'וועט גארנישט זיין, מ'האט נאר געמוזט אויסטיילן צרות, יוסי בראך שרייט אז אברהם יושע גלאנץ מיט אברהמי בראך האבן נישט קיין אויסגערעכענטע מהלך ווי ער מיט שמעון ישראל קליין האבן. די אנדערע טענה'ן אז יוסי בראך צוליב זיין קנאה און תאות נקמה אז מ'האט אים באזייטיגט פון ליגעל טיעם האט ער אנגעדרייט יושע העכט אז די ארונים פעלט גארנישט זיי ווילן בלויז טעראר. יאנקל פריינד זאגט אז מ'האט אים נישט געפאלגט מ'וואלט געדארפט גיין אין קאורט ווי ער האט א זיכערע געווינס גרייט. יענקי סופר מיט בערל מיטעלמאן און חיים שלמה פישער ענד קאמפעני שרייען אז גדלי' סעגעדין האט ארומגעפירט דעם עולם ווייל מאיר הירש וויל אז מחנה בית רחל זאל מאכן די געלטער פון קעמפ און נישט די וויליאמסבורגער קאמפעני. ווידעראמאל די גאלדבערגער, גראס, און געטער פון בארא פארק גרופע טענה'ן אז אהרן וועלץ האט בכונה נישט געוואלט דעליווערן דעם קעמפ, ווייל ער גלויבט זייער שטארק אין סטאטוס קווא טענה ווייל אזוי איז ער געבליבן ביים רידער. די יונגערע היץ קעפ פון וויליאמסבורג ווי בראווער מיט זילו סופר שרייען אז מיטן שיקן דעם לוזער און אויסגעוועפטן יצחק ראזענבערג האט מען אלעס געהרג'ט ווייל ווען ער עפענט זיך זיין טפשות פה פארשטייט אפילו א חרש שוטה וקטן אז די ארונים זענען נישט גערעכט. אברהמי רובין ענד קאמפעני זאגט אז  נפתלי משה אינדיג איז גארנישט ווערד, און דער קליינער ישעי' יצחק'ל איז סאך קלוגער און געלונגענער און מער מחוצף ער וואלט סאך בעסער דעליווערט. אבער ר' אהרן אליין זאגט אז מ'האט נישט געטארט גיין צו די אסיפה ווייל ראביי העכט רעדט אויף לשון העמים די ענגלישע שפראך, און דאס איז קעגן אונזער מסורה וואס די רבנים תלמידי חת"ס און די זיידעס ייטב לב קדושת יו"ט האבן גע'אסרט פאר א רב צו רעדן אויף די גוישע שפראך, דעריבער וואלט מען זיך נישט געטארט באטייליגן אדער וואלט מען געדארפט רופן דעם נייעם מיליטערישן טשאפלעין, חיים הערשעלע, וועלכער איז א נאה דורש בלשון העמים און מיט זיינע עמאציאנעלע פראזן וואס ער האט פארציילט ביי די יום השואה צערמאניע פאר די מיליטערלייט וואלט ער ווען זיכער בארירט די געפילן פון די קאונטי פירער, און שמואל ווידער זאגט אז מ'טאר נישט לאזן פאלן, נאר מ'מוז ווייטער ברעינוואשן די קעלבערישע מוחות אז מ'האט געווינען, ווייל דער עולם גלייבט עניוועיס אלעס וואס דער בלאט שרייבט.  


                                                               
כלל ישראל האט אפגעאטעמט מיט פרייד הערענדיג די גוטע בשורה, און געבן אפ שבח והודאה פארן בוכ"ע אז עס איז מקוים געווארן דער לא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים, און האפן אז זיי וועלן זיך צוריקקערן פון דעם שלעכטן וועג און אויפהערן מיט דעם שרעקליכן חילול שם שמים און מאכן די "גרעסטע פייערס".

                        




תוקן על ידי באלאנד ב- 10/05/2012 06:49:43




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2012 04:54 לינק ישיר 

ווער איז געגאנגען צו די שופט'ס בעקיאַרד נאכ'ן ארויסטראסקענען די טי.אר.או. רעקוועסט?
ווער איז יעצט געווען די חברה-מאַן...?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-15/5/2012 21:19 לינק ישיר 

לעצטע ווארענונג: א ניק וואס וועט פארדרייען א אשכול וועט נחסם ווערן אן קיין שום מעלדונג בעפאר!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/5/2012 20:12 לינק ישיר 

אז הרב הגאון ר' דוד ראזענבערג איז אריין אין געריכט און איבערגעשריבן מיליאנען דאלער ווערד נכסים און האט פארלאנגט פון קאורט עס איבערצושרייבן פאר זיך.

מיינט עס נישט אז ער האט אינוואלווד די קעמפס אין קאורט?
איך האב געזאלט לויפן צו ר' מנשה'ן היתכן ער בא'גנב'ט מיך?

ביטע טראכט אריין וואס איך פרעג דיך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 19:45 לינק ישיר 

לייקענט וואס שעפעלע? איך בין דאך נישט מחויב נאכצוטאנצן דיינע ספינס און זאגן אז ר' דוד ראזענבערג איז אריין אין געריכט קעגן די אהרונים, בשעת ווען ס'נישטא קיין שום צעטיל דערויף, ווידעראום א קלאגע אין געריכט פון בערל פריעדמאן קעגן מחנה רב טוב איז יא דא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 19:37 לינק ישיר 

געלעכטער
פאר עפעס א סיבה לייקענסטו מער נישט אז ר' דוד ראזענבערג האט געמאכט א גניבה אין קאורט און איז דורכגעפאלן.

ניין. ער האט מיך נישט גערופן אין קאורט, ער האט אבער אוועקגעכאפט מיין זאך דורך די קאורט.
פארוואס טאר איך נישט יעצט זאגן פאר די זעלבע קאורט, העי הרה"ג ר' דוד איז א גנב !



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 19:23 לינק ישיר 

באמבע! לאנצו"ט יעצט אויפגעטראפן: ר' דוד ראזענבערג אריין אין געריכט קעגן די אהרונים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 19:06 לינק ישיר 

הרב הגאון ר' דוד ראזענבערג וויל דאך איבערשרייבן די קעמפס, צו זיין קאנטראלירטע אקאונט.
הרב הגאון ר' דוד ראזענערג איז דאך געגאנגען אין קאורט, און געמאכט א גניבה. נאר ער איז דורכגעפאלן.

וואס פונקטליך פארלאנגטסטו, מיר זאלן יעצט גיין צו דין תורה, ווען ער איז געלאפן אין קאורט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 19:04 לינק ישיר 

וואו קומט דא אריין דין תורה? האבן די אהרונים געשיקט א הזמנה לדין פאר זיי זענען געגאנגן אין געריכט וועגן די קעמפ'ס, צי האבן זיי א היתר בי"ד דערפאר?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 19:02 לינק ישיר 

געלעכטער.
איך האב דאך געשריבן ציניש, צו דיין "אני מאמין" וואס באשטייט: איך גלייב אז מ'דארף נישט גיין צו דין תורה.

איך ווייס דען נישט אז ווען א איד גנב'ט א מיליאן דאלאר, קען ער נישט זאגן ס'איז מיר באשערט...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 19:00 לינק ישיר 

און יעצט האט די השגחה עליונה געפירט אז די אהרונים זאלן פארלירן די קעמפס, צי דאס האט שוין וויטא לאפעז געפירט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 17:33 לינק ישיר 

קאקאש_קעיק כתב:
א קידוש השם געווען צו טרעפן שבת א אהרוני ,זיי האבן צוזאמגעשאלטן זייערע פירער מיט די ארגסטע קללות.


בערך ווי די זאליס האבן געשאלטן זייערע פירער ווען זיי האבן פארלוירן דעם בית המדרש החדש און דעם בית החיים.
מענטשן זענען מענטשן און מ'פארנעמט נישט קיין דורכפאל.

פארוואס. ווייל ליידער נעמט קיינער נישט אן די זאך מיט א תורה'דיגן בליק:
אז די השגחה עליונה האט געפירט אז אז די זאליס זאלן פארלירן דעם בית החיים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2012 09:43 לינק ישיר 

די וואך האט א איד געפרעגט היתכן מ'מאכט הדלקה ל"ג בעומר אין קרית יואל, אדמו"ר מהר"א האט בשנים קדמוניות זייער שארף פארדאמט די פייערס ל"ג בעומר אז דאס הוללות, אז דער איד געענפערט אז עס איז געווען א קעמפ פייער נישט קיין ל"ג בעומר הדלקה,
א ביטער געלעכטער,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/5/2012 10:28 לינק ישיר 

א קידוש השם געווען צו טרעפן שבת א אהרוני ,זיי האבן צוזאמגעשאלטן זייערע פירער מיט די ארגסטע קללות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/5/2012 03:36 לינק ישיר 

אין אנדערע נייעס דרייען זיך שוין די אהרונים ווידעראמאל ארום מיט געהויבענע קעפ. די קעלבער שאלן שוין פאר פרייד. אינדיג מיט הלל ראזענבערג דרייען זיך צוריק מיט א שמייכל כאילו זיי ווייסן עפעס א סוד וואס די קעלבער ווייסן נישט. וואס איז די גרויסע שמחה, מ'האט דאך הערשט נעכטן פארלוירן די קעמפס וואס מ'האט געהאט כתוב וחתום פארזיכערט אז מינומים איינס באקומט מען? אה, אמת טאקע אז נעכטן האט מען פארלוירן, אבער היינט מען געווינען, ווייל מ'גייט אין קאורט... ‎​
 
איר לאכט, אבער דאס איז דאס מציאות ביי די אהרונישע קעלבער. אז מ'גייט אין קאורט האט מען געווינען, און מ'קען שוין ווידעראמאל זינגן: דאס איז דער עונש פארן נישט קומען צו דין תורה...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/5/2012 03:29 לינק ישיר 

דער נעווען קריכער לאנצוהט האט שוין ווייטער ווי זיין שטייגער פארדרייעט אן אשכול ביטע זיך האלטן צום טעמע פין די קעמפס

דא קען מען הערן א זוהן פוןן הרב יהושיע העכט רעדט צו זאב ברענער איבער די שרעקליכע טעראר וואס  די ארונים האבן געלייגט אויף זיין טאטן אין אויף די קאונטי עקזעקעטיוו
http://www.vosizneias.com/106102/2012/05/10/new-york-rabbi-chanoch-hecht-no-bribes-or-pressure-from-my-father-in-satmar-camp-dispute-audio



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > מאחורי הפרגוד: כראנאלאגישער באריכט פון די "קעמפס" פרשה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext