|
|
| נשלח ב-17/5/2012 18:58 |
|
| |
אה.
דער "המודיע" האט פאלשער הייט אריינגעלייגט זיין אונטערשריפט, און ער האט עס נישט געלייקענט ביז היינט.
אה. דיין רבי האט א פראבלעם פון מבזה זיין א צוויטן?
וועמען בלאפסטו.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2012 19:02 |
|
| |
דאס איז נישט די ערשטע און די לעצטע קול קורא וואס איז פאלש. אלע קול קורא'ס ווערן געמאכט דורך אקטיוויטסן (עסקנים), וועלכע פאטשקען מיט חתימות לויט זייער פאליטיק. והדברים ידועים.
רבי מיכל זילבער איז א גאון עולם, א תלמיד חכם וירא שמים, און אז מ'האט אים גערופן, האט סאטמארער רבי שליט"א אנגענומען וואס ער זאגט אז ער האט נישט אונטערגעשריבן, און אז ער גייט נישט צו די בחירות הטמאות און האט געזאגט אז ער הייסט מ'זאל נישט צוריקציען.
דאס הייסט א גדול בישראל. קנאות איז טאקע זייער וויכטיג, אבער פארשעמען א תלמיד חכם, חלילה.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2012 19:29 |
|
| |
ר' מעכיעל האט קיינמאל נישט געזאגט אז ער האט נישט אונטערגעשריבן
אינעם טעיפ פון דיי רבי הערט מען ווי ער זאגט אז חיים שלמה פישער זאגט אז ר' מעכיל האט נישט אונטערגעשריבן, און ער זאגט דארט נאמן עלי אויף חיים שלמה.
און די גאונות פון ר' מכיל קומט נישט דא ארייןם
הרב אלישיב איז א גרסערער גאון פון עם
|
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2012 19:39 |
|
| |
ליגענט, דער רבי האט קלאר געזאגט "נאמנים עלי דברי" אויף ר' מיכל'ס הכחשה, טויזנט פראצענט
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2012 19:39 |
|
| |
| יוסף90 כתב: |  | ר' מעכיעל האט קיינמאל נישט געזאגט אז ער האט נישט אונטערגעשריבן
-יוסף90. שקר מדבר.
אינעם טעיפ פון דיי רבי הערט מען ווי ער זאגט אז חיים שלמה פישער זאגט אז ר' מעכיל האט נישט אונטערגעשריבן, און ער זאגט דארט נאמן עלי אויף חיים שלמה.
-יוסף90. שקר מדבר.
און די גאונות פון ר' מכיל קומט נישט דא ארייןם
עס קומט זיכער יא אריין.
הרב אלישיב איז א גרסערער גאון פון עם
ווער פארהערט דא גאונים? מ'האט מכבד געווען א תלמיד חכם, און מ'וויל אים נישט מבזה זיין, ווען ער האט נישט גע'חתמ'ט.
|
|
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2012 19:55 |
|
| |
וואס די ווילסט נישט וויסן איז שקר
עס איז דא א טעיפ, ווי ר' אהרן זאגן, אויב ער גייט צו בחירות איז עס א פראבלעם, אבער נאמן עלי חיים שלמה אז ער האט מברר געווען אז ר' מעכיל גייט נישט
די טעיפ האב איךך געהערט, אין יעצט זאגסטומיר שקר?
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2012 20:04 |
|
| |
| יוסף90 כתב: |  | וואס די ווילסט נישט וויסן איז שקר
עס איז דא א טעיפ, ווי ר' אהרן זאגן, אויב ער גייט צו בחירות איז עס א פראבלעם, אבער נאמן עלי חיים שלמה אז ער האט מברר געווען אז ר' מעכיל גייט נישט
יוסף90. מאך נישט פון דיר דאס גענער.
ער זאגט "נאמן עלי דבריו" פון רבי מיכל זילבער".
די טעיפ האב איךך געהערט, אין יעצט זאגסטומיר שקר?
קומסט מיר פאר ווי יענער וואס זאגט: איך האב א פסוק אז מ'דארף דינען עבודה זרה (!)
ער זאגט אז ער האט געהייסן חיים שלמה מברר זיין, און חיים שלמה האט געפרעגט רבי מיכל האט געזאגט אז נישט.
|
|
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2012 20:08 |
|
| |
ער זאגט נישט נאמן עלי דבריו פון ר' מעכיל זילבער, ער איטבער די טעיפ
ווי קומט אריין ע"סז, מ'הערט קלאר ווי ר' אהרן זאגט, נאמן עלי דברי אויף חיים שלמה פישער
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2012 20:11 |
|
| |
שוין נאך אן ארגומענט. ער זאגט עס אויף רבי מיכל זילבער. ער האט געהייסן חיים שלמה זיך אינטרעסירן און חיים שלמה האט מברר געווען פון רבי מיכל, און ער גלייבט רבי מיכל.
דאס איז נישט קיין קצות.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2012 20:11 |
|
| |
יוסף מאכסטעך יעצט סתם נאריש, מספיק
|
|
|
|
|