ברעקינג! אדמו"ר סאטמאר מהר"יי שליט"א: "זכי' להשתתף בכינוס כללי"
ברעקינג! אדמו"ר סאטמאר מהר"יי שליט"א: "זכי' להשתתף בכינוס כללי"
במעמד אלפי אלפים ביים גרויסן ל"ג בעומר סעודה בבהמ"ג הגדול האט די סאטמאר רבי מהר"יי שליט"א שטארק ארויסגעברענגט אז "סאטמאר רבי זי"ע דער מייסד קהלת סאטמאר, שרייבט אין א בריוו אז ער האט מייסד געווען א קהלה סאטמאר אין אמעריקע וואס זאל אויסזעהן פינקט ווי אין סאטמאר אינדערהיים און ווי מאה שערים מובדל ווי די אמעריקאנע גאס.
יעצט ווי פיל יודן קענען זאגן זאגן אז זיי זענען מובדל ומפרש פון די אמעריקאנע גאס אזוי ווי די רבי האט געוואלט? זענען מיר אינגאנצן מבדיל בין קודש - לחול? זענען מיר אינגאנצן מבדיל בין קדושה - לטומאה? "לדעתי, לדעתי, איז א געוואלדיגע זכי' זיך צו משתתף זיין אין אזא כינוס לשם שמים!
און מיר דארפן גאר שטארק טוען צו די ענין, וואס זאל דינען ווי א תשובת המשקל אז אין עבר האט מען נאך קיינמאל אויפגעטיען אויף א גאנצע פארנעם! הגם עס איז אייביג געווען עסקנים, וואס האבן פראבירט א סך מאל, איז אבער לא עלתה בידם צו מעמיד זיין הדת על תילה."
נשלח ב-20/5/2012 23:19
וויאזוי האט נאר רבינו הקדוש געזאגט לשיטתו: לדעתי לדעתי איז א זכי' צון גיין צום כותל היפאקריטע צו זעהן ווי מניצט יעצט דעם רבין ז"ל אויף התבוללת אויך און משעהמט זיך נישט אנצולייגן אין רבין אז דער רבי וואלט זיך צוזאמענגעשטעלט אין דער צייט וואס דער ויואל משה און אפילו דברי יואל איז פול מיט דעם מהלך פון גיין עקסטער נאכמאל קיין גרעסערע נצחון אין די זאליס מתנגדי סאטמאר (כלומרש נאר צוליב מאיז נישט גענוג קנאי) האב איך נישט ווי דעם לדעתי דרשה
נשלח ב-20/5/2012 23:14
נעמט אייך אריין אין קאפ אריין אז אויב נישט די פייערדיגע ווערטער לדעתי לדעתי וואלט די גאנצע כינוס געווען קאפוט כלל ישראל איז דאנקבאר פארן לדעתי לדעתי פארן ראטעווען אונזערע דורות אסאך זענען שוין מציע אז דאס זאל זיין א יערליכע יום הצלת הדורות ווי יאר איין יאר אויס וועט מען זיך צוזאמען נעמען אינעם סיטי פיעלד ובשאר הסטאדיום'ס הסמוכות אויסצושרייען ה' הוא האלקים אלעס צו פארדאנקען דעם לדעתי לדעתי
די וואך איז שאפראנער רב שליט"א ארויס געקומען מיטן דעת תורה פינעם רבי'ן ז"ל איבערן כינוס כללי
ווי ער קומט ארויס שארף אז א סאטמאר'ער יוד טאר נישט אהן גיין
מען קען עס הערן אויף די נאמבער
718-362-8800 מען זאל דריקן 3-4-3
נשלח ב-13/5/2012 11:28
גור, בעלזא, צאנז קלויזענבורג, וויזניץ, די אלע זענען נישט די אגודה, מיט זיי מעג מען זיך מתחבר זיין, אבער פון דעם שרעקליכן ציוני דער סקולענער רבי שליט"א פון אים דארף מען זיך מרחק זיין
די וואך שבת האט ר' מנשה פילעפף גערעדט צי יונגעלייט אז מהרז"ל האט פאראטן סאטמאר איז פארטאן דעם רבי'ן ז"ל
ר' מנשה האט געזאגט אז בשעת'ן גרינדען די אגודה זענען די גרינדערס געווען רבנים קדושים וגאונים אסאך מער ווי די יעצט'דיגע רבנים וואס פארריפן עס אין די זעלבע די גרינדערס פין דף היומי ווי הרב הגאון ר' מאיר שפירא ז"ל וואס האט גע'שמ'ט אלץ גאון וצדיק
נאר מיט דעם אלעם האט די ערליכע יודען גע'שמעק'ט אז מען מיז זיך דערפין אפטיילן
ווייל זיי האבן געזעהן צי וואס די אגודה גייט צי קומען
ר' מנשה האט געזאגט פאר די יונגעלייט אז טאמיר גייט מען צים כיונס מיט יודען וואס 90 פראצענט פין זיי האלטן פין די מדינה
אין 90 פראצענט האלטן אז מדינה איז א ישועה געווען פאר כלל ישראל וואס האט דעמאלס די רבי ז"ל אויף געטיען
ס'איז שוין גארנישט אז נאך דעם גייט מען צים סיום הש"ס אז טאמיר פאר די אינטערנעט דארף מען צאם ברענגען כלל ישראל
פארוואס זאל מען פאר לימוד התורה נישט צאם ברענגגן כלל ישראל ?
דעס גייען מען יעצט מיט גאנץ כלל ישראל איז גארנישט אנדערש ווי אגודה תרפ"ט אין אז טאמיר מען איז אלעס יעצט מתיר איז די גאנצע עבודה פין אינזער הייליגע רבי'ס רח"ל געגאנגען לריק ולהבל
אין נישט פארגעסן ר' זלמן לייב'ס יעצט גיין איז ריין פאליטיק ווייל זיין ברידער גייט נישט גייט ער יא
אין טאמיר די רבי וואלט יא געגגאנגען וואלט ר' זלמן לייב געווען פייער דערקעגן אין ס'וואלט העצערישע ארטיקלען אין דער איד דערקעגן
ראו מה לבני לבן חמו אזוי קוקט מען אויס ווען מען החלטות לשם פאליטיק אין פארקערט פין יענעם אז מען קען צי קומען צי זאגן וואס די רבי ז"ל וואלט געווען פייער דערקעגן
--------------------------
שלמה יאנקל געלבמאן זאגט אז ר' אהרן וועלץ פארשטייט שוין בעסער די שיטה בעסער ווי ר' זלמן לייב
ר' אהרן וועלץ שיקט קיינמאל נישט די קינדער זאגן תהילים אין בארא פארק פאר פורים מיט אלע אנדערע ת"ת'ס
ווייל סאטמאר מישט זיך נישט אין א יעדער פארשטייט עס אז סאטמאר איז עקסטער
ר' ללמן לייב פארשטייט עס נישט אין אלעס פאר אביסל פאליטיק צי ווייזן ברידער
נשלח ב-11/5/2012 09:40
א געוואלדיגע טיעם פון לוחמים קעגן התבדלות מרשעים איז געשאפן געווארן.
"להחזיר עטרה ליושנה"
נשלח ב-11/5/2012 09:37
געלעכטער'ל, ביי אונז רופט מען דאס:
למכה מצרים בבכוריהם.
(אגב, א עצה טובה: בעפאר דו שרייבסט אז רבי אהרן איז 'לוחם' קעגן דעם כינוס, רוף אים אן און מאך זיכער אז דו ווייסט וואס דו רעדסט).
נשלח ב-11/5/2012 09:26
א געוואלדיגע טיעם פון לוחמים קעגן דעם כינוס איז געשאפן געווארן. ר' אהרן טייטלבוים מיט ר' משה יעקב שמשון טייטלבוים...