הגז"ל ט"ב'ס פליפ פלאפ'ס איבער'ן כינוס כלל ישראל
עס איז געשמאק צו זעהן וויאזוי עס ארבעט דער סיסטעם וויאזוי עס קומט ארויס א "דעת תורה" ביי די זאלונים.
ווען עס האט זיך אנגעהויבן שמועות אז רבינו שליט"א האלט אז דער געדאנק פון א כינוס כלל ישראל איז נישט געמאכט פאר סאטמאר, האט זיך אנגעהויבן פאליטישע רייבערייען צווישן די זאלונישע עסקנים ורבנים וויאזוי זיי זאלן זיך ארויסשטעלן.
זייער הויפט פראבלעם ביי אזא נושא איז די סתירה פון 2 וואגאנען אויף וואס די פארטיי פרובירט צו פארן: 1) אז זיי זענען די "רעכטע" און רבי אהרן איז א לינקער. 2) זיי זענען מענטשליך צו די גאס, נועם המידות סטייל.
יארן לאנג וואס מען האט מיר איינגערעדט אז ביי די זאלונים איז דא א "דעת תורה" פון א "הנהגה רוחני" פון די הייליגע חברי הביד"ץ, וואס דאס האט געברויכט זעטיגן זייער בני יואל'ישער ציבור וועלכע האט זיך קיינמאל נישט געוואלט אונטערווארפן אונטער א הנהגה פון א מנהיג, אבער דא איז "א בי"ד", אזוי ווי הגרז"ל פילעפף האט געזאגט ביי די אסיפת הכתרת עם הארץ ווען דער רבי ז"ל דער ברך משה איז נסתלק געווארן, אז הגז"ל גייט זיין אזוי ווי א לבנה מיט די שטערנס, ער וועט פירן די קהילה אינאיינעם מיט די הייליגע דיינים, וואס איינער פון זיי טראגט שוין טאקע דעם טיטל 'כ"ק'.
דא האט זיך אבער ארויסגעשטעלט א אינטערסאנטע בילד.
די חברי הבג"ץ זענען געזיצן טעג און וואכן, יעדן טאג האבן די עסקנים פונעם כינוס ווידעראמאל געוויסט אז "היינט נאכט" קריגן זיי א תשובה צו מען גייט צו נישט. אבער, יעדע אסיפה איז געבליבן אז עס גייט זיין נאך א אסיפה.
וואס גייט דא פאר? די הויעכגעשעצטע דיינים וועלכע זענען דן אזעלכע גרויסע טיפע סוגיות און ענינים ווי 'קשר בוגדים' וכדו' ווערן אזוי פארלוירן פון א סאטמארע השקפה שאלה?! זיי זענען דאך די אמת'ע ממשיכי דרך פונעם הייליגן רעבעזיכרוינעליבראכע! קען מען נישט עומד זיין על דעת צדיק?!.. מען זיצט און זיצט און זיצט, און מען איז מחליט ווייטער צו זיצן...
עכ"פ, ויהי היום, און עס ווערט באקאנט אז די גרעסטע גדולי ישראל האבן זיך אפגעשמועסט אויף איין נאכט און זיך אינאיינעם ארויסגעלאזט קיין קרית יואל צום סאטמארן רבין שליט"א, אויסצושמועסן זיין מיינונג בנוגע דעם כינוס, און זעהן צו עס זענען פארהאן געוויסע פרטים אין וואס דאס איז אנגעוואנדן און צו מען דארף עפעס טוישן אז ער זאל יא שיקן זיין עולם.
למעשה האט דער סאטמארער רבי שליט"א מסביר געווען אין א לאנגע שמועס זיין שטעלונג אז אזא זאך מיינט נישט סאטמאר, און ער אלס מנהיג וואס איז פאראנטווארטליך פאר זיין ציבור שפורט ער נישט אז ער מעג הייסן זיין ציבור גיין.
דא האט שוין די קאמפאני פון 550 בעדפארד אנגעהויבן שפורן דרוק אז מען מוז זעהן אז די רבנים זאלן קומען צו אים אויך. די רבנים האבן גערן מסכים געווען, ווייל למעשה זוכן זיי שטיצע פון סיי וועמען, און אויב זאגט מען אז א וויזיט ביי אים וועט מאכן די זאך פאר יענע פארטיי, שטרענגט מען זיך אן. טאקע נישט אזא גרויסע אראנדשירונג צוזאמענצוברענגען אלע אויפאיינמאל, אבער מען איז גרייט אריבערצוקומען פאר אפאר מינוט אפגעבן א "וויזיט".
די ליצנות דארף מען נישט מסביר זיין, ווען מען סקעדשולט א "וויזיט" (פון 10 מינוט) פאר סקולענער רבי און וויענער רב אויף 5 אזייגער, און אינדערצווישן גייט מען זיצן מיט די דיינים ("ישיבת בי"ד"...), און אויף 11 אזייגער סקעדשועלט מען הרב סאלאמאן. איז אפשר קען מיר איינער מסביר זיין, וויאזוי גייט עס צי. 5 אזייגער נעמט מען אויף די בקשה פון סקולענער בי, און דערנאך איז וואס? מען גייט איבערשמועסן מיט די דיינים וואס דער סקולענער רבי זאגט און מען גייט דן זיין צו ער זאגט אמת? און אויב יא? וועט מען שפעטער ווארטן אויף 11 אזייגער צו הערן וואס די ליטווישע זאגן? און נאכדעם? וועט מען באשליסן לויט?. נו שוין, צו פיל געטראכט...
עניוועי, דער עיקר ווארט איז, אז עס איז שוין געווען דרוק אז היינט מוז מען שוין ארויסקומען מיט עפעס א החלטה.
זעצט מען זיך ווידער צוזאם. פון איין זייט שטייט אבער יצחק שטערן און שרייט אז מיר מוזן זיך צושטעלן צו די זאך און דאס וועט אונז גרויס מאכן, עס וועט ברענגען כבוד, פון די צווייטע זייט שרייט מנשה פילעפף אז מען קען נישט לאזן רבי אהרן זיין דער 'רעכטער' און די זאלונים זאלן ווערן די לינקע.
למעשה קומט אן טעקסט פון די זאלונישע טוויטער-הויפטקווארטיר, אז עס איז געווען א ישיבת בי"ד איבער די "כינוס קעגן טעכנעלאגיע", און צום סוף האט די רבי מחליט געווען צו "סופארטן" די כינוס קעגן טעכנעלאגיע.
א רגע, אזוי ארבעט א ישיבת בי"ד? אז די רבי איז מחליט? גוט, ווייל ביז היינט האט מען אנדערשט פארקויפט. גוט צו וויסן. סוי האט מען מחליט געווען אז וואס? ערשטנס אז מען גייט עס נישט רופן כינוס כלל ישראל... מען גייט זיך אריינשטעקן די אויגן און זאמד, און פראקלאמירן אז עס הייסט "כינוס קעגן טעכנאלאגיע". געוואלדיג. אבער וואס טוט זיך למעשה מיט די כינוס קעגן טעכנעלאגיע, מען גייט? מען גייט נישט?
יענע פאר טעג, וועלכע זאלי איך האב נאר אפגעשטעלט מיט די פראגע: "וואס איז געבליבן, מען גייט אדער נישט"? האב איך נישט געפינען "איינעם" וואס האט זיך נישט צוקעקעצט. אלע שמועסן זענען געגאנגען בערך אזוי:
פייוו_בארא: נו יענקי, ענקער רבי הייסט גיין?
יענקי: אםם יא די רבי גייט עס מחזק זיין.
פייוו_בארא: וואס הייסט מחזק זיין?
יענקי: אה, אםם ווייל עכט א סאטמארע בי"ד קען נישט הייסן גיין, סוי גייען זיי נישט שרייבן מען זאל גיין.
פייוו_בארא: אה, נישט גיין, סוי וואס יא?
יענקי: אםם, כמיין.. סתם, מחזק זיין.. דארפסט פארשטיין, מען מוז מחזק זיין סקולענער רבי...
פייוו_בארא: יא, אבער סקולענער רבי וויל דאך מען זאל גיין, ניין?
יענקי: אםם, יא גערעכט, איך מיין טאקע אז מען גייט גיין, נאר עס גייט נישט שטיין בפירוש מען זאל גיין.
פייוו_בארא: אהא, סוי סאטמארע אידן באלאנגען עכט יא דארט?
יענקי: אםם, כמיין אז די דיינים האלטן אז נישט, אבער דאך, די רבי וויל מחזק זיין..
פייוו_בארא: מחזק זיין וואס?
יענקי: מחזק זיין די וואס פירן עס.
פייוו_בארא: אהא, סוי ענקער עולם גייט למעשה וויסן אז די רבי האלט מען זאל נישט גיין?
יענקי: אםם כמיין אז יא, אבער... ווייסט.. עכט בינעך נישט זיכער..
עד כאן בקיצור...
נו, איך האב געקלערט אז ווי נישט ווי וועט דאך נישט קענען אנהאלטן אזא צומישעניש, אפשר וועט נאך ארויסקומען א אגרות שניות מיט א פירוש עברי טייטש וואס וועט יא גיבן צו פארשטיין: יא אדער נישט. א שטייגער ווי אלע אנדערע רבי'ס וועלכע זענען דערפאר, און קומען ארויס אן קיין פחד און אן קיין קונצן, און רופן אויס מען זאל גיין.
היינט ל"ג בעומר, האט הגז"ל אויסגערופן אז... איך ווייס אויך נישט וואס!
ער האט געזאגט עפעס אזוי: איך מיין אז ווער עס גייט האט א גרויסע זכי'.
ווידער האט ער געשפילט פאליטיק און געזאגט ווערטער אז קיינער זאל נישט קענען האבן קיין טענות. מנשה פילעפף מוז זיין צופרידן ווייל ער האט נישט געזאגט אז זיין עולם דארף גיין אזוי ווי די אנדערע רבי'ס זאגן קלאר, און יצחק שטערן וועט אויך זיין העפי ווייל משה פר"מ וועט קענען מאכן א העדליין אז ער זאגט אז ס'איז א זכי' צו גיין.
ווער עס קען מסביר זיין וואס הגז"ל זאגט, יא גיין אדער נישט גיין, באקומט א אומזינסטע טיקעט צו א פראטעסט, סיי וועלכע טאג אין יאר.
תוקן על ידי FiveBoro ב- 11/05/2012 07:26:53
 |
|
|