וואס האט דער רבי ז"ל געהאלטן בנוגע דעם כינוס?
ס'טוט זיך הימל און ערד מיט א כינוס, דער סקולענער רבי שליט"א מיט הג"ר מתתי' סאלאמאן שליט"א רופן כלל ישראל זיך משתתף צו זיין צו א כינוס קעגן טעכנעלאגיע, אשרי להם ואשרי חלקם אז זיי וועלן האבן די זכי' עפעס אויפצוטון אין דעם פעלד, אפצוהיטן אידן פון עבירות שנפשו של אדם מחמדתן.
פאר תלמידי וחסידי סאטמאר איז שוין באקאנט אז כ"ק מרן אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א האלט זיך אפ פון מחייב זיין צו שיקן זיין ציבור צום כינוס - על אף וואס ער האלט אז דער כינוס איז א דבר גדול מאד - צוליב דער צורה ווי אזוי דער כינוס איז געווארן אויסגעפארעמט בכל פרטי' שאין כאן מקומם לחזור ולשנן והדברים ידועים לכל.
ביי די אסיפה בבית רבינו שליט"א נאכן דורכשמועסן רוב פון די סיבות פארוואס מען קען נישט אהין שיקן דעם סאטמארן ציבור, מען האט אויסגעשמועסט צו די תקנות פון ענגליש מיינט אויך נישט אין א ביהמ"ד, און צו אין אזא שעת חירום וואלט מען אויך נישט מתיר געווען, ווען ס'איז געקומען צום הויכפונקט האט איינער פון די רבנים געזאגט, למעשה ברענט א פייער, האט רבינו שליט"א געאנטווארט אויף דעם, איך ווייס ס'ברענט א פייער, און טאקע דערפאר האב איך מיך צוריקגעהאלטן פון רעדן צו סיי וועלכן רב דערוועגן, און דער רבי האט אויסגערעכנט א רייע רבנים מיט וועם ער איז נאנט אלס משפחה צו אלס ידידות, רבנים יוצאי אונגארן, אדער אייניקלעך פון דברי חיים (וואס האט שארף געשריבן בנוגע ענגליש), זאגנדיג, איך וואלט אפשר געקענט אנרופן די רבנים און פרעגן היתכן עטץ שרייבטס אונטער אזא זאך?, עטץ גייט ענק משתתף זיין ביי אזא כינוס?, איך האב עס נישט געטון ווייל איך ווייס דעם חומר הענין והמצב, למעשה אבער וואס איז נוגע פאר מיר, איך בין אין סאטמאר, און איך דארף טראכטן וואס וואלט דער רבי ז"ל געטון אזא צייט, לדעתי וואלט ער נישט געשיקט דעם ציבור. דער פעטער ז"ל האט געזאגט, וועגן דעם רב הכולל ר' יעקב יוסף וואס איז געווען אין אמעריקא, זיין פראבלעם איז געווען ער האט געוואלט מתקן זיין גאנץ אמעריקא, איך וויל מתקן זיין מיינע ד' אמות.
תמצית היוצא, וויפיל דער שרייבער פון די שורות האט פארשטאנען, אז עם כל הטעמים וואס איז דא זיך מונע צו זיין צו גיין צום כינוס, האט דער רבי שטארק שוקל געווען דעם חומר הענין, און אלע זאכן וואלט ער אפשר געלייגט אין די זייט, ביז ער איז געקומען צו דעם פונקט וואס וואלט דער רבי ז"ל געטון אזא צייט, און דאס האט אים אפגעשטעלט.
איז אינטערעסאנט אריינצוקוקן די וואך אין דברי יואל דף רמג, ווי דער רבי זאגט מורא'דיגע ווערטער וואס ווארפט א שטיקל ליכט וואס וואלט געווען דעת קדשו בנוגע דעם כינוס.
וגם זה מונח באזהרת הכתוב אמור אל הכהנים בני אהרן, הם מנהיגי ישראל שעליהם מוטלת הנהגת העם, להנחותם במעגלי יושר ולהורותם דרכי ה׳, וגלל כן עלולים הם מאד להכשל בפיתויי היצר באופנים שונים ובסיבות שונות, בטענה זו כי כוונתם לשמים למשוך לב העם לעבודת השי״ת, ולכן הם זקוקים להתקרב אליהם ולהתערב עם שונים, שע״י כן יעלה בידם להטות לבם לטוב, לזאת הזהיר הכתוב כי לא יאבו לו ולא ישמעו אליו לטמאות עצמם בעבור כן. וז"ש לנפש לא יטמא בעמיו, אלא יחזיקו במעוזם לבלי נטות ימין ושמאל מדרך התורה. אכן הנה מאד גברו תחבולות היצה״ר ודרכי הסתתו באופנים שונים ומשונים זה מזה למאוד ולאלפים עצמו מספר, וכל בני אדם גם בני איש מרגישים בעצמם כל אחד לפי בחינתו כמה גדולים הם כוחות היצה״ר, כי הוא נטפל לכל אדם בכל זמן בבחינה חדשה, וכאשר אמרו ז״ל (קידושין ל׳ ע"ב) יצרו של אדם מתחדש עליו בכל יום וכו׳ מתגבר עליו בכל יום, פירוש שבכל יום הוא בא בפיתוי חדש בבחינה חדשה שלא הסיתו בה אתמול, וכאשר האדם מתגבר עליו בעזר הקב״ה הריהו בא פעם נוספת בפתוי חלש אשר לא שערום אבותיכם. וכאשר פירש האה״ח הקדוש בפרשת ראה עה״פ כי יסיתך אחיך וגו׳ נלכה ונעבדה אלהים אחרים אשר לא ידעת אתה ואבותיך דלכאורה מאי נפק״מ בזה מה שלא ידעת אתה ואבותיך מע״ז זו, וביאר דהנה ישראל נתחייבו במעמד הר סיני שלא לעבוד ע״ז, ולפיכך בא היצה״ר לפתות האדם כי אין עליו החיוב אלא דוקא בע״ז שידע וקבל שלא לעבדה, אבל עבודה זרה אלהים שלא היתה בעולם אין עליו טענת שקיבל ע״ע שלא לעבוד ע״ז, כי לא עלתה ע״ז זו על דעתו כשקיבל, והוא אומרו אשר לא ידעת אתה, ולא רק אתה בלבד אלא אף אבותיך כשקבלו עליהם איסור ע״ז לא ידעו זאת וכו׳, עכ״ד הקדושים, עיי״ש שהאריך לבאר כל הפסוק שם ע״ד זה, אשר בכמה אופנים שונים מתגבר היצה״ר לתפוס את האדם ברשתו.
 |
|
|