|
|
| נשלח ב-16/5/2012 00:44 |
|
| |
קיינער לייגט נישט גארנישט קיין פעידשעס די ארונים ווייסן אלע דעם דעת פון סאטמאר רבין און ער ווייסט אז מיט רעדן קען ער שעדיגן דעם כינוס וואס די עסקנים מינעך לש"ש דעריבער רעדט ער נישט ברבים און ווער עס וויל ובפרט רבני משמרת חומותיך און נאך הערן דעת קדשו
משא"כ ר' זלמן איז דא לוזער פון יאר הונדערט ער קיין דעת נישט מלייגט א בריוו פון בד"ץ אין איד דערנאך גיבט מען א אייגענע בריוו פונעם בג"ץ דוומ"ס צו זעהן וואס דער עולם גייט זאגן דערנאך רעדט מען לדעתי נאר פאר מיר און ווען דער מחותם המשולש וואס פלעגט זיין ביים רבינס סוגיא שיעורים אינאיינעם מיט (להבדיל בין שוטה לרבן של ישראל) ממילא פארשטייט ער אזוי ווי יעדער פארשטייט אליין אז רבינו הק' וואלט צו אזא כינוס נישט געשיקט און סהייבט זיך אן יו"ט ביי די זאליס די אלע קרעץ וואס מהאט איינגעזייט קעגן ר' אהרן שפראצט ארויס און די פרומע תמימים מיינען עס נעבעך אמתדיג אז ר' אהרןס פראבלעים איז אז ער איז א איידעם אין וויזניץ טא גייט מען יעצט ארויס אין פראטעסטן קעגן הגז"ל ווייל אויב קעגן ר' אהרן דארף מען וואטרפן פאשקעווילן צוליבן חטא פון זיין א איידעם אין וויזניץ און פארן חטא פון זיך טרעפן מיט א שוואגער פריוואט וואס האט איבערגעבטן רבינו הק' טא איז דאך זיך 1 מיט 1 פשוט 2 נו גייט מען יעצט ווען גז"ל הייסט גיין צו א כינוס מיט אידן פון מאנהעטן נישט וויזניץ אדער בעלז וואס זענען פרומע ציונים נאר האלב פרייע ציונים דארף מען דאך פראטעסטירן ביתר שאת און סאיז יו"ט אינדערוואכן מגיבט פאר גויים צו טיילן פאשקעווין משקרייבט בריוון קונטרסים נגד השמד של זלמן ט"ב בקיצור די פירות פון פרעות האט אויפגעקאכט און די שוים הייבט אן איבערצורינען און אז סרעגנט גיסט ווער סהאט נאר א שופר אין האנט אנגעהויבן בלום קאשוי שאפראן שפיטפקע אלטר משה ג"ב קרעמניץ נטורי קרתא און מנשה פילאף אלעס איז איינגעשפאנט מיטן מחלמה לה' קעגן דעם ר' זלמן און רב סטראבערי זעהט אז סצרות מגייט ארויס צעפיצלט פון ביידע זייטן און דער חכם ר' אהרן וואס מהאט געהאפט אז יעצט וועט מען אים כאטש אראפקוקן אין די וועלט בלייבט גאר סיי דער דעת תורה האמיתי וואס האט א דעת קודש אין יעדע ענין און סיי דער רבי אטאקירט נישט דעם כינוס ווי די קרעציגע אויבנדערמאנטע קען ער נישט צוקוקן אז דער רבי גייט ארויס ריין צוליבן גיין נאר מיטן אמת און ר' זלמן וואס האט געדינט פאלטיק צו קענען הייסן סאטמאר רבי איז קרח מכאן ומכאן און לוזער נומער איינס ווען פאלטיק און וואס דערולם וועט זאגן דאס איז ביי אין דער עיקר און פראסקעס פליהט פון בני המן און בזיונית פון די אהרונים בקיצור אריינגעדראפעט אין בלאטע אבער נישט געזארגט רב סטראבערי סאיז נאר א אנהייב פון די פירות וואס איר גייט שניידן פון צוזמאענעמען אלע מתנגדי סאטמאר אונטער איין פארטיי און משרייט אונז זעמיר 70 פארצענט יא יא נעם אריין נאך א קרעציגע שאפראנע אין אייער קאמפעני פון שונאי סאטמאר נאך איינס און און נאך איינס און האב 80 פארצענט אזוי אז דער פייער וואס גייט דארט אויספלאצען זאל זיין גענוג קאלירפול און דערנאך זאל ר' זלמן זאגן זיין מיינונג אין ביהמ"ד ברך משה אויב סוועט נאך אפען זיין גרייט אייך אידן צו פרייליכע טעג דער ברנה יקצורו איז נאנט..
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2012 00:57 |
|
| |
נייס דרימינג מיסטער. אבער די ביטערע ריאליטי פאטשט אין פנים רעבארן האט די יאר געטיען זאכן וואס ווארפט זיין עולם אין 360 דעגרי כף הכלא אנגעהויבן מיט'ן בעלזער, די ביטערע זויערע נאך-טעם-ליכע פראבירן צו ארויסווארפן טויזענטע קינדער פון קעמפס, מיט'ן צווייי-פאכיגע מפלה איינס ביי קאונטי און נאכהער ביים שווארצן כאלאטל, דאס כאפן סטרולאוויטש מיט לעבאוויטש ביי העכט'ס בעקיאַרד דאן קומט די יו טורן ביים כינוס האט מען פלוצים בויך פראבלעמען מיט התבדלות, צו זאגן זיין דעת תור"א האט ער מורא ווי א טשיקען! אפי' זיינע נייע פרענדס דער טשאדער מיט'ן מ.ב. בעק, מיט'ן שאפראנע'ר האבן נישט מורא................... כאפט'ס א רייד!
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2012 00:59 |
|
| |
געלעכטער, ס'איז זייער פשוט סאטמאר רבי שליט"א האלט אז דער כינוס איז זייער א גוטע זאך אבער נאר פאר די אידן וואס ביי זייערע רביס און אבות איז דרשות בלשון עמים נישט געווען אסור, און זענען פונעם אגדיסטישן חדר.
כ"ק מרן רבינו הקוה"ט ז"ל וואלט נישט געגאנגן און נישט געשיקט זיין עולם צו אזא כינוס ווי מ'האלט דרשות בלשון עמים.
דער רבי ז"ל שרייבט אינעם שער בלאט פון זיין ספר הק' ויואל משה בזכות אבותי ורבותי, איז ידוע אז ער האט געזאגט אז מיט רבותי האט ער געמיינט דעם הייליגן דברי חיים ז"ל און מרן החת"ס ז"ל, און זיי זענען די ראש האוסרים אויף דרשות בלשון עמים, ווי אויך האט דער ייטב לב ובנו הקדושת יו"ט אינטער געשריבן דעם איסור.
און דער קדושת יו"ט שרייבט אז דער איסור גייט אן עד סוף כל הדורות, און דער רבי ז"ל און תשובות דברי יואל סימן י' שרייבט אןיף די תקנות וזלש"ק: ומאן ספין בדור הזה לחלוק על האריות האלה, ואף אם יתקבצו כל דודינו זה אין בכחינו להכריע אף צפורן אחת מהם.
(ועיין בתשובות מהר"ם שיק אז אפי' לצורך גדול ווי אידן האבן נישט געקענט די אידיש, האבן די רבנים נישט געוואלט מתיר זיין דעם איסור)
איי סקולען רבי שליט"א? ער איז באמת א צדיק און אן ערליכן איד, אבער אין זיין מסורה איז נישט אסור דרשות בלשון עמים, והא ראי' ער גייט צום סיום השס ווי מ'האלט דרשות בלשון עמים.
והשנית אפי' אן די פראבלעם פון לשון עמים וואלט דער רבי ז"ל נישט געגאנען צו אזא כינוס וואס ווערט געפירט פון אגדיסטישע ראשי ישבות און מ'קען נישט דערמאנען דארט א ווארט קעגן ציונות.
איי סקולען רבי שליט"א? נאכאמאל ער איז א צדיק תמים און א עובד ה' באמת, אבער ער גייט צום סיום השס אויך ער האט נישט די מסורה.
ו
עוד ועוד טעמים וואס סאטמאר רבי שליט"א האט מסביר געווען בטוב טעם ודעת פאר די רבנים שליט"א ווען זיי זענען געווען ביי אים.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2012 01:18 |
|
| |
אט געט א קוק אריין אין דברי יואל די וואך פר' בחקותי דף שעא, די רבי האט א אריכות מבאר צו זיין די מדרש פון דוד המלך, ובתוה"ד זאגט ער בזה"ל "אם יש הכרח לוותר על הדרך הישן והמקובל אף במקצת מן המקצת ולהתדמות אליהם לנהוג כמותם אזי ההפסד מרובה מן הריוח"
עיין שם ותמצאו נחת
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2012 01:20 |
|
| |
דאס מערסטע טוט זיי וויי דאס אומבויגיקייט פונעם רבין נאכן באקומען נשיאות אויף א גאלדענעם טאץ פון גדולי ישראל ביי אים אויב ער טוישט זיין מיינונג און ווי דער רבי האט געזאגט פאר א ידיד נעכטן אז יעדער וואס האט נאר א השפעה אויף אים צו א רב אדער נגיד האט אים שוין גערופן און געלייגט פרעשור צו טוישן מיינונג און טאקע די שטארקייט וואס דער רבי האט ווי דער רבי דער ברך משה זי"ע האט מעיד געווען אז ער וועט נישט טוישן דעם אמת פאר כל הון דעלמא דאס איז וואס די הויט שפרינגט יעצט ביי די זלמונים ווייל גאנץ כלל ישראל און אלע רבנים בעטן און ווינען ביקן זיך אבי ער זאל טוישן השקפה און נישט אז דער רבי זאל רעדן ברבים דערקעגן וואס וואלט געווען פאר אים יעצט היבש פאליטיש כאטש צו מסביר זיין כדאי מזאל אים פארשטיין דאך איז דער רבי סיי פעסט זיך נישט צו טוישן און סיי נישט צו אטאקירן אפילו ברמז די עסקנים ורבנים לש"ש
אבער באמת נישט דאס איז יעצט אויפן אויבן אן ביי די זאליס און דאס וואס סטראבערי האט זיך דא אנפלעקט טייערע אידן האט איין סיבה ער וויל פארדרייען דעם מציאות אז סאיז יו"ט ביי די זאליס און אנשטאט מזאל ביזי זיין מיטן רבין האט השי"ת אהינגעשיקט אונזערע שונאים זאלן יעצט גיין צום ברידער און מארעסטירט אין גרויסן מפראטעסטירט אין אלע גאסן והעיר וומ"ס צהלה ושמחה
תוקן על ידי גרוינים ב- 16/05/2012 02:08:18
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2012 01:32 |
|
| |
מען דארף זיין א בלאפער צו קענען זאגען אז דער סאטמאר רבי זצ''ל וואלט געגאנגען צו אזא אסיפה
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2012 03:11 |
|
| |
אדער דארף מען זיין א בלאפער און אנלייגן דאס נישט גיין אויפן רבי'ן ז"ל, כאילו זיינע הוראות זענען אים ממש נר לרגליו.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2012 03:28 |
|
| |
ליין איבער וואס דו שרייבסט ביזן שטרעכל, און דערנאך נאכן שטרעכל, און זאג מיר צו דו האסט געטראפן די סתירה וואס ליגט אין איין שורה פון געלעכטער.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2012 18:25 |
|
| |
איך זעה מהאט פארמאכט דעם אנדערן אשכול צוליב דאפעלטקייט דעריבער לייג איך דא איבער מיין תגובה פון דארט
כדאי צו פארשטיין דעם רבין ויל איך אייך מיטטיילן א אינטערסאנע מעשה וואס האט יעצט פאסירט אין ב"פ אבער איך וויל מאכן א הקדמה אז איך וויל חלילה נישט שטערן דעם כינוס לש"ש און אדרבה ווער עס האלט אז סוועט אים העלפן זאל אהין גיין אבער אין מציאות איז דער חלק העסקנים כמובן ווען מארבעט מיט 50 טייגן אינאיינעם איז דאך אלעס צופארן (טראץ די כלליותדיגע הצלחה ב"ה) האט פאסריט אז די עסקנים פון הגרמ"ד מבאבוב האבן צוזאמענגשעטעלט אסאך ארבעט און ווי יעדער איינזייטיגער מעטש קען דער יצר גובר זיין אז פאליטיק זאל זיין פאר תכלית האבן זיי באשלאסן אריינצומישן פאלטיק אינעם קונטרס וואס זיי האבן געמאכט פאר די עסקני האיחוד לטוהר המחנה און זיי האבן דארט מכתיר געווען הגרמ"ד פאר באבוב און הגז"ל פאר סאטמאר רבי אזוי ווי די עסקנים האבן דאס געכאפט האבן זיי שנעל אנגערופן אין פאסט אפיס און געבעטן דאס צי קענסלען וויסנדיג אז דאס וועט מאכן פונעם כינוס א פאליטישן ציהל ברעט פאר פריוואטע קהלות סכסוכים און למעשה איז טאקע אנגעקומען דער קונטרס נאר אין ק"י וואו סאיז שוין געווען צו שפעט אבער אין גאנץ ניו יארק נישט די עסקנים האבן באשטעלט א גארבטיש קאמפאני עס אפצונעמען פון פאסט אפיס אבער מהאט עס נישט געפונען און ווי סשטעלט זיך ארויס האבן די עסקנים פון 45 באבוב ארויסדערווישט פון איינע פון די העכערע עסקנים ווי מהאט עס געלייגט און זיי האבן עס גונימען און נעכטן געמאכט אן אקציע און פארשפרייט אין אלע שוהלן אין ב"פ און ביי אלע הייזער דעם פאליטישן קונטרס אזוי ווי די עסקנים האבן זיך געוויסט דערפון האבן זיי נעכטן אנגערופן דעם ראש ישיבה פון באבוב 48 און זיך אנטשולדיגט אז סהאט נישט מיט זיי האט דער ראש ישיבה גענטפערט בזה"ל: אויב קענט איר נישט קאנטראלירן אייערע אייגענע עסקנים ווי חלומט איר פון קאנטראלירן כלל ישראל" ע"כ
איך מיין אז דאס איז איבער גענוג פאר ווער עס וויל פארשטיין אז מקען נישט נעמען קיין "אחריות" פון פארויס אויף קיין שום זאך פונעם כינוס נישט ווייל די עסקנים זענען נישט ערליך אדרבה זיי מיינען לש"ש און וועלן אי"ה מצליח זיין אבער מיט א לאקשען קוגל פון אלע מיני טייגן פון כלל ישראל איז יעדע דיטעיל "איינגעשטעלט" און מקען קיין אחריות נישט נעמען אפילו מען וויל
און דער ענין פון אחריות מיין איך איז געווען די ערשטע זאך וואס דער רבי האט געזאגט פאר סקולענער רבינס זוהן וד"ל
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2012 19:11 |
|
| |
Will r' Menashe fulip still be the zali advisor in shita inyunim? He says in his drusha that even there wouldn't be other issues with the kinus the rabbe wouldn't allow to join because the kinus idea came from r' solomon who is part of the agida and you see even after promising for zalis to keep it kosher he went to invite the agida gdolim from e"y
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2012 19:12 |
|
| |
7183628999
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2012 20:45 |
|
| |

|
|
|
|
|