די וואך שבת האט ר' מנשה פילעפף גערעדט צי יונגעלייט אז מהרז"ל האט פאראטן סאטמאר איז פארטאן דעם רבי'ן ז"ל
ר' מנשה האט געזאגט אז בשעת'ן גרינדען די אגודה זענען די גרינדערס געווען רבנים קדושים וגאונים אסאך מער ווי די יעצט'דיגע רבנים וואס פארריפן עס אין די זעלבע די גרינדערס פין דף היומי ווי הרב הגאון ר' מאיר שפירא ז"ל וואס האט גע'שמ'ט אלץ גאון וצדיק
נאר מיט דעם אלעם האט די ערליכע יודען גע'שמעק'ט אז מען מיז זיך דערפין אפטיילן
ווייל זיי האבן געזעהן צי וואס די אגודה גייט צי קומען
ר' מנשה האט געזאגט פאר די יונגעלייט אז טאמיר גייט מען צים כיונס מיט יודען וואס 90 פראצענט פין זיי האלטן פין די מדינה
אין 90 פראצענט האלטן אז מדינה איז א ישועה געווען פאר כלל ישראל וואס האט דעמאלס די רבי ז"ל אויף געטיען
ס'איז שוין גארנישט אז נאך דעם גייט מען צים סיום הש"ס אז טאמיר פאר די אינטערנעט דארף מען צאם ברענגען כלל ישראל
פארוואס זאל מען פאר לימוד התורה נישט צאם ברענגגן כלל ישראל ?
דעס גייען מען יעצט מיט גאנץ כלל ישראל איז גארנישט אנדערש ווי אגודה תרפ"ט אין אז טאמיר מען איז אלעס יעצט מתיר איז די גאנצע עבודה פין אינזער הייליגע רבי'ס רח"ל געגאנגען לריק ולהבל
אין נישט פארגעסן ר' זלמן לייב'ס יעצט גיין איז ריין פאליטיק ווייל זיין ברידער גייט נישט גייט ער יא
אין טאמיר די רבי וואלט יא געגגאנגען וואלט ר' זלמן לייב געווען פייער דערקעגן אין ס'וואלט העצערישע ארטיקלען אין דער איד דערקעגן
ראו מה לבני לבן חמו אזוי קוקט מען אויס ווען מען החלטות לשם פאליטיק אין פארקערט פין יענעם אז מען קען צי קומען צי זאגן וואס די רבי ז"ל וואלט געווען פייער דערקעגן
תוקן על ידי יקרבו ב- 13/05/2012 06:50:49
נשלח ב-13/5/2012 06:24
די געווינס פין דעם כינוס גייט נישט אז די סטעדיום גייט זיין פיל
די געווינס פין דעם כינוס גייט זיין אז איינער וואס ריפט זיך סאטמערע רבי האט זיך צי געשטעלט צי די אגודה די ערשטע מאל אין די היסטאריע אלעס פאר פאליטיק
נשלח ב-13/5/2012 06:19
די זאלי'ס קענען נישט מוחל ר' למן לייב פארן זיך צישטעלן צי די לינקע גאס א זאך וואס קיינער האט נישט געקענט אויס חלומ'ן 15 יאר צוירק
שלמה יאנקל געלבמאן זאגט אז ר' אהרן וועלץ פארשטייט שוין בעסער די שיטה בעסער ווי ר' זלמן לייב ר' אהרן וועלץ שיקט קיינמאל נישט די קינדער זאגן תהילים אין בארא פארק פאר פורים מיט אלע אנדערע ת"ת'ס ווייל סאטמאר מישט זיך נישט אין א יעדער פארשטייט עס אז סאטמאר איז עקסטער ר' ללמן לייב פארשטייט עס נישט אין אלעס פאר אביסל פאליטיק צי ווייזן ברידער
קוקט אבער אויס אז די זאלי'ס כאפן די קלאפאטע ווי זייער מנהיג האט זיי אריין געפירט אלעס לשם פאליטיק