אז מען כאפט א בליק אויפן נארונישן פארום זעט מען אז די אהרונים האבן פשוט געכאפט אן אטאקע. פלוצלינג זענען זיי געווארן די וועלטס-לוחמים קעגן גיין מיט פרעמדע קרייזן.
אבער די גרעסטע ווייטאג וואס שרייט ארויס פון זיי איז דער פאקט אז טראצדעם וואס דער סאטמארער רבי שליט"א האט געזאגט זיין מיינונג איבערן השתתפות ביי דער כינוס הצלת הדורות, און עס זענען דא חשוב'ע רבנים תלמידים פון רביה"ק זי"ע וואס האבן אן אנדערע מיינונג, איז נישטא קיין שום טעראר קעגן די רבנים!
יא, דאס טוט וויי די אהרונים! עס ווייזט אז אויב א רב האט אן אנדערע מיינונג מוז מען אים נישט פּלעטן דעם קאפ, אדער זיך אויפשטעלן זאגן "עפריה לפומי'", אדער "זיין מיינונג איז קיין מיינונג", וכו'.
ועל כולם, ווער עס האט געהערט אדער געזען די ווערטער פון סאטמארער רבי'ן שליט"א איז ארויס פון התפעלות ווי שיין און געמאסטן עס איז יעדעס ווארט. קיין איבריג ווארט הערט מען נישט, אי הערט מען נישט קיין הסבר וויאזוי אינטערנעט ארבעט, און אויך נישט וואס מען טאר נישט זען דארט וכו'.
יא! די אלע זאכן טוט זיי וויי, ווייל עס ווייזט וויאזוי אן אמת'ער מנהיג ישראל דארף זיך צו פירן!
"ווייל עס ווייזט וויאזוי אן אמת'ער מנהיג ישראל דארף זיך צו פירן!"
נשלח ב-14/5/2012 00:15
אויף ווי ווייט איך ווייס שטייען אלע דיינים שליט''א אונטער די דברות קודש פון רבינו שליט''א
נשלח ב-14/5/2012 00:22
וואס נאך איז נייעס!!
ווי ווייט איך ווייס זענען אלע דיינים שליט"א געשטאנען אונטער די פסק פון רבינו שליט"א בנוגע די סקול דיסטריקט, ווי ווייט איך ווייס זענען אלע דיינים שליט"א געשטאנען אונטער די פסק פון רבינו שליט"א בנוגע די איסור קעגן בני יואל,
ביז ביז ביז ביז,
די מעריגאראנד האט זיך געגעבן א דריי,
נשלח ב-14/5/2012 00:34
רב הסוער
דיינע ווערטער שפיגלען אָפּ דיין (און דיינע חברים'ס) ווייטאג!
דאס איז דער פרייז פון באלאנגען צו אזא מנהיג ביי וועמען אלעם גייט לויט פאיטישע חשבונות
נשלח ב-14/5/2012 00:37
די קנאים דאהי אין אר "י זענען געפערליך אנטוישט פון אדמו "ר מהרז "ל
זיי קענען זיך נישט גלייבן וואס מיט אים האט פאסירט
איז די שאלה צו וועמען זיי וועלן יעצט גיין
נשלח ב-14/5/2012 01:10
אישור? די קנאים זענען אנטוישט אז רבינו שליט"א האט געהייסן גיין צו א כינוס ווי מען גייט רעדן וועגן חומר האיסור קעגן אינטערנעט, רבותינו שבארץ ישראל הגאב"ד ובית דינו שליט"א האבן שוין פארגאנגענעם חודש אב געהייסן גיין, די קנאים זענען אנטוישט אין הגאב"ד ובית דינו אויך אדער נאר אויף רבינו שליט"א? די האסט איבער געליינט דיינע ווערטער פאר האסט געגריקט שלח? נאכמער, די קנאים פון וועלכע די רעדסט זענען אויך אנטוישט אין רעבארן פארן זיך לעקן צום בעלזער? ווייל דעמאלטס האסטו נישט גערעדט דערוועגן. וראה זה פלא... אדער גאר זייט מ'האט דיר אויסגעשפיגן פון תו"א ביסטו אויך פון די וואס שפרינגן נאך תוא"י און די אהרוינים און רופן זיך נאך "קנאים".
תוקן על ידי פריש ב- 14/05/2012 01:12:51
נשלח ב-14/5/2012 01:49
מיר געדענקען נאך ווען געוויסע א.ג. קנאים האבן בשעתו געשריבן אויף רביה"ק זי"ע "רבינו סר מן הדרך" ווייל דער רבי האט נישט געטאן ווי עס האט זיי געשמעקט!
א מנהיג ישראל דרף טאן וואס איז אויסגעהאלטן ע"פ תורה, אן נישט ווי די געפילן דיקטירן!
נשלח ב-14/5/2012 01:52
עכטער_חסיד כתב:
מיר געדענקען נאך ווען געוויסע א.ג. קנאים האבן בשעתו געשריבן אויף רביה"ק זי"ע "רבינו סר מן הדרך" ווייל דער רבי האט נישט געטאן ווי עס האט זיי געשמעקט!
א מנהיג ישראל דרף טאן וואס איז אויסגעהאלטן ע"פ תורה, אן נישט ווי די געפילן דיקטירן!
איז ווען דארף מען פרעגן די דיינים אין ווען נישט ??
אין ווען מעג ר' אהרן מאכן א באשלוס אין ווען נישט ??
נשלח ב-14/5/2012 02:03
אהרונימלעך ברענגסט ביטע ארויס שטערקער אייערע ווייטאג, ס'איז אונז א קורת רוח צו זעהן את אשר יגורנו בכם
נשלח ב-14/5/2012 02:13
איך פארשטיי דיין ווייטאג, אז דיין רבי האט נישט מיט וועמען דורכצושמועסן אן ערנסטע ענין.
אלע דיינים וואס האבן משמש געווען בחיי רביה"ק זי"ע און נאכדעם ביי מ"מ רבינו הברך משה זצוק"ל זענען ביים סאטמארער רבי'ן שליט"א.
נשלח ב-14/5/2012 02:24
די הייליגע דיינים האבן אונז געפירט און באד אריין 20 יאר מיטן פארשעלטן די הייליגע בני יואל און מתיר זיין די כפירה פובליק סקול, ווער ווייסט און וועלכער מאראסט זיי שלעפן אונז ווייטער אריין,
נשלח ב-14/5/2012 02:48
רב הסוער ביי דיין לעצטן תגובה האסטו פארגעסן צו טוישן ניק
נשלח ב-14/5/2012 02:59
גראדע האב איך יא געוואלט ניצן דעם ניק, וועלכער ניק האלטסו וואלט געווען מער פאסענד פאר די תגובה,