הגאון רבי נפתלי בלומענפעלד שליט"א מנהל הישיבה גדולה ד'סאטמאר האט נעכטן מאנטאג נאכמיטאג אויפגעטרעטן מיט א דרשה אין היכל הישיבה, ביי וועלכן ער האט געבעטן די בחורים אין נאמען פון רבי'ן שליט"א אז קיינער זאל זיך נישט אננעמען פאר זיין כבוד, אדרבה, דאס איז דער גרעסטער כבוד אויב מען לאזט אן אנדערן רב זאגן זיין דעת תורה!
דער מנהל האט ארויסגעברענגט אז כך דרכה של תורה זה בונה וזה סותר, און מיר זוכען אויף קיינעם נישט ארויפצואווינגען קיין מיינונג, יעדער רב בפרט א תלמיד פון רביה"ק זי"ע האט די רעכט ארויסצוזאגן זיין דעת תורה אן קיין פחד.
בנוגע דאס גיין פון בחורים, האט דער מנהל קלארגעשטעלט אז מטעם הישיבה שיקט מען נישט קיין בחורים צוליב דעם גרויסן אחריות, אבער א טאטע וואס פילט פאר וויכטיג אטז זיין בחור זאל גיין וועט עס ערלויבט ווערן מטעם ההנהלה.
איך פארשטיי. די אישוס וואס לאנצוט ברענגט אויף איז ווייטאגליך. איך אנטשולדיג זיך.
נשלח ב-16/5/2012 22:32
לאנצוט!! מיר גייען ארויס אין א קאמפיין קעגן דיר... געב אכטונג ווייל באלד האפענטליך וועסטו פארלירן רשות כתיבה, דו גייסט ארויס פון דער גלייזן, ווען איך קום ארויף אין איך זעה דיר דא יענעם טאג לאז איך אפ דעם פורום ווייל ס'איז פשוט נערווען צו זיצן מיט אזא ברי' משונה פון אלטן דור
נשלח ב-16/5/2012 22:27
א עפענטליכע בקשה צו לאנצוט פון זיין טאטן גיי לערנען דיין חברותא ווארט אויף דיר אין ביטע הער אויף צפירקלען דא ווייל דו נעמסט מיר אוועק דעם אפעטיט פון ליינען דא ייש''כ
נשלח ב-16/5/2012 22:14
לאנצוט ליין איבער וועסטו זעהן אז איך האב דירעקט געשריבן
"נישט קיין חילוק צו ער איז פון אונזערע צו נישט"
וואס זאל איך טוען אז ביי דיר איז, 1+1= חלה דעקעלע
מיר האבן דא א פראפעשאנעל נודניק (אין א שיינעם שפראך) וואס וכט צו פארדרייען יעדן נארמאלן אשכול מיט זיינע שקים.
נשלח ב-16/5/2012 07:27
איך פארשטיי נישט פארוואס דער מנהל לאזט צו אז אזא אקטועלע אישו ווי די דרשה אין ישיבה זאל פארקריכן צום אויסגעדראשענע נושא פון עירוב. אויב שוין זאל ער כאטש טוישן דעם קעפל צו "עירוב". און אויב מ'רעדט שוין יא: 1 ס'האט קיינמאל נישט פאסירט אז סיי ווער זאל איבערדרייען א קערידש אדער שלאגן א פרוי. כ'געדענק נאך ווען די אהרוינים האבן איבערגעשריבן הונדערטער מאל אז די זאלי בחורים רייסן שייטלעך פון נשים, זעט אויס די אהרוינים האבן זיך געכאפט סארא ליצנות זיי זענען האבן זיי אנגעהויבן מיט א מילדערע שקר אז זיי רייסן טאקע נישט קיין שייטלעך אבער זיי שלאגן פרויען און צוברעכן קערעדשיס. 2 די זאליס האבן אלע רעכטן צו שרייען שבת, עכ"פ נישט ווייניגער רעכט ווי דער וויזניצער מיטן טראגן. 3 ס'מעג דער רב המשטרה פסק'ענען אז די פאליציי מעג פארן שבת און די ערליכע אידן שרייען שבת שוין 3 דורות טראצדעם וואס די מחללי שבת האבן א היתר פון זייער רב.
נשלח ב-16/5/2012 03:08
נישט אמת. פאפא רבי שליט"א האט קיינמאל נישט מתיר געווען. אין בארא פארק האט ער קלאר געזאגט אז נישט.
און בנוגע די אחראים אויפן עירוב, איז דיין תירוץ נישט אויסגעהאלטן.
נשלח ב-16/5/2012 03:01
לאנצוט
מ'דארף טאקע מאכשרייען איינער וואס שרייט ביי קריאת התורה
און דעריבער טאקע האט מען אין ראדני פאר 10 יאר צוריק כסדר נאכגעשריגן לייבוש טייטלבוים, מיט נפתלי משה (קאקאש) אינדיג, מנחם ליברמאן, מענדי ווידער, אשר וויידער, סיני טייטלבוים, וואלוואי לאנדא, וחבריהם".
נשלח ב-16/5/2012 02:27
עכטער_חסיד כתב:
אויב דער פאפער רב זצ"ל האט אזוי געטאן איז ביי מיר קיין ספק אז זיין זון דער היינטיגער פאפאער רבי שליט"א פירטז יך גענוי ווי זיין הייליגן טאטן! ער האט א יראת הכבוד פאר זיין טאטן.
למעשה איז פאפא מתיר צו טראגן מיט'ן עירוב.
און אדרבה, ווייל עס איזנישטא קיין רב העיר טאר עס נישט האבן קיין עירוב, אפילו אויב מען מעג יא מאכן, ווייל עס איז נישטא ווער עס זאל זיין דער אחראי דערצו.
ווער זאגט זאגט דאס. די רבנים המתירים זאגן אז זיי זענען אחראי, און מ'קען רואיג טראגן. און קיינער טאר אויף זיי נישט שרייען ווייל זיי טוען כדת וכדין.
און צום סוף לאנצוט, איך געדענק די גוטע צייטן ווען דיין רבי פלעגט רעדן ביים ליינען, דאס מיינט אז מען האט אים געדארפט נאכשרייען?
אוודאי.
נשלח ב-16/5/2012 02:25
אויב דער פאפער רב זצ"ל האט אזוי געטאן איז ביי מיר קיין ספק אז זיין זון דער היינטיגער פאפאער רבי שליט"א פירטז יך גענוי ווי זיין הייליגן טאטן! ער האט א יראת הכבוד פאר זיין טאטן.
און אדרבה, ווייל עס איזנישטא קיין רב העיר טאר עס נישט האבן קיין עירוב, אפילו אויב מען מעג יא מאכן, ווייל עס איז נישטא ווער עס זאל זיין דער אחראי דערצו.
און צום סוף לאנצוט, איך געדענק די גוטע צייטן ווען דיין רבי פלעגט רעדן ביים ליינען, דאס מיינט אז מען האט אים געדארפט נאכשרייען?