די אהרונים זענען פלוצלינג געווארן פייערדיגע אנהענגער פון כ"ק הגה"צ אבדק"ק שאפראן שליט"א וועלכער האט געזאגט זיין דעת תורה קעגן דעם כינוס. זיי זענען ביזי אז דער שאפראנער רב שליט"א פון די חשוב'ע תלמידים פון רביה"ק זי"ע האלט פונקט ווי זייער רבי אז מען טאר נישט גיין צום כינוס.
וויל איך זיי פרעגן: גייט מען יעצט אראפנעמען די חרמות וקונמות קעגן שאפראנער רב שליט"א פאר זיין מסדר קידושין זיין אין קרית יואל שלא ברשות ה[געוועזענער] מרא דאתרא?
נשלח ב-16/5/2012 02:15
זאלסטו טאקע זוכן אן אנדערן רבין
נשלח ב-16/5/2012 02:13
איך וויל נישט אז מיינע קינדער זאלן זיך משתלט זיין אויף מיר און מיך מאכן ללעג ולקלס. איך וויל אפילו נישט טראכטן דערפון.
אויפן סאמענס שטייט בערך (אין ענגליש): אויב איר אדער אייער פארשטייער קומט נישט אראפ אין קאורט ענטפערן די קלאגע, קענט איר אויסשטיין לעגאלע פראבלעמען (איך וועל עס אפירזוכן).
עס אזי קיין חילוק נישט צי ער וואלט געדארפט פעראזענךיך אראפגיין צי נישט: דאס עצם קלאגן א טאטן איז א זאך וואס אפילו עשו האט נישט געטאן פאר יצחק אבינו!
נשלח ב-16/5/2012 00:19
מ'איז דן איבער א גזירה נוראה איבער כלל ישראל וואס איז נוגע יעדן איד, און ער איז ביזי מיט פאליטיק. קומסטו מיט א תירוץ פון די פעמילי קאורט. (פאליטיק).
איך וויל נישט פארדרייען דעם אשכול: אבער דזשאסט צו ענטפערן דיין געמויזעכץ: מ'האט קיינעמ'ס טאט נישט גערופן אין קאורט. מ'האט אים פשוט געוואלט ראטעווען פון די אנשי דלא מעלי. זיין טאטע האט נישט געמוזט אראפגיין. ס'וואלט גארנישט פאסירט. די לאקשן פארקויף ביטע פאר אנדערע.
לאמיר צוריקמישן דאס בלעטעלע מיט אפאר יאר, און רעדן פון דעם "עצרת המיליון" ארענדזשירט דורך חה"כ מנחם פרוש. דאכט זיך אז פאר דיר אלס תושב בית שמש (...) דארף איך נישט מסביר זיין אז די גרעסטע לוחמים פאר התבדלות זענען די עדה החרדית אין ירושלים. און דער סיבה איז פשוט, וויבאלד דארט וואוינט מען אינאיינעם, מ'לעבט אינאיינעם, אויטאמאטיש דארף יעדע שמעק פון התחברות פארדאמט ווערן אויפן שארפסטן אופן.
הכלל דעמאלס ביים עצרת איז אויך געווען א שטארקע פארגלעגענהייט ביי די חברי בד"ץ עדה החרדית צי מ'זאל גיין צו נישט. עס איז למעשה געבליבן אז מ'גייט ווייל עס איז א אידישקייט זאך וואס יעדער האט די זעלבע אינטערעסע דערצו, ממילא גילט נישטא קיין התחברות.
אפשר זענט איר מיר מסביר די נפק"מ פון דעם עצרת המיליון, ווי מ'האט זיך צוזאמגעשטעלט מיט א חבר כנסת המינים ביז דעם יעצטיגן כינוס פאררופן דורך להבדיל אזא ערליכער איד ווי דער סקולענער רבי שליט"א, וואס נניח אפילו אז ער איז נישט 100 פראצענט מיט די שיטה, (וואס איז גראדע אויך א נארישער שקר פון שמואל שלמה טעללער, אבער דאס איז נישט מיין פוינט דא) אבער כלל ישראל וויל זיך דאך פאראייניגן אויף איין ציהל, לוחם צו זיין קעגן דעם שרעקליכן גזירת השמד, דער אונטערנעט.