בית פורומים אידישע געדאנק

זומער עקאנאמיע קראך ב"ה פארמיטן געווארן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/5/2012 09:03 לינק ישיר 
זומער עקאנאמיע קראך ב"ה פארמיטן געווארן

מען האלט שוין 3 טעג נאך ענדגילטיגע פסק איבער די 4 סאטמארע קעמפס וואס האט געהאלטן געשפאנט גאנץ סאטמאר, וואס ווי באקאנט האבן די ארונים זיך געשוואוירן אז זיי גייען איינמאל פאר אלעמאל לערנען די זאליס טאנצן און מען וועט אפשפארן די קעמפס וואס עקסזיסטירט שוין 57 יאר. 

זייער חשבון איז געווען זיי וועלן אויך קומען בעטן א פערמיט טויף צו ניצן די קעמפס, און די קאונטי וועט זיך נישט אריינמישן, מילא וועלן די זאליס זיך בעטן צו די ארונים מען זאל מאכן א הפשרהאון אזוי וועט זיי געלונגען ארויסצוגנבענן נכסי ציבור, און אז מען וועט קיין שלום נישט מאכן דאן וועט די קאונטי נישט געבן קיין פערמיט פאר קיינעם און די 4000 קינדערלעך וועלן בלייבן אין שטאט אונטער די ברענעדיגע היצן און אויסגעלאסענע גאסן. 

וואס די סוף איז געווען איז שוין היינט פאר יעדן באקאנט אזוי ווי אונזער קאלעגע "באלאנד" האט דא שיין באריכטעט, אז די קאונטי האט אנערקענט ווער עס וויל אים/איר דא ניצן פאר א שטעקן און האט ב"ה אפגעווארפן זייערע טענות און אריינגעשטאכן א נאדל אין זייער גרויסע באלון וואס האט געקראכט און צופלויגן ווי א זייפן בלאז. 

יעצט ווען די עולם איז שוין געקומען צו זיך, לאמיר מאכן א שטיקל חשבון און פאנטאזירן וואס וואלט פאסירט אויב עס וואלט זיי ח"ו יא געלונגן אויסצופירן זייערע שווארצע פלענער, עס וואלט אפעקטירט די גאנצע היימישע ציבור, יעדן איינעם אן אויסנאם! 

די עולם וואלט נישט געקענט צוריקזעהן די דעפאזיטס וואס מען האט באצאלט פאר באונגעלאס ווייל מען קען נישט קיין אין קאנטרי אז די קינדער בלייבן אין שטאט, מילא וואלטן אסאך באגעלאו קאלאוניס נישט געקענט עפענען וויבאלד רוב פון די וואס פילן אן די היימישע קאנטריס איז פון סאטמארע חסידים וואס זייערע קינדער זענען געווען געצווינגן צו בלייבן אין שטאט, און אז די קאנטרי קען נישט עפענען נאר פאר 3 משפחות מיינט עס אז די משפחות דארפן אויך בלייבן אין שטאט, ווייל גיי זיך און געוואוין זיך צי צו א נייע פלאץ און אנדערע מענטשן. די אייגנטימער פון די קאנטרי וואס איז אויך געצווינגען צו בלייבן פארשפארט צוליב מאנגל אין פארדינגענע באנגעלאוס וואלט שאדן געהאט שווערע געלטער וואס ער האט אריינגעלייגטביז יעצט ווייל ער האט געמיינט די קאנטרי וועט זיין אפען. 

די הענדימען וואס קומט פאררעכטן די צוריסענע סקרין'ס, די פלאמבער וואס דארף אויפשטאפן די סוער און קוקן פארוואס די דרייער ארבעט שוין ווייטער נישט, די צוויי ארבעטערס אין קאנטין, מייקל וואס דארף אויפהייבן די גארביטש פון פלאר, רפואה מאביל, QHC מאביל, די אייז קריעם טראק, די דיסטריבעטארס, יעדער איינער וואלט געבליבן אן א שטאך ארבעט. 

די היימישע געשעפטן אין שטאט וואלטן נישט געהאט די בעפאר זוממער סיזאן פון פארקויפן העמעדער פאר קעמפ, ציין פיץ, שווים גלעזער, הויזן, עיר קאנדישאן'ס פען'ס,  און אלעס וואס מען קויפט אלץ איין פאר קאנטרי/קעמפ.


די געז סטעישאן וואלטן דערלייגט שווערע געלטער, קאוטש יו עס עי, חיים פריינד, יוסל שארמעשער, אלע טראנפארטאציע וואלט געקומען ממש צו א האסטיגע אפשטעל, כאטש איין גוטע זאך יא אז די מנחה עיריע וואלט נישט געווען אזוי אנגעשטויסן, וואל מארט וואלט נישט די געהאט די טויזענטער אידישע קאסטומערס.

די אלע וואס בלייבן אין שטאט: מען וואלט געשוויצט געפערליך, מען וואלט זיך נישט געקענט אויסריען און האבן די יערליכע מנוחה, עס וואלט געווען סך מער בלעק אוטס ווייל אויטאמאטיש אז מער מענטשן בלייבן אין שטאט פארניצט מען מער עלעקטעריק. די וויליאמסבורג באס וואלט מער אפט געבליבן געשטראנדעט ווייל עס קען נישט פארטראגן קיין פרעשור, די צייטונגען וואלטן נישט געקענט בעטן א קוואדער מער פאר די צייטונג אין די מאונטענס, די נס הגדול בוים אין קעמפ וואלט נישט באקומען די יערליכע אטענשאן, דער וואס שניידט די זעגעלעך אין קעמפ וואלט נישט געהאט קיין פרנסה, און אזוי אסאך אסאך זאכן וואס וואלט שרעקליך אפעקטירט יעדן איינעם. 

די איינציגע וואס וואלטן נישט אפעקטירט געווארן זענען די היימישע גראסעריס און די בעקערייען מיט פיינע גוטע געשמאקע קאקאש קעיק...



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2012 18:33 לינק ישיר 

מאלפעע קלאר אויס דיינע ווערטער ביטע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2012 15:02 לינק ישיר 

אי מᤝום הא, וואלט געווען ᤞעסער אז די קעמᤠס וואלטן יא געᤞליᤞען פארמאכט, און הונדערטער עלטערן וואלטן אᤠגעאטעמט פון די ᤝווערע ᤞיללס וואס די זימער סיזען ᤞרענגט מיט זיך, און אנדערע מוסדות וואלטען עס נאכגעמאכט דעם קומענדיגען יאר...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2012 15:01 לינק ישיר 

אי מᤝום הא, וואלט געווען ᤞעסער אז די קעמᤠס וואלטן יא געᤞליᤞען פארמאכט, און הונדערטער עלטערן וואלטן אᤠגעאטעמט פון די ᤝווערע ᤞיללס וואס די זימער סיזען ᤞרענגט מיט זיך, און אנדערע מוסדות וואלטען עס נאכגעמאכט דעם קומענדיגען יאר...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > זומער עקאנאמיע קראך ב"ה פארמיטן געווארן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext