בית פורומים כל העולם כולו

זה בונה וזה סותר? טעראר אינערהאלב די זאליס!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/5/2012 23:14 לינק ישיר 
זה בונה וזה סותר? טעראר אינערהאלב די זאליס!!

כידוע איז ביי די זאליס הימל און ערד און כינוס.

נאך לאנגע וואכן וואס סאטמארע אידן ווייסן מיט א קלארקייט די מיינונג פון אונז רבין ומנהיג וואס דער כינוס מיינט פאר אונז תלמידי וחסידי סאטמאר, ווען אין די זעלבע צייט האט זיך ביי די זאלי רייען געטוהן שמועות ארויף און שמועות אראפ, מיטינגען אהער און מיטינגען אהין, א מינוט רעכטס און א מינוט לינקס, אזש דער עולם איז געווען גוט פארדרייט און צומישט נישט וויסנדיג אויף וועלכע וועג צו טאנצן, די מקואות זענען געווען אין א וויסטע צומישעניש... ווי-נישט-ווי האט דאך יעדער מקוה זיצער געוואלט האבן א מיינונג און יעדער האט פרובירט צוצוטרעפן וואס די הייליגע דיינים גייען באשליסן.

אצינד איז שוין ענדליך ארויסגעקומען קלאר און דייטליך, אז נאכן ארויסגעבן א בריוו וואס זאל "טעסטן" די מצב, און זעהן ווי גרויס די שאק וועט זיין, האט שוין הגז"ל קלאר ארויסגעזאגט זיין מיינונג, וואס איז נישט מחייב קיינעם נאר זיך אליינס.., אז לדעתי לדעתי, איז דער וואס וועט גיין צום כינוס אין א גדר פון "זכיה", דאס הייסט אז ער טוט בעצם גאנץ א גוטע זאך. פארשטייט זיך נאכאמאל: לדעתי.

האט זיך כידוע אנגעהויבן א צולאזעניש צווישן די קנאים/סיקריקים אינערהאלב די פארטיי.

זענען די קעפ אויפגעקומען מיט אן איידיע וויאזוי צו נידערן די בושות: זה בונה וזה סותר! מען לאזט יעדן האבן א מיינונג!

דערמיט האבן זיי נאך פרובירט ארויסצוברענגען די געהויבנקייט פון די "נועם המידות" אינערהאלב די "סאטמאר החדש", ווי כאילו ביי אונז ווען לאמיר חלומ'ען אז הרב לייכטאג זאל זיין פרא-כינוס, וואלט מען אים געבראכן די פענסטער, אבער דארט לאזט מען אלעס צי, מען לאזן מנשה פילעפף רעדן וואס ער וויל, מען לאזט דעם שאפראנער רעדן, מען לאזט משה בער בעק העצן, מען לאזט ר' יואליש שרייבן חיזוק בריוון, מען לאזט טענענבוים פירן מערכות, קאשוי ר' שמחה ישראל מעג אויך שרייען קעגן, מען לאזט אלעס, יעדער מעג זאגן זיין מיינונג, יעדער מעג פרובירן איבערצושרייען דעם צווייטן, ווייל... "כך היא דרכה של תורה"!


=======


נו לאמיר זעהן:


- אויף די נטורי קרתא האטליין (212-444-1117, #369) איז דא א ברייטע באריכט וועגן די ארעסטן זונטאג אויף ראדני סטריט, ווי ער פארציילט דארט אז זיי זענען אנגעקומען מיט סיינס, און מען האט דאס תיכף צופליקט און באזייטיגט, און שפעטער האבן די פאליציי זיי ארעסטירט לויט די אנווייזונגען פון די זאלי שישקעס.


- די זאלי סיקריקים האטליין "חומת הדת", האט ארויפגעלייגט די דרשות פון שאפראן, קאשוי ר' שמחה ישראל, און פונעם מנהיג הקנאות ביי די זאליס מנשה פילעפף, וועלכע פארפירן קעגן די "לדעתי" פסק.

האט שלום דייטש ארומגעשיקט טעקסט מעסעדשעס מיט בילדער פון די אינגעלייט פון קינגס טערעס כולל וועלכע פירן די האטליין, און צוגעלייגט טעלעפאן נומערן מען זאל זיי קאלן טעראריזירן (עה, שיין בעטן!) זיי זאלן אראפנעמען די דרשות פון די וועלכע נוצן אויס די פרייהייט פון נעום המידות צו קריגן אויף די דעת תורה וואס איז ארויסגעקומען נאך א מאסיווע "טעסט" פון א חיזוק בריוו.


- נעכטן איז אנגעקומען צום שאפראנער א שליחות פון די זאלי קאמפאני, סטראשענען אז דער סקולענער רבי שליט"א האט געזאגט אז אויב וועט ער נישט אויפהערן מיט זיינע פלענער וועט ער אים מטיל קללה זיין.


=====

אלזא וואלט זיך געוואלט פרעגן: לאמיר פארשטיין וואס ביי אייך גייט פאר!
זה בונה וזה סותר? אדער "מכה מצרים בבכוריהם"!!...



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/5/2012 23:25 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2012 23:28 לינק ישיר 

איך הער אז משכיל בלומענפעלד האט געזאגט א דרשה איינס אין דער וועלט 
זייט די משכילים האט מען נאך אזוי היפאקריטיש נישט גערעט זאגט מיר איינער אין נאמען פון א קווינס בחור 
ווי קען מען שאפן דעם טעיפ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/5/2012 00:06 לינק ישיר 

און טראץ דעם וואס אפאר אהרונים זענען ארויס דערקעגן האט קיינער נישט באקומען קיין עפרא לפומה אדער זיבעטען ריפ. אדרבא זיי זענען שיין באגריסט געווארן פארן ארויסזאגן זייער דעת תורה בדרכי נועם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/5/2012 00:19 לינק ישיר 

געלעכטער כתב:
און טראץ דעם וואס אפאר אהרונים זענען ארויס דערקעגן

מזל טוב.

מנשה פילעפף: ארוני. שאפראנער רב: ארוני. בלום-קאשוי: ארוני. טענענבוים: ארוני. מארנגנשטערן-שארמאש: ארוני. משה בער קויפמאן: ארוני. משה בער בעק: ארוני. יחזקאל גאלד: ארוני. ר' משה יודא מייזעלס: ארוני. משה מאיר בריעף: ארוני.

ווער נאך?.. 


האט קיינער נישט באקומען קיין עפרא לפומה אדער זיבעטען ריפ. אדרבא זיי זענען שיין באגריסט געווארן פארן ארויסזאגן זייער דעת תורה בדרכי נועם.

הערליך שיין באגריסט געווארן! מיט ארעסטן, מיט טעראר מעסעדשדעס און פאני קאל'ס, מיט צופליקן סיינס, מיט קללה סטראשערייען. ממש מיט זיידענע הענטשוך!...

עם כזה בעלי מידות, מי צריך מושחתים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/5/2012 00:21 לינק ישיר 

געלעכטער האסט פארזעהן דעם מציאות הער אויס די קרתא האטליין און פרעג דיר נאך איבער די טעראר וואס גייט פאר אין וו"ב קעגן שאפראן וחבריו (אויב סנישט דורך דיר בת היענה אליין עכ"פ מיט דיין הילף..) 
די כעס פון משהן איז יעצט פיל פאכיגער ווי יענע יארן דעריבער האט ער יעצט גענימען א טעראר אגענדע פיל פיל מער ווי דעם וואס ער לעגט טאן אין די נ' יארן 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > זה בונה וזה סותר? טעראר אינערהאלב די זאליס!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext