מעסער אין התבדלות נעכטן ב'קאנטינעטאל פאטשט אהרונים!
די שרעקליכע אומ-התבדלות נעכטן אין הארץ פון וויליאמסבורג! ווי טויזענטער ערליכע בחורים - כולל יונגעלייט בעל בתים, האבן זיך געדארפט אנהערן מיט די ערגסטע דברי ניאוף ונבלה אן ערגעץ אוועקפארן, אלס א דירעטע תוצא פון איטערנעט פעיסבוק וכו'
האט געוויזן וואסארא שטיתום אהרן רעדט וועגן התבדלות! א הוראה מן השמים בעתו ובזמנו! ניין! קיין איינע פון יענע חברה איז נישט קיין מחלל שבת און בועל עריות געווארן פון ציונות, אדער התבדלות פון סקולענע רבי און רבי מתתיהו סאלאמאן! ניין! זיי זענען ליידער נישט קיין 5 טאונע יודן פון וועם אהרן וויל זיך מתבדל זיין! ליידער היימישע! אלע זענען קרבנות פון שרעקליכע טעכנאלאגיע סאשעלייזינג! מיט וואס אינזער דור איז געשלאגן!
און ניין נישט אין סיטי פיעלד, נאר אין הארץ פון וויליאמסבורג כילנו ל"כינוס כלל ישראל!
איך ווייס אז יעצט וועסטו אנהייבן מיט דיינע קללות אז איך מאך חוזק פון ערליכקייט וכו'. וויל איך דיר שוין זאגן: איך האב געהערט דרשות פון רביה"ק זי"ע און פון מ"מ רבינו הברך משה זצוק"ל, און ביידע האבן גערעדט אין די הייליגסטע זמנים פון צניעות, אבער וואסערע שיינע און לויטערע שפראך דאס איז געווען (אויך אין אנדענרע זמנים ווען זיי האבן געדארפט מעורר זיין דערוועגן).
טא, קום מיר נישט זאגן אז מען דארף רעדן פון עניני צניעות אזוי ווי דיין רבי טוט.
דו טראכסט פאר איין רגע אז א' במדבר ווערט די אינטערנעט אויס פראבלעם פאר כלל ישראל?
- -דו טראכסט אז איך גלייב דיר אפילו אז דו האלסט אזוי פאר איין סעקונדע.
- מ'דארף מאכן יעדע וואך אן אסיפה איבער דעם צרעת נושנת. אן אסיפה אין סיטי פיעלד איז א גוטע אטראקציע און א גוטע פלאטפארמע. קיין טראפ נישט מער.
שיעור פארגעסן: יא רעבארן איז די איינציגסטע רב וואס שטעלט צו קאמפיוטערס געפילטערט, פאר כולל יונגעלייט.וואס טוט עס אויף וויסט השי"ת. אפשר מ'זאל האבן שרייבערס פאר כל עולם כולו.... ער איז די קופיוטער-בודקעס-רבי.
און וויליאמסבורג איז דא געניג און נאך אזעלכע לאקעישענס: פרינט אן בראדוועי, icomuter, ס'עפנט זיך יעצט א נייע נעבן גלויבערס אפעטייזינג. Now What? i
נשלח ב-17/5/2012 23:19
טיפיקל ארוני. ער האט גערעדט פאר יעדן, פאר אלע קהילות. וכלשונו "מיר זענען געזיצן און געטיען מיט אלע מיני עסקנים צענדליגע מאל למעשה איז מען קיינמאל נישט אנגעקומען אז מ'זאל קענען זאגן ס'איז א עולם התיקון, למעשה פאקט איז יעצט די ערשטע מאל וואס ס'איז געווארן א ערנסטע פעסטע גרופע עסקנים וואס האבן ארלעדיגט וכו'"
נאר איין רב האט געזאגט אז ער דארף מאכן תשובת המשקל, פאר'ן נישט טאן ביז היינט וועגן די מגיפה פון אונטערנעט. און איך מיין אז דו וועסט ווער יענער איז. סאו אין ענגליש זאגט מען SHUT UP !
נשלח ב-17/5/2012 23:07
ס'איז א גרויסע חילוק פון רעבארן און זיינע שונאים ער ווייסט פינקטליך או ןצו גיט וואס אינטערנעט איז. והא ראי' זיין איינס-פון-צעהן פליטת פה "מ'קען זעהן אויף די כלי!" און ער ווייסט וואס טיט זיך אין זיין ישיבה גדולה נעבעך.
משא"כ זיינע שונאים זענען נאיוו און טיען נישט אין חינוך, זענען זייער וואילע יודן אבער ווייסן נישט וואס טיט זיך, ווען איינע פון זיי האט ווען א ישיבה גדולה ווייסט ער ווען שוין כאטש עפפעס. (שאפראן איז אויך נאר ישיבה קטנה)
און ווי די טשאטע רב האט זיך אויסגעדריקט: "מילא די אינטערנעט אבער וואס קומט עס צו איין ראי' אסורה אין סיטיפיעלד....."
נשלח ב-17/5/2012 23:02
נא נא ווארף נישט זאמד אין די אויגן! אין ארץ ישראלזענען יאבחורים געווארן פריי אינגאנצן וועגן ציונות צה"ל און שטיינמאנ'ס נחל חרדי. אין אמעריקא די לעצטע 20 יאר איז נישט געווארן איין אפגעפארענער וועגן דעם. * און אין הכי נמי פארוואס צו גיין אויף מירון און טאנצן אין איין רינג מיט די אלע כלל ישראל אומ-התבדלות יודן, האסטו נישט קיין פראבלעם, די פראבלעם איז (דארף ווען...) נאר אז מ'טאר נישט גיין אויף א"י. * נעכטן האט געוויזן אז אהרנ'ס פערדעריי איז נישט נאר נאיוו נאר דענדזשערעס טיפשות וואס פאטשט אין פנים אז ס'ציפּט! * און ניין! מיך קען מען מיט קיין בילד פון א קאמפיוטער בודקעלע אויפן דעקל פון בלאט אפקויפן!...
אפשר דיך בארואיגט עס א ביסל. אבער יעדער וואס איז ארויס פון אהרנ'ס מח-וואשעריי קויפט עס נישט! ענק האבן די זעלבע פראבלעמען ווי גאנץ כלל ישראל, זעלבע נסיונות, זעלבע שוואכע חברה וואס פאלן אוועק פון קרית יואל'ע ישיבה וואס האט שוין ליידער פראצודירט צענדליגע מחחלי שבתות! קיין איינס וועגן התבדלות! יונגעלייט מיט בלעבעריס מיט אלע עקלדיגע פיקטשערס וואס מ'שיקט זיך ארומ (נאר צו "זעהן" וועלכע מיידל איז לעצט אפגעפארן...) ביזנעסעס אהן קיין פילטערס. אויפגעטוען האט דערוויל א הויקער-מיט-א-שניפסל!
די חילוק איז איינס: אז ענקער מנהיג איז אנדערש. פינטל די רעסט איז אלעס די זעלבע ליידער
נשלח ב-17/5/2012 22:58
סטראבערי,
איך גלייב נישט אז די פורקי עול פון נעכטן באדערן דיך. דיך באדערט אז ס'איז דא "איין" קהלה וואס האלט זיך נישט ביים צושטעלן צו דעם כינוס כלל ישראל, ווייל דאס איז זייער מסורה.
יעצט פרעג איך דאך א נארמאלע פראגע: דו קענסט אפשר טרעפן איין נארמאלע סיבה פארוואס נישט צו מאכן אזא כינוס נאר פאר וויליאמסבורגער אידן?
איך פארשטיי אז מ'האט געמאכט א פאליטישע באשלוס, אבער מ'האט דאך דיר געגעבן א מח צו טראכטן.
און בכלל לאזט זיך פרעגן דו ווייסט פון ווינציג פעלער פון פורקי עול פון 40 און 50 יאר צוריק? דו ווייסט בכלל אז א גאנצע כתה אין סאטמאר זענען אפגעפארן מיט לאנגע יאר צוריק. נאך פאר ס'איז געווען א קאמפיוטער אויף דער וועלט?
אפשר דארף מען זיך יעצט נעמען און אנהייבן באשולדיגן, פארוואס מ'האט געדארפט גיין קיין מאנהעטן פראטעסטירן קעגן די ציונים די אלע יארן, הלמאי, מיר האבן דאך אויסווארפן און פורקי עול אין סאטמאר...?