דער געלעכטערל כאפט נעבאך נישט, ער פירקעלט איין מאל און נאכאמאל זיינע שטיות מיטן שטעפיווקער צדיק,
טיה א קיק ליכטיגער געלעכטרל,
יעדער וואס האט נאר אמאל געהערט די הייליגע ש''ס תורה פונעם הייליגן רבי'ן זי''ע, אדער נאר אפי' אמאל געלערנט זיינע הייליגע תורות, פארשטייט און ווייט אז ער האט גארנישט וואס צו זיכען ביים כינוס,
ביי די בחירות הטמאות בארצינו הק,
דער הייליגער בעלזער רב זי''ע, וואס איז נאך געווען אזוי גרויס וואו דער סקולענער רבי שליט''א האט געהייסן יא גיין צו די בחירות,
דער טעשבינער רב וואס איז געווען דער גאון הדור,און ער איז נאך געווען אזוי גרויס וואו דער סקולענער רבי שליט''א האט געהייסן יא גיין צו די בחירות,
דער סטייפלער גאון און ער איז נאך געווען אזוי גרויס וואו דער סקולענער רבי שליט''א האט געהייסן יא גיין צו די בחירות, ער שרייבט אפי' און א בריוו אז זיין שוואגער דער הייליגער חז''א האט אויך געהאלטען אז עס איז חוב קדוש צו גיין צו די בחירות, און עס לאזט זיך זאגן אז דער הייליגער חז''א איז נאך געווכן אזוי גרויס וואו דער סקולענער רבי שליט''א,
דער הייליגער גורער רבי דער אימרי אמת זי''ע וואס ער איז נאך געווען אזוי גרויס וואו דער סקולענער רבי שליט''א האט געהייסן יא גיין צו די בחירות,
איז דען פאר איין סאטמארער חסיד ביי געפאלן אז מען מעג ח''ו גיין צו די בחירות הטמאות? זיכער נישט!
אז רבינו הקוה''ט דער ויואל משה זי''ע האט געזאגט און ער האט געשריבן און זיינע הייליגע ספרים אז גיין צו די בחירות איז יהרג ועל יעבור, איז דבריו נר לרגלינו, און מיר גייען נישט צו די טמאנע בחירות,
דאס איז דעת קדשו פון רבינו שליט''א
רבינו שליט''א וואס האט געהאט די זכיה צו עסן די סעודת שבת קודש ביי זיין הייליגער פעטער זי''ע,
רבינו שליט''א וואס האט געהאט די זכיה אז דער רבי זי'ע איז געקימען זיין בר מצוה, און זיך צוגעהערט צו זיין פשעטל, און דאס הייליג פנים זיינער האט געלאכטן פון שמחה דקדושה וואו אזוי א הייליגער סיגוטער אייניקל וואקסט אויף לתפארת בית אבותיו, און ער האט אים געקויפט א סעט רמב''ם, און אים געבעטן, זע אז דער רמב''ם זאל נישט שווער בלייבן,
רבינו שליט''א וואס האט געהאט די זכיה צו זיצען ביי די טיפזינגער שיעורים וואס איז פארגעלערענט געווארן בקדושה וטהרה דירוך רבינו הקוה''ט זי''ע, און דער רבי זי''ע האט געווארט אויף אים מיט די שיעורים, א זאך וואס ער האט נישט געטאן פאר קיינעם אויף די וועלט,
רבינו שליט''א אויף וועם רבינו הקוה''ט זי''ע האט געזאגט, אז עס איז נישטא נאך אזא בחור וואו אים און די ישיבה,
רבינו שליט''א וואס האט גענאסן א אויזער געווענליכע אהבה והערצה פון רבינו הקוה''ט זי''ע, רבינו הקוה''ט זי''ע האט אויף אים אויסגעלאזט ביי קריאות התורה מיטן פסוק לשאת את השלחן, דאס מיינט פירן טיש, ווען ער איז נאך געוען א יונגערמאן אונטער די 30,
זאגט אז לויט וואו ער האט מקובל פון רבינו הקוה''ט זי''ע, האט א סאטמארער חסיד גארנישט פארלוירן ביי אזא כינוס, אזוי זאגן אלע תלמידים פונעם רבי'ן זי''ע, ווער עס האט נאר אמאל געפנט א ויואל משה פארשטייט דאס, אריין גערעכענט די בני המן למינהם,
און די כבוד פון די אלע צדיקים וואס ארבייטען פארן כינוס, כבודם במקומם מונח,
קימט צו גיין רעב זאלי וואס ער האט נישט געהאט קיין שום פארקער מיט סאטמאר, און מיטן רבי זי''ע, פארקערט ער האט גאר פיינט געהאט צו קימען אויף סאטמאר, ווייל דער הייליגער רעבעצין אויף וועם ר' זאלי האט געזאגט ביי איר לוי אז מען האט זיך געקענט מדבק זיין און איר רח''ל, פרעגט שטארק ארויפהייבן ר חיים רובין דער מאזשוי'ערס זון, זי האט דירעקט געוואלט דערמיט, אראפ קלאפן זלמן לייב דער סיגוטערס,
און ער זאגט לדעתי לדעתי דארף מען יא גיין גיין צום כינוס, איז ער הייליג גערעכט לדעתו לדעתו דארף מען טאקע גיין,
אבער לדעת סאטמאר לדעת רבינו הקוה''ט בעל ויואל משה זי''ע האט א סאמארער חסיד גארנישט פארלוירן דארטן.