דב"ק קילורין לעינים ביי דינער פון כולל עצי חיים אין ב"פ
היינטיגן אווענט קומט פאר די כולל עצי חיים דינער אין בארא פארק, רבינו שליט"א האט נארוואס געזאגט די דברות קודש בים דינער.
לויט ווי א באטייליגטער האט מיר דאס איבערגעגעבן האט די רבי צווישן אנדערע געזאגט ווי פאלגנד:
דער זיידע די יטב לב ז"ל איז אמאל געקומען צו א נגיד נאך געלט, און ווען דער נגיד איז ארויסגעקומען האט דער יטב לב אים אנגעהויבן צו דערציילן מעשיות. עס איז אבער געווען זייער קאלט פאר דעם נגיד, האט ער זיך אנגערופן אז דער רב קען אריינקומען. אבער דער יטב לב האט נישט געוואלט און ווייטער דערציילט נאך און נאך.
ווען ער האט געענדיגט איז ער אריינגעקומען און ער האט געפרעגט דעם יטב לב פארוואס ער האט דוקא געוואלט שטיין אזוי לאנג אין די קעלט, האט ער געענטפערט, איך גיי נאך געלט פאר ארימע אידן וואס האבן נישט גארנישט, האב איך געוואלט דו זאלסט שפורן אויף די אייגענע הויט וואס עס מיינט צו זיין אויף די קעלט אן קיין הייצונג...
מען מאכט דא א אקציע פאר כולל עצי חיים, און דאהי טוט זיך יעצט מיט א כינוס כלל ישראל, עס טוט זיך א מצב, אלע גדולי ישראל, אלע צדיקים, אלע אדמורי"ם, גאנץ כלל ישראל, אלעס גייט. און, אונזער ציבור גייט נישט, קען מען זיך שפורן אביסל אויסגעטוהן פון דעם כלל ישראל. זאלן מיר אמעריקאנע אידן וויסן: אזוי שפורן סאטמארע ערליכע אידן אין ארץ ישראל! עס טוט זיך א וועלט מיט אדמורי"ם, א וועלט מיט כינוסים און אויפטוען, און סאטמארע אידן שטייען אזוי אויסגעשפילט און אפגעזונדערט פון די גאנצע גערויש, און פירן זיך א אייגן לעבן מיט מסירת נפש.
אט האבן מיר צו שפורן וויאזוי אונזערע ברודער לעבן.
 |
|
|