בית פורומים אידישע געדאנק

ר' אהרן אין פאניק!! נעמט זיך רעדן מאדנע זאכען

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/5/2012 16:21 לינק ישיר 
ר' אהרן אין פאניק!! נעמט זיך רעדן מאדנע זאכען

ר' אהרוני איז די לעצטע מעת לעת נעבעך אריינגעפאלען און א שרעקליכע פאניק וועגן די בעפארשטייענדע כינוס הגדול פון רבבות אלפי שלומי אמוני ישראל און ער האט זיך געעפנט זיין גרויליגע פי האסון אויף א משוגענע פארנעם אזש ביזען עס פארגלייכען צים סיום הש"ס און ער איז נאך נישט געווארען זאט און געלאזט פאלען א באמבע מיטן עס פארגלייכען צו די בחירות הטמאות א בייפאל וואס נישט איינגעפאלען אפילו פארען שפיטיווקער,
א בושה און א חרפה דאס הייסט נוצען די ויואל משה פאר א געווער פאר פאליטישע אינטרעסען!!
אגב איז חיים שלמה פישער דאהי?



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2012 22:47 לינק ישיר 

איז אמת וואס מען שמועסט דא

אז הגרז "ל האט גענומען די זעלבע מדרש

און געטייטשט אז רגלי מוליכות אותי לביהמ "ד מיינט די סטאדיום ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2012 22:23 לינק ישיר 

באקומען אין אישי


ער ציטירט וואס דוד המלך האט געזאגט: 
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך ורגלי מוליכות אותי לבית המדרש. 
ווען ער איז געלאפן צו בעראלע בעלזער, איז אויך געווען רגלי מוליכות אותי? 
אינטרעסאנט אז די רגלי מוליכות האבן אים אפגעהאלטן ן נישט צו גיין און אים נישט צו מוליך זיין באזוכן דעם ירושלימ'ער רב. 
אינטרעסאנט אז די רגלי מוליכות האבן אים געפירט באזוכן דעם סערט ויזניץ'ער רבין, אבער די זעלבע רגלי מוליכות האבן אים צוריקגעהאלטן נישט צוגיין באזכן קיין איינעם פון די חברי בד"ץ העדה החרדית. 
די רגלי מוליכות האבן געטראפן א תירוץ אז ער איז נישט געגאנגען באזוכן רבנים פון ירושלים ווייל ער איז נישט געוען אין ירושלים בכלל, אבער די רגלי מוליכות האבן אים יא געפירט א וועג פון בני ברק קיין טעלז-סטון באזוכן דעם גרעסטן מהרס ומחריב דעם בעראלע כאטש די וועג פון בני ברק קיין טעלז סטון איז אסאך א לענגערע וועג ווי פון טעלז סטון קיין ירושלים. 
דער וועג פון בני ברק קיין טעלז געדויערט בערך 25-35 און דער וועג פון טעלז קיין ירושלים איז נאך 7 מינוט. 
דער וועג קיין חיפה צו סרט וויז'ניץ איז דאפלט ווי צו פארן קיין ירושלים. 
אבער ווי גיזאגט די רגלי מוליכות האבן אים געטראגן נאר צו אזעלכע וואס פירן א מלחמה מיט'ן פעטערס וועג און דרך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2012 22:16 לינק ישיר 

ער מוז שוין נישט רעדן


די 2 דרשות וואס ער האט געזאגט, איז שוין פונקט גענוג.

דער האט זיך שוין אנגעמאכט גענוג שאדן פון די 2 דרשות.

ווייל... ווער עס פארשטייט פארטייט, און ווער עס פארשטייט נישט וועט נישט פארשטיין...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2012 19:45 לינק ישיר 

נישט גערעדט קיין דיבור בנוגע דעם כינוס דעם גאנצן שב"ק

פאר געבעקסן ווענדט אייך צו פארמעגליך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2012 18:52 לינק ישיר 

וואס גייט פאר?? וואס האט ער גערעדט שבת אז ער איז נישט מוחל בזה ובבא ווער עס גייט צום כינוס
איינער ווייסט עפעס מער פרטים??



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2012 15:36 לינק ישיר 

אהההההה ענדליך די לאנג ערוואטערטע רעדע פונעם בארימטן מוח וואשער שש''ט איז שוין ענדליך דא צוהערן
נעכטן האט דער מוח וואשער געהאט א שווערע ארבעט צו וואשן די מוחות פון די יונגע קעלבער
אין גערעדט כדרכו מיט ספינס געדרייעט אהער געדרייעט אהין אלעס כדאי עס זאל שטימען מיטן פארדרייטן מוח פונעם בעיבי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2012 10:10 לינק ישיר 

איך פשוט זיכער מאכן אז איך האב גוט פארשטאנען. ביטע ליין איבער דיין תגובה בחור'ל, און זאג מיר ווער עס שעלט און ווער עס האט א גוטע לאך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2012 09:59 לינק ישיר 

איך פארשטיי עטץ פלאצטס און קראכטס פאר קנאה אז ר' אהרן איז געבליבן מיטן זעלבע מיינונג ווי משה בער בעק. קיינער האט דיר נישט געבעטן צו זיין א א ארוני הא הא שעלטס ווייטער און שרייטס אלע ווייטער הויעך א אהרן איז די גרעסטע רעבע און אז אונז טוען אלעס וואס אהרן הייסט, נעם עס שוין אריין אין קאפ "זיין מיינונג איז קיין מיינונג" זיינע פסקים זענען נאר פאר די שעהר'ס און מיטעלמאן'ס, ווייל זייער אסאך ארונים אפילו משה פאלקאוויטש האט אויך געקויפט א טיקעט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2012 09:51 לינק ישיר 

אט איז א טייל פון די פון פאראויס פארגעשריבענע רעפארטאזשען,

,6:00, ס'ווערט יעצט אריין געברענגט די ספעציעלע שטעקענעס פאר די רבנים, סטעי טונד!!
6:15 אדמור מקאוואטשהאזע גייט יעצט נעמען ס'ערשטע באלי! די משוררים זינגען התעוררות ניגונים!! מ'זינגט יעצט די ד' בבות ניגון מ'כאפט אריין פאר די ליטאים קומען אריין.

6:15, מ'פארקויפט ווער ס'זאל קענען כאפן ס'ערשטע די באלי און עס קענען ווארפן ווייטער!

6:30, משה שמואל דשופניק האט אפגעקויפט דעם זכות פארן אסטראנאמישן ציפער פון 500 טויזנט דאללער!! עריז מכבד דערמיט אדמור מ'סאטמאר שליט"א!
6:35, די קאראוואן פון אדמור מ'סאטמאר האצעך יעצט אפגעשטעלט אין צענטער פונעם פיעלד! מ'קען זעהם דעם רבי'ן שליטא ארויסקומען פון די דריטע קאר מיט די מערסטע בליצערס!
6:40, די רבי אישוין גרייט, די מוזיק שפילט שוין לעבעדיג די סאטמארע "אחת ואחת" סיז א קידוש השם איום ונורא צו הערן אזא ריזן פול טוינזט קעפיגן עולם אויסציען דעם "תתתת" נאך יעדע "אחת" ווי די באוויזטע "ש" נאך אחת ושש!! מי שלא שלא שמע ששש זו לא שמע ששש מימיו!!

6:42, אדמור מ'סאטמאר וויל ווארפן ס'באל דוקא פאר אדמור מ'פשעווארסק אבער וויבאלד עריז נאכניש אין זאל און אויך דער מחותן המשולשת איז אויך ניש צום האבן, האט מען אפירגענומען זיין ברודער אדמור מ'ברך ליפא, וואס עריז דאך א טשעמפיאן,
6:45! אדמור מ'ברך ליפא אישוין אין פאזישען! די ארקעסטרע שפילט זיין באוויסטן "דאמיראאאן בעלמא"!
6:46, איינס! צוויי און דריי!! די רבי הייבט יעצט אויף זיין שטעקן און געט א גוטן זעץ מיט די זילבערנע זייט פונעם שטעקן!! די באלי פלייייט!! דער גאנצער עולם זינגט הויך די זעקסטע הקפה ניגון!! זענטער רב שטייט מיט אויסגעשפרייט פיס וראשו בין כרעיו, זיין הענט איז גרייט בין תנור לכריים וידו על התחתונה! די באלי קומט צו פליען! גראד אריין אין ציל!! אשרי עין ראתה בשמחת קהלינו!! פון אלע זייטן "סאטמער" "סאטמער" "סאטמער",



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2012 06:55 לינק ישיר 

די ארונים דרייען זיך ארום באמאכט, די גבאים פונעם סבלן באטראכטן אצינד אלע אפציעס וויאזוי אפצושטעלן די זעלטענע שטותים וואס גיסן זיך פונעם פה מפיק, דערצו אז די ערענסטע אהרונים האלטן נישט ביים אויפגעבן די טיקעטס, נאר זאגן אז זיי וועלן גיין ווייל זיי ווייסן אז דעם רבי'נס דרשות זענען ביליג פאליטיק. ‎​
 
מ'וועט ווארשיינליך כאפן דעם קנאי און אים פארשפארן ערגעץ ווייט אוועק אין די אריזאנע געגנט נעבן די ווייץ כדי צו מינימיזירן דעם שאדן וואס זיינע דיבורים קענען פאראורזאכן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2012 06:34 לינק ישיר 

ג"א מצטרף בדברי מחאה,

איך וויל נאר מוסיף זיין אז דאס וואס ר' אהרן רעד מאדנע זאכן דאס איז ווייל ער רעדט העכערער ענינים, עס זעהט אויס מאדנע, והדברים סתומים רזין דרזין,




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/5/2012 06:15 לינק ישיר 

כדי שלא להיות בכלל "השומע זילותא דרבנן ושותק", מוז איך מיר אנרופן: הוי זהיר בגחלתן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/5/2012 21:57 לינק ישיר 

צווייפל אויב ווילסטו עס נישט פארשטיין וועל אעך דיך מסביר זיין זייער פשוט .        ס'איז א מציאות אז ס'קומט יעצט פאר 2 גרויסע ציזאם קומען און כלל ישראל  1 כינוס כלל ישראל פאר 72000 פלעצער און 2 סיום הש''ס פאר 90000 פלעצער ממילא האט ער גערעדט איין מאל אויף ביידע . אבער ס'מיינט נישט אז ער האט געזאגט אז ס'איז איינס (ביי אונז פאסט מען אויף אפי' אויף א מנהג אזוי ווי א מצוה דאורייתא און אזוי אויך פארקערט)
נ''ב קען זיין אז ער האלט אז ס'איז יא דער זעלבע זאך .אבער געזאגט האט ער איז נישט.
גיט שבת.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/5/2012 20:42 לינק ישיר 

Jhol   דיין לעצטע תגובה זעט אויס צו זיין געשריבן איבערגעאיילט, אדער דאס איז דיין מהלך.  




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/5/2012 20:34 לינק ישיר 

Jhol   כתב, "אויב זענט איר נאך אלץ שטארק און פאניק (ווייל מרייסט זיך ביי ענק ביי דער קעפ )קענט איר עפענען נאך אפאר אזעלכע אשכולות צי בארהיגן דיינע קעלבלעך".

סאיז נישט קיין נייע זאך אז מרייסט זיך אין סאטמאר ביי די קעפ בעניני השקפה, פרשת שווארצע יוכיח, אגב שאפראנע רב זצ"ל איז דעמאלט מיטגעשטאנען מיט די שווארצע, און ער איז געווען א הייליגער איד, און איז נאכאלץ שטארק רעספעקטירט אין סאטמאר, מיטן אויבערשטנס הילף וועט דא אויך אזוי זיין, ואת והב בסופה.

דער אלגעמיינער עולם וועט פאלגן דעם רבי'ן מיט די דיינים און גיין.  




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ר' אהרן אין פאניק!! נעמט זיך רעדן מאדנע זאכען
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext