בית פורומים כל העולם כולו

די פאפא מהלך

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/5/2012 17:37 לינק ישיר 
די פאפא מהלך

געהערט היינט ביי שחרית אין פאפא בית המדרש
 
פארגאנגענעם ליל שישי און נעכטן מוצאי שבת קודש זענען פארגעקומען צווישן עסקני ק''ק פאפא און קאמפיוטער טעכנישאנס העפטיגע באראטונגען בנוגע אהערצושטעלן א קאמפיוטער פילטער וואס זאל זיין געאייגענט פאר וויליאמסבורגער הייזער.


לכאורה איז דאס א בדיעבד שבדיעבד נישט צו באקעמפפן סיי וואספארא קאמפיוטער אין די הייזער .

 די פאפא עסקנים זאגן אז זיי האבן דערצו די הסכמה פון כ''ק אדמו''ר שליט''א מפאפא.

 די פילטער וואס די פאפא עסקנים ראטן אז מען זאל עס אנרופן ''די וויליאמסבורגער פילטער'' וועט זיין אויף א גאר שטרענגען שטאפעל וואס וועט בלאקירן , בילדער, כפירה ומינות בלאגס, סטרימינג ווידעאס, סאושעל מידיא, טוויטער און פעיס בוק.
 
די פאפא עסקנים האפן אז מען וועט דאס אויסרופן היינט ביינאכט ביים ''כינוס כלל ישראל''

תוקן על ידי רבי_יונה ב- 20/05/2012 17:38:11




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/5/2012 20:55 לינק ישיר 

דזשעי נעט אנפירער האבן זיך אויך היינט געטראפן מיט עסקני פאפא און ערקלערט אז ביז היינט האבן זיי געהאט א פראבלעם, אז זיי זענען נאר צוגעשטעלט פאר די-עס-על, און נישט פאר קעיבעל, און רוב נייע קאנעקשאנס זענען קעיבעל אדער פייאס.

סאו, אלע וואס זוכן א פילטער מוזן אנקומען צו סאניק-וואל אדער ענליכע באַקסלעך וואס מ'קאנעקט פון אינעווייניג (אנדערש ווי דזשעי-נעט וואס פילטערט שוין פון אינדרויסן) און מ'דארף עס אויפסעטן פונקטליך וואס מ'וויל בלאקן און מ'קען עס ארומטוישן אויב מ'האט די פעסווארד.
 

איצט איז דזשעי-נעט אויפגעקומען מיט זייער אייגענעם באַקסל (זיי ארבייטן שוין דערויף צוויי יאר, און אפשר איז עס נאכנישט אינגאנצן פארטיג, אבער זיי זענען עס גרייט צו מעלדן אויפ'ן פארלאנג פון עסקני פאפא) וואס ארבייט אויך אויף דעם וועג צו פילטערן פון אינעווייניג, אבער זיי זאגן אז עס קומט שוין אויפגעסעט פאר'ן היימישן עולם, מיט אלע ריסטריקשאנס וואס פעלט אויס, און אפשר גאר מיט א שטאפל ווייטער ווי אנדערע.

זיי האבן איבערגעגעבן פאר די פאפא עסקנים פארשידענע אפציעס פון דעם פילטער, א האום-בעיסט פילטער, און א ביזנעס-בעיסט פילטער אא"וו, מ'וועט קענען בלאקן בילדער, בלאגס, יו-טוב, אא"וו. זיי האבן פאר ביזנעסער אויך א אפציע צו האבן אפן "עפעס" יו-טוב קאטעגאריעס.
 

הקיצור, זיי פרובירן צו מאכן ווי מער צוגעשטעלט צו די געברויכן פונעם קאסטומער

תוקן על ידי רבי_יונה ב- 20/05/2012 20:55:39




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/5/2012 20:42 לינק ישיר 

איך קויף גערן די פאפא'ער מהלך בתנאי זיי זאלן מיר נישט צושפארן די כל העולם כולו
וזהו



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/5/2012 19:40 לינק ישיר 


ר' יצחק אייזיק פירטה א מומחה אין טעכנעלאגיע, מענעדזשער פון ר' משה אהרן ווייס'ס פירמע איז זייער צעפרידן פון די פאפא פלאן. מר. פירטה איז דער קאמפיוטער טעכניזשען פון ''חסד''



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > די פאפא מהלך
מנהל לחץ כאן לשחרור האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext