בית פורומים אידישע געדאנק

לעצטע מינוט: אהרוינים שטעכן מעסער אין ריקן פון כלל ישראל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/5/2012 19:01 לינק ישיר 
לעצטע מינוט: אהרוינים שטעכן מעסער אין ריקן פון כלל ישראל

נאכדעם וואס עס ווערט קלאר פאר די אהרוינים אז כלל ישראל איז נישט אנגעוויזן אויף זייער 4000 מענער און נאכדעם וואס זייער רבי האט שוין געזאגט פרייטאג צונאכטס אז ער איז נישט מוחל ווער עס גייט, פראבירן זיי יעצט אין לעצטן מינוט זייער לעצטע מיטל מיט וואס זיי קענען אפשר צוברעכן די זאך.

נאכן פראבירן שמירן אלע זייטן אז עס איז געווען חילול שבת די וואך אין סיטי פיעלד און פארדעם אליינס טאר מען נישט גיין גייען זיי יעצט א טריט ווייטער און פראבירן מאכן זיכער אז עס וועלן זיין דארט תמונות תואבות.

יעדער פארשטייט אז אזא סטעידיום איז אנגעפילט מיט עדווערטייזמענטס, רוב פון די גוי'אישע עדווערטייזמענט'ס זענען פול מיט תמונות תואבות אפילו נאר פשוטע פראדוקטן ווי לאמיר אנכאפן מילך פון קיען וועט ווערן עדווערטייזט מיט תמונות תואבות.

די עסקנים ארבעט שווער פון מוצאי שבת צו באדעקן די אלע עדווערטייזמענטס.

געזעצליך האט די סטעידיום א פראבלעם דערמיט ווייל זיי שרייבן קאטראקט מיט די אלע קאמפעניס, מיט איין קאמפעני פאר א יאר א צווייטע אויף א חודש און א דריטע אויף א האלב יאר. די עדווערטייזמענטס דארפן דארט זיין די גאנצע צייט.

די סעטעדיום האט פארמאכט די אויגן און זיך נישט וויסענדיג געמאכט כאילו זיי זען נישט און ווייסן נישט אז מען באדעקט די אלע בילדער, מיט די האפענונג אז די גויאישע קאמפעניס וועמענס עדווערטייזמינטס עז זענען פארדעקט וועלן זיך קיינמאל נישט דערוויסן אז עס איז געווען פארדעקט אויף די איין נאכט.

אבער די אהרוינים מיט זייער מעכטיגער רשעות שלאפן נישט און זיי שיקן אימעילס צו די בעלי בתים פון די סטעדיום מיט סטראשעריי אז מען וועט זיי קלאגן אין געריכט פארן פארדעקן די עדווערטייזמענטס און נישט באצעלן. און זיי שיקן אימעילס פאר די קאמפעניס וואס זענען עדווערטייזט אין די סטעידיום כדי זיי זאלן נישט צולאזן דאס צודעקן די עדווערטייזמענטס.

ס'איז קיין ספק אז כלל ישראל וועט די רשעות אויך באזיגן פונקט ווי כלל ישראל האט באזיגט אירע שונאים די פארגאנגענע 3,500 יאר, אבער עס טוט וויי צו זען ווי נידריג עס דערקייקלען זיך אידן און וויפיל רשעות זיי קענען באווייזן ווען זייער כבוד איז געטשעפעט.


תוקן על ידי פריש ב- 20/05/2012 19:04:28




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2012 19:11 לינק ישיר 

די ארונים מיט די שארפע אויגן זענען די ערשטע אויפצוכאפן אלע שמוציגע זאכן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2012 19:22 לינק ישיר 

ארוניםליך דעמעדזש איז דאן!!!!!
איך האב גערעדט צו איינעם פון די הויפט עסקנים האט ער מיר געזאגט אז די ערשטע פאר וואכן איז געווען זייער שווער צו פארקויפן די טיקעטס דער עולם האט געמיינט אז עס גייט זיין א אויסגעשפילטע זאך אזש מען האט שוין ערענסט גערעדט פון מעגליך אפשטיפן אדער גאר קענסלען דעם גאנצן מעמד ביז סקלענע רבי שליט''א אין הגאון ר, מתתיהו סאלאמאן שליט''א האבן אנגעהויבן שטארק מפציר צו זיין רבינו שליט''א אז ער זאל זיך יא צושטעלן אינגאנצן ווייל אן אים איז נישטא קיין כינוס
רבינו שליט''א דער רועה נאמן האט געזעהן דא א מוראדיגע אחריות אז עס ווענדט זיך נאר אין אים האט ער אנגעהויבן
צו שטעלן פארשידענע תנאים אין מען האט זיך זייער שיין צוגעשטעלט ווי רבינו שליט''א האט שוין ערווענט ביי די דברות קודש אין די רעזולטאטן זענען געווען ווי פאלגענד!!!!!
עטס קענטס אלע פלאצן
ביז ל''ג בעומר איז נאך געווען אינדרויסן ארום 20.000 טיקעטס צום פארקויפן
נאך די פייערדיגע דברות קודש פונעם רבן ומנהיגן של רבבות אלפי ישראל כ''ק מרן אדונינו מורינו ורבינו שליט''א
ביים שלחן הטהור דאנערשטאג ביינאכט ביז מאטאג נאכט זענען פארקויפט געווארן די איבריגע 20.000 טיקעטס אזש אז איבער 10.000 אידן זענען געבליבן אויסגעשפילט אין האבן נישט געקענט מער קויפן ביז מען האט ארלעדיגט דעם אנדערן סטעדיום
וואס איז שוין אויך כמעט נישטא צו באקומען

איז דען א וואונדער פארוואס דער רא''ט האלט עס נישט אויס ער זעהט ווי כלל ישראל האט זיך צוגעשטעלט צו זיין יונגערן ברודער אין אים האט מען געשיקט ליפטערן אוודאי איז ער נישט מוחל ווער  ס'גייט,
 זיינע נערווען זענען נעבעך אזוי צושפילט אז ער האלט שוין כמעט ביי א נערווען בראך
זאל ער האבן א רפואה שלימה

כלנו לכינוס כלל ישראל!!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2012 21:18 לינק ישיר 
קרעדיט: אייוועלט



הודעהדורך שטארק זיך » זונטאג מאי 20, 2012 1:05 pm

קאנפירמירט

ר׳ פסח קראהן שי׳ גייט אי״ה רעדן אום 6:45
מארגן ביים טשייניז אוקשן פון הצלה בארא פארק,

אויך איז קאנפירמירט אז היינט נאכט ביים כינוס כלל ישראל אי״ה רעדן הג״ר דן סג״ל שליט״א,
אין קיינעם ספעציעל׳ס שליחות.

די גאנצע פראגראם, כולל הרעדנערס וכל תוכן דבריהם, איז דורכגעקוקט געווארן דורך כ״ק אדמו״ר רבי זלמן לייב טייטלבוים מ׳סאטמאר שליט״א. וכאשר התנאו מקודם. ער האט אראפגענומן געוויסע חלקים פונעם פראגראם (איינער זאגט מיר אז ער האט אפגעשטעלט א געוויסער מכתב וואס האט געזאלט פארגעליינט ווערן, (נישט באשטעטיגט).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2012 21:35 לינק ישיר 

איצט געהערט אז פסח קראהן וועט געבען היינט באנאכט די אפציעלע רעדע פאר די press



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2012 21:44 לינק ישיר 

פריש שרייבט :

אבער די אהרוינים מיט זייער מעכטיגער רשעות שלאפן נישט און זיי שיקן אימעילס צו די בעלי בתים פון די סטעדיום מיט סטראשעריי אז מען וועט זיי קלאגן אין געריכט פארן פארדעקן די עדווערטייזמענטס און נישט באצעלן. און זיי שיקן אימעילס פאר די קאמפעניס וואס זענען עדווערטייזט אין די סטעידיום כדי זיי זאלן נישט צולאזן דאס צודעקן די עדווערטייזמענטס.



איך מיין דאס איז אזוי אמת ווי דאס

זייער רבי האט שוין געזאגט פרייטאג צונאכטס אז ער איז נישט מוחל ווער עס גייט 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2012 21:49 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2012 22:15 לינק ישיר 

ביידען


דער סאטמארער רבי שליט"א האט נישט דורכגעקוקט די דרשות

דאס איז געטאן געווארן דורך איינעם פון די סאטמארער דיינים.

דאס איז געווען איינע פון די תנאים וואס דער סאטמארער רבי שליט"א האט געשטעלט פארן צושטיין צום כינוס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/5/2012 18:29 לינק ישיר 

ביידען.

זייער גוט טוסטו, איך בין א הויך-שטאקיגער אקס. מיין פראגע איז סימפל: גייט מען מוחה זיין אויף די דעות כוזבות ודברי ציונות וואס מ'האט נעכטן נאכט געהערט ביי דעם כינוס כלל ישראל. יא אדער ניין?

קשיא נומער 2: אויב האט מען דורכגעקוקט די דרשות, וויאזוי האט מען דאס דורכגעלאזט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/5/2012 19:04 לינק ישיר 

 

נאטירלעך נאך אזא געלונגענע מעמד ווי אלעס איז געפארען בסייעתא דשמייא פונקט ווי געפלאנט בעזרת השם, וועלען די צעשאסענע דעקעלעך יעצט טרייען צו ספינען און באשאפען זאכען וואס זענען נישט געשטויגען אבי צו פארדעקען זייער ווייטיגליגען מיאוסער דורעכפאל, זייערע דעמעדש קאנטראל שרייבערלעך זענען שוין דא אויף היידפארק פון צופרי צו בארואיגען זייערע צעבראכענע יונגעלעך מיט ספין'ס און שקרים, נעבעך




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > לעצטע מינוט: אהרוינים שטעכן מעסער אין ריקן פון כלל ישראל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext