די ביטערע ווייטאג
יו, ס'איז אנבליוועבל די ווייטאג פון די ארונים, יו, איך בין זיי נישט מקנא..........................
אנגעהויבן האט זיך עס, ווען ר' אהרן האט באשלאסן אז ער גייט פשוט נישט, אבער ער האט פארשטאנען אז פייטן דערקעגן קען ער נישט צוליב וואס ס'האט די בעקאפ פון די גרעסטע גדולי ישראל, ובפרט נאכדעם וואס 4 גרויסע רבנים ואדמורי''ם זענען פערזענליך ארויף צו אים און ער האט א שטויס געגעבן אויף ריקוועגס, האט יעדער פארשטאנען אז כאטש פייטן דערקעגן קומט נישט אין באטראכט...
ס'איז אדורך א פאר טאג, און די קו''ק פון ביד''צ סאטמאר האט געראטעוועט כינוס כלל ישראל, און דאס האט נאכגעפאלגט מיט רבינו'ס דרשה ל''ג בעומר וואס האט א שאקל געגעבן דאס ניו יארקער ערד, און טיקעט'ס האבן אנגעהויבן צו פארקויפט ווערן אין די מאסן, און דער סיבה דערצו, קודם כל א ריזן ציפער תלמידי וחסידי סאטמאר האבן דאן אנגעהויבן צו קויפן טיקעט'ס, און אוךי די פרעמדע גאס ווען זיי האבן אנגעהויבן איינצוזען אז דאס איז טאקע אן ערענסטער און היסטארישער מעמד.
די ארונים האבן זיך ארומגעדרייט צעבראכן, אבער וואס האבן זיי געקענט טוען, און באמת, די ארונים זענען געווען א גרעסערע רחמנות ווי בני יואל, וועלכע האבן כאטש געהאט א שיטה א פרינציפ, איז קודם כל האבן זיי געהאט פאון, מ'האט געפירט וויכוחים ארויף און אראפ, און צווייטנס איז מען ''בשיטה'' נישט געגאנגען. ווידער די ארונים האבן זיך סתם ארומגעדרייט מיט אראפגעלאזטע נעזער, קיין און האבן זיי נישט, קיין פארט זענען זיי בכלל נישט, קיינער רעד נישט פון זיי ר', מאיר יודל'ס נאמען איז הונדערט מאל מער דערמאנט געווארן ווי דער נאמען פונעם אלמעכטיגן אומזיגבארער קרית יואל'ער פירער, און ועל כולם, זיי זענען געווען נישט אהער און נישט אהין, זייער רבי האט קיינמאל נישט געזאגט מ'טאר נישט גיין, און למעשה האט ער נישט געשיקט זיין עולם, בקיצור, קיין שיטה דערקעגן האבן זיי אויך נישט, נאר סתם ''געהאנגען אין די לופטן''כ
די העד קוואדער'ס האבן געזען ס'איז גרויסע צרות, מ'מוז אריינלייגן א ניגון אין זייערע מיילער, און דאן האט ר' אהרן דריי טאג פאר'ן כינוס פראקלאמירט זיין מלחמה לה' בעמלק, צו הייבן די געמיטער פון זיין עולם.
ער האט ארויסגענומען די פאנאטישע טענה פון התבדלות, א טענה וואס ניטאמאל הג''ר מנשה פילאף ניצט, נאר זיצנדיג כידוע ביים של''ס תורה פון זיין גרויסער פעטער פארשטייט ער גענוי די התבדלות, ווען מ'דארף עס יא ניצן און ווען נישט, און בדרך כלל איז עס אזוי, ווען נימוס מיט התבדלות שלאגן זיך, דאן איז בא הכתוב השלישי פון ''פוסטער עגא און כבוד'' מכריע, און דעריבער צום בעלזער איז ער יא געגאנגען ווידער דא פארשטייט מען אז מ'טאר נישט גיין, והוא פשוט פאר ווער ס'פארשטייט.
עכ''פ די חברה זענען ללעג ולקלס, קיין התבדלות גייט זיי נישט אריין אין קאפ, נאכ'ן זיך אנלייענען מיט שמואל ווידער'ס משכיל'ישע ארטיקלן קעגן כל הקדוש לנו, קעןגן אלע הייליגע מערכות וואס די סיקריקים פון ירושלים און פון ניו יארק פירן, קעגן אתרא קידישא, קעןג גאב''ד ירושלים שליט''א וכו' וכו', און זייער רבי האט אלס געצויגן אויף לינקס, זיך געקושט מיט'ן קלויזנבורגער, באוויינט די מרכז הרב בחורים, און בכלל אלע גדולי הדור אינקלודעד די ציניסטישע ווערן פארהערליכט אין זייערע קרייזן, און דא פלוצלוינג א סיקריקישע ניגון פון ''התבדלות'', עטץ הערט'ס, הימל און ערד און התבדלות, פלוצלונג א נייער טאן א נייער ניגון, און נאכמאל, עטץ הערט'ס גוט ''התבדלות''!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!! אה וואזשנע.
די בחורים און אינגעליך תמהין ושאלין וואס גייט דא פאר, הייסט התבדלות איז יא רעלעוואנט, דאן איז דאך ר' מנשה פילאף מיט מיילך שטערן יא גערעכט, נו, וואס האקט שמואל ווידער אזוינע גיפטיגע ארטיקלן אין זיין בלאט קעגן אלע הייליגע און ערליכע קנאים, און וואס איז די גרויסע אהבה וריעות צווישן סאטמאר מיט אלע לינקע קרייזן, און די עלטערע וואס הערן די קושיות פון די אינגערע ווייטאגן און בלוטיגן, און האבן נעבעך נישט קיין ענטפער, חוץ ''המטרה מקדש את האמצעים'' ס'איז נישטא קיין ברירה, ''דער כבוד פונעם פירער בעפאר אלעם''י
יא, דאס איז נישט די ערשטער מאל וואס זייער פירער נעמט זיי אויף אזא שארפער רייד, און די בויך קיצעלט, און די חסידים נעבעך מאכן מיט עטליכע שלאףלאזע נעכט, יא, אויך ביי די ''חמץ'' דרשה האבן די חברה נעבעך געהאט שלשול א גאנצער וואך, נישט קענענדיג הייבן דעם קאפ, און זיך שעמנדיג צו וואקן אויפ'ן גאס, ואטו כי רוכלא ניזיל ונחשוב, סאיז נישט די ערשטער מאל און ווארשיינליך נישט די לעצטער מאל.
אצינד, האבן די ארונים, ווי ארוניש'ע מוחות און מדות זיך אריינגעלאזט אין פולסטן שוואונג צום מערכה, כל האמצעים מותרים צו דעגרייכן דער ציל, חילול שבת, תמונות תועבות, הרב שטיינמאן, ר' לייבוש וכו' וכו', דאס זענען זיי, די מטורפים, ס'איז נאכנישט געווען זיי זאלן שטיין גלייכגילטיג און זען ווי זאכן קאכן זיך אויס נישט ווי זייער געשמאק, ניין, זיי קענען נישט, זיי זענען אזא סארט נאטור, אזא סארט געוואוקס, ס'איז העכער זייערע מעגליכקייטן.
עכ''פ זיי זענען נעבעך צעשאסן עד עמקי נשמותיהם, זיער נשמה האט נעבעך נישט קיין רוה פון די פולע סתירות און קושיות וואס עגבערט זייער הארץ.
ווידער די זאלי'ס, יא, אודאי א גרויסער עולם האט געהאט א קעגנער שאפט צום גאנצן געשעפט, אונז תלמידי וחסידי סאטמאר, וואס התבדלות יאז נר לרגלינו, און קנאות איז אור לנתיבותינו, האט געענגבערט אז מ'גייט זיצן מיט פרעמדער נישט פון אונזערע קרייזן, און דעריבער האט זיך בי''ד צאמגעזעצט דן געווען, געהערט די חו''ד פון אנדערע רבנים תלמידי וחסידי סאטמאר, און ארויסגעגעבן זייער פסק, און דערנאך האט רבינו שליט''א בהתייעצות הדיינים גערעדט זיין באקאנטע ל''ג בעומר דרשה.
יעדער ווייסט אז די החלטה האט מיט פאליטיק קיין שייכות, מיט עגא קיין שייכות, ס'האט נאר מיט די חוו''ד הרמה פון דייני ורבני קהילותינו הק' כולם אהובים כולם ברורים.
און צוליב דעם, ווערן מיר נישט ברוגז ווען אנדערע תלמידי וחסידי סאטמאר זאגן אנדערש, ווען זייער כוונה איז לש''ש, ס'איז נישט מער ווי פארשטענליך אז יעדער תלמיד פון מרן רבינו הקדוש און יעדער צורבא מרבנן האט א רעכט צו זיין אייגענער מיינונג, כ''ז ס'ווערט געזאגט אויף א תורה'דיגן אויסגעהאלטענער וועג.
בראש המתירים שטייט כ''ק מרן אדמו''ר מסאטמאר שליט'א, בראש האוסרים שטייט הגה''צ אב''ד שאפראן שליט''א, און היינט זענען זיי געזעסן זיי ביי זייט ביי א משפחה שמחה און איינגענאם פאברענגט
אך זה גאוותינו ותפארתינו, דער תוה''ק איז נר לרגלינו, ומורה דרכינו, נישט כבוד גייציגע און פאליטישע עגאאיסטישע עקלהאפטיגע חשבונות.ץ
דער זאלי, האט נישט קיין פראבלעם ארויסצוגיין אויף די גאס, ניין, זיין גיין איז קיין סתירה מיט התבדלות, מארגן גייט מען ווייטער פירן ''סיקריקישע מערכות'' וואס דער בלאט גייט אראפרייסן, און מ'גייט ווייטער זיין די רוקן ביין פון די קנאי'שער לאגער בארצינו הקדושה, די אדרעס ווי ירושלימ'ער רב גייט זיך ווענדן בעת צר.
דאס גיין אינאיינעם איז א זאך וואס איז אלעמאל געווען בעת צר, פונקט ווי כינוס כללי תשכ''א, און יעדער פארטשייט אז סאטמאר האט בכלל נישט אנגעהויבן צו לעבן בשלום מיט בעלז, חב''ד, קלויזנבורג, ושטיינמאן. סאטמאר בלייבט ווייטער פארהאסט און אפגעסטעמפלט אלס קנאים און סיקריקים. ....
מ'גייט, ווייל זיצן אינאיינעם בשעת השמד, איז קיין התחברות נישט, און פונקט ווי חב''ד קען קומען, און פונקט ווי פשעווארסק קען קומען אפי' בעלז זיצט דארטן און פארקערט בעלז קומט ווען פשעווארסק קומט דארט, קען סאטמאר אויך זיצן מיט זייערע שונאים.
און אין פאקט איז רוב רובם פון די קנאי'שע לאגער ''דערפאר'', כ''ק מרן אדמו''ר שליט''א, הגה''צ ראב''ד סאטמאר, הגה''צ דומ''ץ סאטמאר מונטריאל, הגה''צ אב''ד פאיע, הגה''צ אב''ד סאטמאר מאנסי, הגה''צ אב''ד יאוואזשנא, הגה''צ רבי זלמן לייב פילאפף, הגה''צ רבי חיים דוד כ''ץ, הגה''צ אב''ד קרעמניץ, הג''ר ישעי' בנימין האלצער, ביד''צ ירושלים עיה''ק ובראשם כ''ק גאב''ד ירושלים, כ''ק אדמו''ר מפשעווארסק שליט''א, פארגעסן, אב''ד מאנטיווידעא, אב''ד קאפיש, אב''ד פריימאן וראב''ד התאחדות הרבנים, הגה''צ אב''ד קאשוי שליט''א, אב''''ד ביסטריץ, און ס'איז נאך דא צענדליגער וואס כ'האב נישט אויסגערעכנט און מ'קען דאס זען פונעם קו''ק.
ווידער די ארונים, וואס זיי זענען יא איינס מיט חב''ד, מיט בעלז, מיט קלויזנבורג, און לעצטנס אויך מיט שטיינמאן, דא איז די קושיוא גאר גרויס, אויב קלויזנבורגער'ס רעגלמעסיגער באזוכן אין מצה בעקעריי און בית השחיטה, און קעגנזייטיגע ידידות מיט חב''ד, מיט אפטע באזוכן אין זייערע בתי מדרשים און דעלעגאציעס אהין און צוריק, איז מותר, דאן פארוואס זיצן אינאיינעם למען גזרת שמד איז אסור.
און די קושיא איז בוקעת ועולה, א קושיא א תמיהא, וואס יעדער ארוני ווייסט דעם אמת טיף טיף אין הארצן, יא דער פירער וויל אזוי, און דאס גיט זיי קיין מנוחה, און דעריבער זענען זיי אזוי דערביטערט און נידערגעשלאגן.
זיי האקן זיך די קאפ אין וואנט פון צער און פרעגן מיט ווייטאג, פארוואס קענען מיר נישט זיין נערמאלע מענטשן, פארוואס מוזן מיר האבן אזא פנים פון בנצין באבובער, פארוואס מוז מען אויף אונז טייטלן אז מיר זענען די אפגעזונדערטע פון כלל ישראל
הקנאה והתאווה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם
תוקן על ידי העלד ב- 20/05/2012 22:09:57
 |
|
|