איך האב נישט געוואלט גארנישט שרייבן ביז יעצט, ווייל איך בין נישט געווען אינטערעסירט אז ס'זאל אויסזען כאילו איך זוך ארונטערצורייסן דעם כינוס, ויה"ר שחפץ ה' בידם יצליח און זיי זאלן קענען ברענגען א לעזונג צו דעם שרעקליכן מאנסטער - וואס דערווייל זע איך בעניות דעתי נישט קיין שום געהעריגע לעזונג צום אויסטערלישן פראבלעם פונעם אינטערנעט. הלואי זאל מען עפעס אויפטון דארט.
כ'האב שוין געזען א ים מיט אשכולות דערוועגן, אבער איך וויל פארט ארויסברענגען מיינע צוויי צענט.
איך האלט אז תלמידי וחסידי סאטמאר קענען און דארפן - לדאבונינו - זיך קלאפן אויף די פלייצע, און צוריקקוקן מיט 13 יאר און זאגן: יא, רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, און זיינע געטרייע תלמידים וחסידים שומעי לקחו, זענען געווען ביטער גערעכט!
דער רבי איז געווען גערעכט...
...ווען ער האט מקבל געווען אויף זיך די הנהגה פון קהילת סאטמאר, קעגן דעם ראט פון גוטע פריינט, בלויז כדי עס זאל איבערבלייבן א שם ושארית פון די הארעוואניע פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע!
דער רבי איז געווען גערעכט...
...ווען ער האט נישט געוואלט איבערלאזן די הנהגה אין סאטמאר פאר [ערליכע] אידן וועלכע בייגן זיך לויט יעדן בלעטל פונעם ווינט, לויט ווי ס'בלאזט אין יענע מינוט!
דער רבי איז געווען גערעכט...
...ווען ער האט באשוואוירן זיין זון ר' זלמן לייב אז ער זאל נישט נעמען אויף זיך קיין עניני הנהגה!
דער רבי איז געווען גערעכט...
...ווען ער האט זיך אויסגעדרוקט מערערע מאל אז "איך קען מיין זון ר' זלמן לייב", און מ'קען אים נישט געטרויען מיט קיין הנהגה, זיכער נישט פון די הייליגע סאטמארע קהילה!
דער רבי איז געווען גערעכט...
...ווען ער האט אונז אנגעזאגט מערערע מאל אויף פארשידענע אופנים אז כ"ק מרן רבינו שליט"א איז דער ריכטיגער ממשיך דרכו וממלא מקומו פון רבותינו הקדושים זי"ע, ובלעדו לא ירים איש את ידו ואת רגלו!
ווען עס שטעלט זיך ארויס אז מרן רבינו שליט"א איז דער ריכטיגער מנהיג ישראל, וועלכער איז שוקל און דן יעדע נושא לעומקן של דברים, באזירט לויט די פעלזן פעסטע פרינציפן וואס ער האט מקבל געווען פון אונזערע הייליגע רבי'ס זי"ע, און האט נישט מורא צו לאזן הערן חוות דעת תורתו אן קיין שום מורא פאר מה יאמרו הבריות און קיין שרעק פון דרויסנדיגע פרעשור - טראץ וואס יעדער נארמאלער מענטש פארשטייט אז פאליטיש האט ער זייער אסאך דערלייגט דערפון.
יעצט איז די ריכטיגע צייט צוריק צו קוקן און זען ווי ווייט עס האבן געזען עיניו הבדולחים פון רביה"ק זי"ע, און דאנקען דעם אויבערשטן אשר לא השבית לנו גואל, און האט אונז חונן דעת געווען נישט אריינצופאלן אין די אומצאליגע נעצן וואס די סטרא אחרא האט פאר אונז אויסגעשפרייט, אמאל כעכו"ם נדמה לו און אמאל כת"ח נדמה לו, צו קענען זיך אנהענגען באילנא דחיי, מרן רבינו הגה"ק שליט"א, ולאורו נסע ונלך עד ביאת משיח צדקינו.
יישר כח ר' זלמן לייב, פאר'ן אזוי קלאר און דייטליך צייגן פאר די גאנצע וועלט, למי החותמת ולמי הפסולים!
תוקן על ידי געגאנגען ב- 21/05/2012 04:42:33
נשלח ב-22/5/2012 19:08
זלמן לייב איז געזיצן לעבן ר' לייבוש אין לעבן ר' מאטעלע אבער זיי האבען קיין ''ווארט'' נישט פארטוישט מיט אים
ר' לייבוש אין ר' מאטעלע האבען געשמיסט צווישן זיך אבער זלמן לייב האט געזיצן ווי א עם הארץ ביי א שטיקל תוספות
נשלח ב-22/5/2012 18:54
I am sorry to say but its NOT emotional at all I think that Moitza Yom Kippur is even more emotional then what I see there maybe its the Klozenborger the way he said it (so fast and without a tears? )
זייער גיט געפרעגט.. פארדעם העלמיר מיזען נוצן דעם תירוץ פון עת לעשות לה'..
נשלח ב-22/5/2012 00:39
2לדעתי כתב:
זייער פשוט, סיי רבינו שליט"א אין סיי להבדיל הגז"ל האבן געניצט דעם זעלבן מדרש. די חילוק איז נאר, אז רבינו שליט"א האט עס געטיישט, בכל יום ויום הייתי מחשב למקום פלוני אני הולך (דעם כינוס) אבער, ורגלי מוליכות אותי לביהמ"ד (צום רבין ז"ל אין ביהמ"ד אויף 500 בעדפארד)! ווידעראום הגז"ל האט עס בכוח עמרצתו פארטייטשט פונקט פארקערט, בכל יום ויום הייתי מחשב למקום פלוני אני הולך (מ'האט אייביג געטאן געהאלטן דרשות אין בתי מדרשים,) אבער אן ערפאלג, במילא ורגלי מוליכות אותי לביהמ"ד (צום כינוס)
נ.ב. מיר נעמען נישט אן צו פארענטפערפן די תורא פון הגז"ל ווי למשל וואס א ביהמ"ד האט מיט סטעדיעם אדער כוח הרבים..
איך פארשטיי נישט וואס רייסטו אראפ דעם מן הארץ, ביי עם איז אלע יארן דער סטעדיום געווען דער ביהמ"ד אין די צייט וואס זיין עלטערער ברודער איז געזצען אין ביהמ"ד איז ער געזצען אין סטעדיום, דאס איז דער חילוק פארוואס ער טייטשט ורגלי מוליכות אותי לביהמ"ד - סטעדיום.
אבער נאר א קליינע קשיה, אויב דער סטעדיום איז יא א ביהמ"ד איז דאך די תקנות מיהאלוויץ חל אויפ'ן סטעדיום אז מ'מוז ארויס גיין, ולמן הארץ פתרונים
תוקן על ידי הולך_לבגץ ב- 22/05/2012 00:46:29
נשלח ב-21/5/2012 23:22
גאגאנגען דברי פי חכם חן מתוק לחייך
נשלח ב-21/5/2012 23:13
איינער פון די קלוגע שרייבערס האט געשריבן אז נעכטן איז געווען די הכתרה פאר הגז''ל כנראה מען האט אים מכתיר געווען מיט א גרויסן זר של קוצים ודרדרים ער האט געגעסן פארשטינקענע פיש און מען האט פון די שטאט ארויס געווארפן.
נשלח ב-21/5/2012 21:06
אויף הגרז"ל'ס של"ס תורה האט מיר עמיצער אויפמערקזאם געמאכט, אז ער האט שוין אמאל געהערט אזא סארט טייטש, בשם איינעם פון די ליטווישע ראשי ישיבה מיט יארן צוריק, ווי פאלגענד:
עס שטייט די וואך אין די סדרה, אשה כי תזריע וילדה זכר. וויל איך דא זאגן! "אשה כי תזריע" א בחור וואס וועט דרייוון, "וילדה זכר" אנע לייסענס, זאל ער וויסן: "וטמאה שבועיים"! מען וועט אים ווארפן פון די ישיבה!!!...
נשלח ב-21/5/2012 20:07
IAMSMART כ'האב ליב דיין ניק...
נשלח ב-21/5/2012 19:57
איך פארשטיי נישט
פארוואס די ארונים זענען אזו ביזי מיט די ענגליש ביי יעדע פראטעסט רעדט מען
ענגליש איז דען נעכטען נישט געווען א פראטעסט א קעגען דעם געוועזענם רב
השעיר...וואס איז אזו שווער צי פארשטיין
נשלח ב-21/5/2012 19:56
חלה דעקעלעך ווי איז געווען מער מענטשען ביי די הדלקה אין מאנרא אדער ביי די נעכטיגע הכתרה פין כ/ק אדמור מסאטמאר שליטא?