בית פורומים כל העולם כולו

וואס זענען די רעזאלטאטן?? לעבעדיגע באריכט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/5/2012 06:34 לינק ישיר 
וואס זענען די רעזאלטאטן?? לעבעדיגע באריכט

איך טרייב נישט איבער איך הער עס פון איינעם וואס איז געווען דארט לייוו 

א געוואלדיגע מעמד קידוש השם אבער קיין שום ערנסטע רעזאלטאטן פון טעכנעלאגיע 

שוואכע דרשות שאין דוגמתו, אפשר רב וואזנער האט אביסל באצויבערט דעם היימישן ציבור 
איבער ענגליש איז א מאסיווער דורכפאל רוב דרשות אויף ענגליש אדער יענץ אידיש קבלת עול מלכות שמים מנחה מעריב זיך געפינען אויף א רייזע אין לעיקוואד אדער ווי א פליגער קיין מירון 
יעדער געשפירט לאנגווייליג טייל ביי אידיש און טייל ביי ענגליש און רוב ביי ביידע
די זאליס ווילן הארגענען שלמה אליעזר מייזלס זיך איינרעדנדיג אז ער איז שולדיג אין דער צייט וואס ווען נישט אים איז ווען דאס אויך נישט דא
בקיצור דער ויהי ממחרת איז איום ונורא
עכ"פ כמה גדולים דברי חכמים דער רבי שליט"א האט געפרעגט וואס גייט זיין די רעזאלטאטן און דאס פרעגט יעצט יעדער וואס איז דארט געווען און איבער ענגלישט שפירט יעצט יעדער זאלי אז דער ר' אהרן איז עפעס יא א שטיקל רואה את הנולד
וואס איז יא ארויס די רעזאלטאטן ר' זלמן איז געווארן א לינקער געקנייטשט מיטן פנים וואו א מאדנער פארשוין זיך שפירענדיג וואו די הויט ברענט אונטער דעם אידיש ענגלישן מעמד אדיר מיט קלאטשערייען ווי אין פייוו טאונס
און געווארן ללעג ולקלס ביי די וועלכע ער האט איינגערעט אז ער איז דער אמתער קנאי און גייט מיט זיין נעימות האטעראר קעגן די אהרונים מיט עקירת התורה צוליב עת לעשות לשם ממש לש"ש ווייל קנאות זאל אנגיין 
אבער דאס פליפ פלאפ פאטשט אין פנים אלע פרינציפן פון רבותינו הק' האסטו נאכגעגעבן פאר אביסל איינרעדעניש פון האבן א שיינעם בילד מיט ר' לייביש און ר' מאטעלע אבער יעצט איז דערפון גארנישט געבליבן חוץ איין בילד אין איד אויב מוועט אלס שעת שמד מתיר זיין 
און דאס איז דאס אויף וואס ער האט נעבעך געיובלט ביי של"ש אז מיר קענען טאקע נישט אויפטון אבער יעצט מיט א כח הרבים וועט מען אויפטוען 
דערווייל האט ער אריינגעפירט טייל סאטמארער אידן וואס האבן אין לעבן נישט געזעהן קיין ווידיא און יעצט געשטאנעם און נישט אראפגענימען קיין אויג פון די הייליגע אינטערנעט סקרינס גרויס וואו דעם גאנצען זאל 

דאס הויעכפונקט וואס בלייבט יא איבער ערנסט גערעט אז יעדער רעדט פון אינטערנעט וואס דאס איז שוין געוווען אייגנטליך פאר די אסיפה און דער אסיפה איז געווען בלויז אלס געדערינג לכבוד ההתעורת וואס הערשט יעצט
עכ"פ יעצט הייבט זיך אן די מערכה ווען האפענטליך וועט יעצט כאטש יעדער זעהן אז סאיז דא איין עצה אז יעדע קהלה זאל טון ביי זיך און בשם השם וועט אי"ה יעדער מצליח זיין טאקע בזכות הרבים וואס זענען דארט געווען און מתפלל געווען אינאיינעם און סיי וער סנישט דארט געווען 
ויתגדל ויתקדש שמי' רבה 



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/5/2012 06:59 לינק ישיר 

On the zali forum the ban of pictures from rz"l already expired (since he gave cake for bovov buchirim,) does anyone know if the ad from klal yisroel with pic of rz"l was in the yid?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/5/2012 06:50 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > וואס זענען די רעזאלטאטן?? לעבעדיגע באריכט
מנהל לחץ כאן לשחרור האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext