עס איז שווער על רגל אחת צו שילדערן דער גאנצער מעמד. אבער ווער עס איז געווען ביים מעמד, מוז ליינען וואס די צעבראכענע אהרונים שרייבן אין זייער פורום. עס איז פשוט א נחת צו קוקן וויאזוי זיי גייען מיטן קאפ אין דער וואנט.
איך בין דארט געווען מהחל ועד כלה. איך האב ב"ה געהאט זייער א פיינעם זיץ. און מיט איין קליינע אפשאצונג קען איך אזויפיל זאגן:
1) די חסידים האבן געהאט א געווינס
2) די ליטוואקס האבן געהאט א געווינס
3) כ"ק אדמו"ר מהרז"ל האט געהאט א געווינס
4) כ"ק אדמו"ר מהר"א האט געהאט א געווינס.
1) די חסידים האבן געהאט א געווינס - די ליטוואקס האבן קאנטראלירט דעם מעמד אלעס. די חסידים האבן בלויז אויסגע'פועל'ט אז דער חשוב'ער עסקן הרב יונתן מענצער זאל קענען זיין לעבן די סקרין א גאנצן צייט. צי ווייזן אז די חסידים האבן אויך עפעס א פארטרעטער. דעטס איט. די ליטוואקס האבן אנגעפירט דעם מעמד און עס קאנטראלירט לויט זייער גייסט ALL THE WAY.
2) די ליטוואקס האבן געהאט א געווינס - זיי האבן אויסגע'פועלט אז דער דזשיבויער רב זאל רעדן, און אזוי זאלן זיי האבן וואס צו טרייבן שפאס פון די חסידים, אז אויסער א ברייטע גארטל און פיינע קוגעל האבן זיי גארנישט צו פארקויפן. דער חשוב'ער זשיבויער רב שליט"א האט געמאכט א גוטע ארבעט פאר די ליטוואקס, וועלכע האבן אנגעפירט דעם מעמד 100 פראצענט לויט זייער גייסט. ער האט נישט גערעדט קיין קנאות און נישט צו דער זאך. ביז הרב מענצער האט אים געמוזט אונטערשטיפן א צעטל "נא לקצר" וואס יעדער אין זאל האט עס געזען (אויף די גרויסע סקרינס)... דער זשיבויער רב איז געווען די ליצנות פונעם אווענט.
4) כ"ק אדמו"ר מהר"א האט געהאט א געווינס. - ער האט פאראויסגעזאגט אז א סאטמארער אינגערמאן האט גארנישט וואס צו זוכן. ער איז גערעכט געווען 100 פראצענט. מ'האט דארט גערעדט ציונות און אביזרייהו, מ'האט דארט מוחה געווען אויפן מחלל זיין דעם כבוד פון הרב שטיינמאן. די מערהייט דרשות און צענטער-פונקטן פונעם אווענט זענען געווען הויך-ענגליש, וואס 90 פראצענט סאטמארע אידן האבן בכלל נישט פארשטאנען !
בפרט איז מערקווירדיג ארויסצוברענגען אז די "רעקארדינג" פון די פסק הלכה פון הגאון האדיר פוסק הדור הרב וואזנער שליט"א קען מען גערן איבערהערן אין אלע זאלן אין וויליאמסבורג אויך (ווי אימער ס'איז דא א טעיפ-רעקארדער) , און מ'האט נישט געדארפט דערפאר זיין אין סטעדיום, און הערן די אלע ענגליש דרשות.
דעם גרויסן קאנטראל וואס צד מהרז"ל האט בכלל געהאט אין כינוס כללי וועט מען נאר זעהן דאהי אין היידפארק. ווייל דארט איז ער געווען א ניקס.
תוקן על ידי לאנצוט ב- 21/05/2012 17:31:10
נשלח ב-21/5/2012 18:35
אז מען קוקט זיך אינעם דעקעלעך פארום זעהט מען שוין אליינס וואספארא סוקסעס עס איס געוועזן ביי דעם גרויסארטיגן מעמד קידוש השם אלע דרשות זענען געווען גאר ווארעם קיין שום שמץ פון ציונות ניטאמאל איז נאכגעברענגט געווארן אדער דערמאנט געווארן קיין איין היינטיגע ליטווישע גדול נאר פונקט פארקערט מען האט 4 מאל דערמאנט די מלחמה אקעגן ציונות 5 מאל דערמאנט דעם סאטמערן רעבין זי''ע אזוי אויך האט מען גערעדט פון זיינע פייערדיגע של''ש תורה'ס דער לעיקוואד משגיח שליט''א האט געבעטן אז מען זאל מתפלל אז די גיוס בני הישיבות וואס די ציונים ווילן איינפירן זאל נישט דורכגיין איך האף שפעטער צו ברענגען א לענגערע באריכט
תוקן על ידי ביידען ב- 21/05/2012 18:42:40
נשלח ב-21/5/2012 18:45
איך האב שוין אין'אמת'ן נישט געפלאנט מער צוריק צו קומען, איך לייג אי"ה ארויף אויף מיין פילטער א "ווייט ליסט" וואס האפענטליך וועט די לשון הרע און מלבין פני חבירו ברבים סייט היידפארק זיין אויסגעשלאסען, אבער דאך וויל איך ארויסגעבען אביסעל מיינע הרגישים פון די נעכטיגע מעמד אדיר וקידוש ה'
די הערצער האבען געקוואלען פון שבח והודיה פארען הייליגען באשעפער אז ער האט אונז געגעבען אזעלעכע עהרליכע מנהיגים וואס האבען געהאלפען צוברענגען אז מיר זאלען קענען מיטהאלטען אזא היסטארישער מעמד, און עקסטער האט זיך דערקענט די מורא'דיגע סייעתא דשמייא וואס באגלייט אונזער גרויסען רבי'ן שליט"א און די גדולי וצדיקי הדור ווי סקולענע רבי שליט"א און אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א און אלע אנדערע גדולים וצדיקים וואס האבען באגלייט דעם כינוס און זיך משתתף געוועהן בפועל, און די אלע עסקנים לשם שמים וואס האבען אהערגעשטעלט אזא געלונגענע מעמד אויף אזא פארנעם אזוי געלונגען ברוחניות און בגשמיות, אלעס האט געקלאפט אזוי מוראדיג!
צוויי רעדנערס האבען געהאקט אויף ציונות, איינער אין יודיש און איינער אין ענגליש, קיינער האט נישט גערעדט א ווארט וואס זאל אפילו אויסזעהן ציוניש, הרב מתתיהו סאלאמאן שליט"א האט אויכעט מוחה געוועזען אויף גיוס בני ישיבות, ער האט געזאגט אז אונז זענען דעם אייבערשטענס סאלדאטען..
די התרגשות און התעוררות איז געוועזען מוראדיג, תיכף בשעת די מעמד האבען זיך טויזענטער יודען פארגענומען צו גיין א שטאפעל פאראויס, אדע גאר הונדערט שטאפלעך פאראויס, איך האב געהערט ווי איין ליטווישער איד האט געזאגט, אז ער האט געזאגט פאר זיין ווייב אז ער קען נישט גיין צו די כינוס בעפאר זיי וווארפען ארויס די קאמפיוטער פון דערהיים! (די קאמפיוטער האט געהאט א פילטער), א חסידישע יוד וואס איז געזיצען נעבען מיר האט געזאגט, אז ער גייט אי"ה מארגען ארויפלייגען א שטרענגער פילטער אויף זיין אפיס קאמפיוטערס ווי ס'ארבייטען איבער צוואנציג יודישע ארבייטארענס! און ביז היינט האט ער געשלאפען רואיג אהן קיין שום פילטער!
און יעצט קומט נאך די פאלאו אפ ווי יעדע קהילה גייט אראפשטעלען זייערער תקנות, און די מוסדות גייען איינהאלטען וואס דער פוסק הדור הרב וואזנער שליט"א האט געזאגט ביים מעמד די פסק הלכות
יעדער האט זיך געשפירט דארטען ווי מ'וויל ווערען נענטער צו השי"ת, זיין פון די וואס וועלען נישט פארפאלען ווערען חלילה, נאר זיין פון די וואס וועלען זוכה זיין אהן קיין בושה צו גיין אקעגען משיח צדקינו, ס'האט זיך ארויסגעשריגען פון טיפען הארץ "אשרי העם שככה לו"
נשלח ב-21/5/2012 18:48
ביידען.
איך בין דארט געווען און סאטמאר רבי'ס כבוד איז דארט ליידער נישט דערהויבן געוורן.
ביטע איגנאריר נישט די ציונות פון די רבי מתתי' סאלאמאן וועלכער האט געזאגט אז מ'טאר נישט נעמען די בחורים אין מיליטער ווייל זיי זענען די ארמיי פונעם באשעפער און אז מ'וועט נעמען בחורים אין מיליטער וועט זיין אסאך ביטל תורה רח"ל.
נישוט קיין ווארט אז אז א מדינה פאר משיח קומט איז כפירה ומינות, און אפילו א מדינה עפ"י תורה איז אסור.
נשלח ב-21/5/2012 18:59
נאטירלעך וועלען די דעקעלעך יעצט טרייען צו ספינען און באשאפען זאכען וואס זענען נישט געשטויגען אבי צו פארדעקען זייער וויטיגליגען מיאוסער דורעכפאל, נעבעך
נשלח ב-21/5/2012 19:11
לאנצוט
אויב דיין רבי האט געהאלטן אז א סאטמארער איד האט נישט וואס צו זוכן דארטן, וואס האסטו דארטן געזוכט?
און יעצט צום ענין:
לאנצוט שרייבט: "כ"ק אדמו"ר מהר"א האט געהאט א געווינס. - ער האט פאראויסגעזאגט אז א סאטמארער אינגערמאן האט גארנישט וואס צו זוכן. ער איז גערעכט געווען 100 פראצענט. מ'האט דארט גערעדט ציונות און אביזרייהו, מ'האט דארט מוחה געווען אויפן מחלל זיין דעם כבוד פון הרב שטיינמאן. די מערהייט דרשות און צענטער-פונקטן פונעם אווענט זענען געווען הויך-ענגליש, וואס 90 פראצענט סאטמארע אידן האבן בכלל נישט פארשטאנען !"
וואס איך קען דיר ענטפערן איז: אדער ביזטו נישט דארט געווען, אדער ביזטו אזא מין שקרן, אז דו ווערסט שוין נשיט רויט פון זאגן ליגענט!
עס זענען דארטן געווען רבבות אידן, און "קיינער" האט נישט געהערט קיין ציונות אדער אביזרייהו. איך פארשטיי אז ענקער ספין האט נישט געארבעט, אנגעהויבן פון ארויסשיקן אויף אימעיל פאלשע סקעדזשולס פונעם סדר היןם (קיין שום סדר היום איז נישט ארויסגעגעבן געווארן פון די מארגני הכינוס!), ביזן אנקאלן הרב סגל כאילו מען רעדט פון סאטמארער רבי'ןס שטוב ער זאל נישט קומען, און דערנאך מאכן פראבלעמען מיט זיין רעזערוועישאן, אז ער האט געמוזט נעמען דעם נעקסטן פליגער!
און כ'האב שיר פארגעסן, וויאזוי ענק האבן זיכער געמאכט אז די אלע קאמפעניס וואס זענען אדווערטייזט אינעם סטעדיום זאלן געוואויר ווערן אז מען האט צוגעדעקט די אויסגעלאסענע בילדער פוןז ייערע עדס!
אבער דו קענסט ווייטער קלאפן אויפ'ן קיבאורד. ביזט דער דזשאוק פון שטאט! אבער דו ביזט נישט אליינס, דו האסט געדזשאינט דיין רבין!
נשלח ב-21/5/2012 19:18
ביטע איגנארירן דעם נודניק לאנצוט
נשלח ב-21/5/2012 19:19
עכטער_חסיד כתב:
לאנצוט
אויב דיין רבי האט געהאלטן אז א סאטמארער איד האט נישט וואס צו זוכן דארטן, וואס האסטו דארטן געזוכט?
-קענסט דאך בעסער פרעגן. אויב רבינו הק' בעל דברי יואל האט נישט געהאלטן פון אזא זאך, ווי קומט דארט א סאטמארער איד. איך בין געגאנגען ווייל איך האב באקומען א טיקעט פון מיין איידעם, און מיין נייגעריקייט האט גובר געווען. איך האב געוואוסט אז איך טוה א עוולה אלס סאטמארער איד.
און יעצט צום ענין:
לאנצוט שרייבט: "כ"ק אדמו"ר מהר"א האט געהאט א געווינס. - ער האט פאראויסגעזאגט אז א סאטמארער אינגערמאן האט גארנישט וואס צו זוכן. ער איז גערעכט געווען 100 פראצענט. מ'האט דארט גערעדט ציונות און אביזרייהו, מ'האט דארט מוחה געווען אויפן מחלל זיין דעם כבוד פון הרב שטיינמאן. די מערהייט דרשות און צענטער-פונקטן פונעם אווענט זענען געווען הויך-ענגליש, וואס 90 פראצענט סאטמארע אידן האבן בכלל נישט פארשטאנען !"
וואס איך קען דיר ענטפערן איז: אדער ביזטו נישט דארט געווען, אדער ביזטו אזא מין שקרן, אז דו ווערסט שוין נשיט רויט פון זאגן ליגענט!
איך בין דארט געווען פון אנהייב ביזן סוף, און איך זאג דעם ריינעם אמת.
עס זענען דארטן געווען רבבות אידן, און "קיינער" האט נישט געהערט קיין ציונות אדער אביזרייהו. איך פארשטיי אז ענקער ספין האט נישט געארבעט, אנגעהויבן פון ארויסשיקן אויף אימעיל פאלשע סקעדזשולס פונעם סדר היןם (קיין שום סדר היום איז נישט ארויסגעגעבן געווארן פון די מארגני הכינוס!), ביזן אנקאלן הרב סגל כאילו מען רעדט פון סאטמארער רבי'ןס שטוב ער זאל נישט קומען, און דערנאך מאכן פראבלעמען מיט זיין רעזערוועישאן, אז ער האט געמוזט נעמען דעם נעקסטן פליגער!
הרב סאלאמאן האט גערעדט פון פראבלעם פון גיוס בני ישיבות אז זיי זענעם דעם באשעפער'ס ארמיי... הייסט דאס איז דער פראבלעם פון די צה"ל ! און אז ס'וועט פעלן לימוד התורה! הייסט נישט בני ישיבות מעגן יא גיין ?!
-ביי סאטמארע אידן תלמידים פון מרן רביה"ק זי"ע איז דאס דעות כוזבות ממש!
און כ'האב שיר פארגעסן, וויאזוי ענק האבן זיכער געמאכט אז די אלע קאמפעניס וואס זענען אדווערטייזט אינעם סטעדיום זאלן געוואויר ווערן אז מען האט צוגעדעקט די אויסגעלאסענע בילדער פוןז ייערע עדס!
די שטותים איז גוט פאר היידפארק.
אבער דו קענסט ווייטער קלאפן אויפ'ן קיבאורד. ביזט דער דזשאוק פון שטאט! אבער דו ביזט נישט אליינס, דו האסט געדזשאינט דיין רבין!
איך וואונדער זיך נאר וואיזוי האבן נאר אלע זאלונים זיך געשוואוירן אז כ"ק אדמו"ר מהרז"ל קאנטראלירט דעם כינוס. די חסידים האבן נישט געהאט קיין שום דעה. אלעס איז געווען אנגעפירט פון די ליטווישע. קיינער האט נישט געוויזן קיין דרשות פון כ"ק אדמו"ר מהרז"ל, זיי האבן געמאכט פון אייך דאס ליצנות. און דער זשיבויער רב שליט"א איז נעבעך געווען דער יחצאל פון די נאכט, און מ'האט אים געמוזט שיקן א צעטל "נא לקצר".
- -
נשלח ב-21/5/2012 19:25
הייסט עס לאנצוט, אז דיין רגבינס אז ווארט איז ביי דיר זערא!
נו, פאר דעם אליינס האט זיך געלוינט אז דו זאלסט גיין. יעצט אבער זאג נישט קיין מוסר פאר אנדערע!
אפשר זאגסטו מיר פארוואס הייסט דאס דעות כוזבות? ער האט געזאגט אז ישיבה בחורים זענען דעם באשעפערס מיליטער.. ער האט נישט געזאגט אז זיי באשיצן די מדינה וכו'. גלייב מיר אז א חסידישער ראש ישיבה וואס האט אונטערגעשריבן אויף די בחירות, און גייט צו די בחירות, שטעלט מען אויף רעדן ביים צענטראלן סאטמארער כינוס, איז אריינגעשטאכן א מעסער אין רביה"ק זי"ע!
איז מסלף די ווערטער פון ר' מתתי' סאלאמאן, און האט בפירוש בכלל נישט געזאגט וואס די שרייבסט.
נאר די ביסט א שקרן ווי דיין רבי, און דיין רבי איז א שקרן ווי דיר
נשלח ב-22/5/2012 19:02
איך האלט דא אין מיין האנט א קול קורא פון "ביד"צ העדה החרדית" ה' מרחשון תשל"ה לפ"ק, בענין גיוס בני הישיבות. וזה לשונם:
עת צרה היא ליעקב, וסכנה נוראה רח"ל מאיימת על מחנה היריאים והחרדים לדבר ה', מפני גזירת הגיוס ההולכת ומחמירה מיום ליום, ה' ירחם.
וזעזוע תאחוז כל שומע כי מאיימים ליקח בני ציון היקרים וחובשי ספסלי בית המדרש לומדי תורתינו הקדושה, אשר זאת התורה מגינה ומצלת, גם בני הישיבות בארה"ק, לגיוס ח"ו, באמתלאות ואופנים שונים, ולהמסרבים השומרים אימונים מאיימים בהשלכה לכלא סבל ועינוי ח"ו.
בראותינו הסכנה האיומה לכבות גחלת התורה בארצינו הקדושה ח"ו, הלא מצאנו עוון ח"ו אם נחשה ולא נעורר רחמי שמים.
תולעת יעקב אין כחה אלא בפה לקרוע גזר הדין בצום ותפילה כבכל הדורות כאשר קמו אויבי ה' להעביר על הדת ח"ו. לכן אנו קוראים בקריאת קודש לכל היראים בארה"ק להתאסף בהמוניהם קטנים וגדולים לעצרת תפילה לזעוק ולהריע על גזירה חמורה זו, ותעל שוועתינו אל ה'.
וביום שני פר' וירא י"ב מר-חשון תשל"ה לפנות בוקר תענית שני בתרא וכו'.
נאם יצחק יעקב ווייס ראב"ד פעיה"ק ת"ו, נאם משה ארי' פריינד, נאם ישראל משה בלאאמו"ר הגה"ק מהרי"צ זצוק"ל דושינסקי, נאם אלי' זלאטניק.
עכ"ל.
קוקט גוט איבער וויאזוי זיי זענען מגדיר די גזירה פון "גיוס בני הישיבות", ואידך פירושא זיל גמור.
(נישט וויאזוי די נטורי קרתא'ניקעס, ולאחרונה ר' מנשה פילאפף האבן ממציא געווען, אז ווער ס'זאגט אז גיוס בני הישיבות 'איז א סכנה פאר די קיום התורה, "אשר זאת התורה מגינה ומצלת", איז גאר א ציוני....)
תוקן על ידי זיבענבערגן ב- 22/05/2012 19:02:49
תוקן על ידי זיבענבערגן ב- 22/05/2012 19:03:39
נשלח ב-22/5/2012 19:16
קול קורא פונעם זעלבן צייט
התאחדות הרבנים דארה"ב וקנדה
תורה תורה חגרי שק!
רעדה אחזתנו ותסמר שערות ראשינו, על השמועה הנוראה שהגיע אלינו מארץ הקודש שזוממים ראשי שלטון הכופרים להוציא לפועל גיוס בני הישיבות ות"ח לומדי תוה"ק גזירה איומה שעד כה חדלו מלבצע, ביודעם היטב שהיהדות החרדית רואה בזה משום הרמת יד בתורת משה ר"ל וסגירת הישיבות הקדושות בארצינו הקדושה ח"ו, והבריונים הללו רשעי עמינו רוצים לקעקע יסודתן של ישראל אפילו יבנה וחכמיה
לכן החלטנו בהסכמת כ"ק אדמו"ר הנשיא שליט"א, להכריז את יום ב' פרשה וירא הבעל"ט (תענית שני בתרא) (שהכריז ג"כ הביד"ץ של העדה החרדית בעיה"ק ירושלים תובב"א
ליום תענית ותפילה
אשר בו יתענו הגברים וכו' .