צוליב די התעוררת וואס האט ארומגענומען כלל ישראל פון אלע שיכטן און קרייזן דערקענט זיך דא אויך די וויליגקייט פון ערליכע אינגעלייט זיך צו שיידן פון דעם מקום.
לעת כזאת פיל איך פאר וויכטיג מדגיש צו זיין אביסל ווער איך בין, וואס איך בין, און מיין מטרה מיט דעם פורום.
קודם א שטיקל הקדמה: מיין רב האט נישט אינטערגעשריבן פאר כינוס, און מיין רב איז נישט געווען ביים כינוס
יעצט צום פורום, עס האט מיר זייער זייער ווייגעטון צו זען ווי מיין רב ווערט מבוזה אויף הייד פארק על לא עוול בכפיו, ער האט ר' אהרן'ען קיינמאל נישט געטשעפעט, לשם טשעפען זיכער נישט, און ביי ר' אהרן אין פורום געפינט זיך זיין בילד באופן בזיון אין יעדן צווייטן אשכול. איך האב פראבירט השתדלות אויף עטליכע אופנים אז די בזיון זאל זיך אויפהערן און עס האט געהאלפן א טויטע באנקעס. דער חצוף ניצט מיין רב פאר זיינע ביליגע אינטריגעס פון אינטערייסן אנדערע, ער ניצט מיין רב'ס בילד צו געבן די בליק כאילו מיין רב אדער זיינע חסידים זענען קעגן דעם און יענעם. האב איך דעריבער באשלאסן צו עפענען א אייגענע פורום ווי איך וועל געבן א פלאטפארם פאר חסידי מהרז"ל צו באצאלן פאר דעם עז פנים מידה כנגד מידה.
אויך איז מיינ'ס א משפחה מיטגליד געווארן שוידערליך אינטערגעריסן דארט על לא עוול בכפו און ס'נעבעך נישט געווען ווער ס'זאל זיך אנעמען פאר זיין פארגאסן בליט, איך האב פראבירט צו באקומען רשות כתיבה אבער היות איך האב נישט געוואלט ענטפערן פונקטליך ווי איך באלאנג און ווי אלט איך בין וכו' האב איך נישט געקענט ענטפערן, האב איך באשלאסן אז ס'איז צייט פאר א פורום ווי מען וועט קענען ענטפערן אזאלכע רשעות'ן.
ליידער האט זיך מיין פורום אראפגעגליטשסט צו די שמוציגע סאטמארע דרעק אבער איך האב געמיזט שווייגן וויסענדיג אז אויב נישט מיט זיי וועל איך קענען פארמאכן דעם פורום אינגאנצן.
איך האב דערקלערט בשעת'ן עפענען דעם פורום און אויך אין א שפעטערע געלעגנהייט אז מיין מטרה איז נישט צו האלטן אפען א פורום ווי מען קען אנקומען צו א חשש לשון הרע בזיון ת"ח וכדו'. איך האב קלאר געמאכט אויפן פורום אז די רגע יענע פורום וועט זיין פארמאכט וועט מיין פורום אויך זיין פארמאכט, איך האב נישט נאר דערקלארט נאר אויך געבעטן. מיינע בקשות זענען געפאלן אויף טויבע אויערן.
עד היום קען איך נישט פארשטיין זייער ציל אבער כהיום האב איך שוין אויפגעגעבן דאס רצון צו וועלן פארשטיין ווייל ס'איז ציל לאוז, ס'ברענגט נישט קיין תועלת פאר קיינעם.
דעריבער שטיץ איך די אלע וואס ווילן אוועקגיין פון דא, כשם שמקבלים שכר על הדרישה כך מקבלים שכר על הפרישה.
דער פורום וועט זיין אפען כל זמן יענע פורום איז אפען און דער פורום וועט ווערן פארמאכט א מינוט נאכדעם וואס יענע פורום פארמאכט זיך.
עס איז צום האפן אז די "דברים היוצאים מן הלב" פון די רבי פון די מנהלים און שרייבער פון יענעם פורום וולעכער איז געווען "דער ערשטער" איינצוזען די סכנה פון אינטערנעט, זיינע דיבורים זאל אריינגיין אין זייערע הערצער און זאלן אויפהערן מיט די שפיכת דמים בזיון גדולים וקדושים ביטול תורה לשון הרע רכילות הוצאת שם רע, ובא לציון גואל בב"א
תוקן על ידי המהדרין ב- 22/05/2012 21:40:47