דער כינוס למעלה מששים אלף מישראל למען כבוד שמו יתברך, וואס אידן זענען האבן זיך מתאסף געווען לקבל עול מלכותו ולטהרנו ולקדשנו בקדושתך העליונה, מאכן גדרים וסייגים זיך דערווייטערן פון שערי טומאה, איז געווען בלי ספק א גרויסער כבוד שמים,
ווייל אז אלע משתתפים האבן אוועקגעקוקט זייער באקוועמליכקייט בגשמיות וברוחניות, אן קיין פארטייאישע חשבונות בלויז ווייל מען וויל נתעורר ווערן בחובת השעה, דאס אליין איז דער גרעסטער כבוד שמים,
אלע רבי'ס און רבנים זענען געקומען אן דעם וואס זיי האבן באקומען א כיבוד און ניטאמאל דעם שענסטן פלאץ, און טראץ דעם וואס זיי זענען אלע געווען זייער אומבאקוועם מיט די סקרינס און מיט די ענגלישע רעדעס, לתועלת הענין האבן זיך אלע אנגעשטרענגט זיך משתתף צו זיין,
אלע ליטווישע רבנים וואס האבן נישט באקומען קיין שום כיבוד, און האבן געוויסט אז מ'וועט נישט רעדן פון זייערע גדולים צוליב ציונות, און האבן געוויסט אז סקולענער רבי קען רעדן לאנג אן צו פארשטיין וואס ער רעדט, און זיי האבן זיך אלע אנגעשטרענגט זיך משתתף זיין לתועלת הענין,
אלע חסידישע אידן וואס האבן באטראפן די גרויסע מערהייט פון כינוס, האבן זיך משתתף געווען טראץ וואס זייערע רבי'ס האבן גארנישט באקומען, און טראץ וואס די ליטווישע האבן זיך נישט אויפגעפירט ווי ערוואקסענע מענטשן און האבן געקלאטשט און געזינגען, און טראץ וואס מ'האט געגעבן מער דרשות פאר די ליטוואקעס און זייער אסאך ענגלישע רעדעס, האבן זיי אלעס מקבל געווען באהבה לתועלת הענין,
אלע פון די ליטווישע קרייזן, וועלכע האבן געוויסט אז דער פסק פון פוסק הדור, איז נישט רב אלישב און נישט רב שטיינמאן און נישט רב קנייווסקי, נאר רב ואזנער פון בני ברק, האבן זיי דאס מקבל געווען אלס קבל את האמת ממי שאמרו, זיי האבן געוויסט אז א בריוו פון זייערע גדולים איז בבל יראה ובל ימצא צוליב די קנאים, אבער האבן אלעס מקבל געווען באהבה לתועלת הענין,
אלע פון די אגודיסטישע קרייזן וואס האבן געוויסט אז הרב דן סגל מיט הרב מתתי' סאלאמאן האבן געמוזט צוזאגן אז זיי וועלן נישט דערמאנען קיין גדולי ישראל וואס האבן געחתמ'ט אויף בחירות, נישט נאר די היינטיגע גדולים, נאר אפילו נישט הרב שך דער גרעסטער מנהיג פון ליטווישן לאגער, און די זעלבע מיט די חסידישע רבי'ס פון די חותמים אויף בחירות, ווי גור בעלזא וויזניץ,
אדמורים ראשי ישיבות ורבנים, פון די גאנצע וועלט האבן זיך מטריח געווען, להחזקת המעמד לשם שמים, ווייל זייער אנווענזהייט געט צי לתועלת הענין,
צדיקים ואדמורים וואס זענען מורא'דיג מקפיד אויף ווידיא, ווי דער וויזניצער רבי סקולענער רבי און פאפא רבי, וואס זענען זיך קיינמאל נישט משתתף אויף א מקום ווי עס איז דא ווידיא, האבן זיך מתיר נדר געווען לתועלת הענין,
גרויסע רבי'ס ווי אדמו"ר מסקווירא וואס איז נישט משתתף ביי קיין שום כינוס אדער מסיבה, האט זיך מטריח געווען, דער פשעווארסקער רבי וואס פארט קיינמאל נישט זונטאג פון שטוב, ובכלל זייער מוגבל פון פארן אויף מסיבות, איז געקומען צו פארן, דער וויזניצער רבי וואס צוליב חולשת גופו איז נישט משתתף די לעצטע יארן ביי קיין שום מסיבות חוץ שמחות משפחתית, האט זיך מיט מסירות נפש אנגעשטרענגט,
אלע אידן האבן אוועקגעקוקט אויף זייער רוחניות מיטן פארקוקען אויפן כבוד פון זייערע גדולים,און מיט מבטל זיין ישיבות וואס פאסירט קיינמאל נישט אין ליטווישע ישיבות, אנדערע אידן האבן מוותר געווען אויפן לשון וואס מ'האט גערעדט, ווייל זיי האפן אז עס וועט העלפן להצלות הדורות, ערליכע אידן זענען נישט דורש לכבוד עצמו ווען עס קומט עת לעשות לה'.
חוץ די פורשים מן הציבור וואס נאר אני ואפסי איז דער תועלת הענין, און נאר כבוד ושררה איז מען מקבל באהבה,
תוקן על ידי שארטקאט ב- 22/05/2012 08:44:05